Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אמת. אבער פאר די וואס ווילן זיך פירן ע"פ הלכה זאלן וויסן אז פסח מעג מען עסן אלעס חוץ חמץ
נישט קיין שום נפק"מ. נאר טאקע אז דו ארבייסט מיט דיינע געפילןאיך האב אלס געמיינט אז זיך נישט מישן מיינט נישט עסן ביי א צווייטן אבער עסן געקויפטע זאכן איז נישט בכלל הברכה...
איז אזוי, עסן ביי א צווייטע עס איך טאקע נישט ווייל "ממישט זיך דאך נישט" אבער עסן געקויפטע זאכן איז א צווייטע מעשה...
שלום עליכם!א גוט מועד טייערע אידן, איך מיש מיך נישט פסח, נישט אלץ חומרא נאר אלץ פסח איז די יום טוב פון אל תטוש תורת אמיך, בזכות שלא שינוי איז מען אויסגעלייזט געווארן, מילא דאס איז דאך די עסענס פונעם יום טוב. פארשטייט זיך אז די מנהג דארף מען גיין בדרכי נועם און נישט אויספייניגן די קינדער, ווייל אז מען געט זיי אריין א ביטערען טעם אינעם יום טוב האט מען אסאך מער פארלוירן און איין זאך זיכער אז זיי גיין יא תטוש׳ן די תורת אימך, און מען זאל נישט גיין קאפ אין וואנט ווייל עס גייט בעקפייערן.
בכלל אויב גייט מען מיט אל תטוש דאן ברויך עס גיין אינגאנצן. און וויפיל זאכן האבן אונזערע עלטערן געטוישט פון זייערע עלטערן און אזוי ווייטער למעלה בקודש, איז ווער האט די רעכט צו טוישן און ווער נישט? און ווער מאכט אפ וואס יא אדער וואס נישט צו טוישן. נאר וואסזשע דען, מ'ברויך זיך נאר אויסלערנען צו זינגן דעם ניגון פון "אל תטוש" און "ביינונז האט מען זיך נישט צו יא געפירט אזוי" אדער טראדיציע און נאכדעם קען יעדער טוהן וויאזוי און וואס ס'שמעקט עם
קומט אויס אז צי מקיים זיין אל תטוש...בכלל אויב גייט מען מיט אל תטוש דאן ברויך עס גיין אינגאנצן. און וויפיל זאכן האבן אונזערע עלטערן געטוישט פון זייערע עלטערן און אזוי ווייטער למעלה בקודש, איז ווער האט די רעכט צו טוישן און ווער נישט? און ווער מאכט אפ וואס יא אדער וואס נישט צו טוישן. נאר וואסזשע דען, מ'ברויך זיך נאר אויסלערנען צו זינגן דעם ניגון פון "אל תטוש" און "ביינונז האט מען זיך נישט צו יא געפירט אזוי" אדער טראדיציע און נאכדעם קען יעדער טוהן וויאזוי און וואס ס'שמעקט עם
א נייע ווארט?
אדרבה זאג די מיר וויאזוי זאג מען אויף אידיש Triggering