פאול איבער זיך מישן פסח.

מושסטי זיך אין פסח

  • יא

    Votes: 33 54.1%
  • ניין

    Votes: 28 45.9%

  • Total voters
    61
איך ווייס נישט וואס צו ענפערן, מיין טאטע מישט זיך נישט, חוץ פון די זאכן וואס ער האט ליב למשל קאווע, יאגערט, גרעיפ דזשוס אא״וו.
יעצט איך עס שוין סופער סנעקס מיט טשאקלעט און דזשעליס וכו׳, מיינט עס אז איך מיש זיך אדער מיינט עס אז איך האב ליב מער זאכן ווי מיין טאטע?
 
נישטא אזא מציאות היינטצוטאגס פון זיך מישן אום פסח. דהיינו, יעדע עסן וואס מ'קויפט איז שוין צוגעגרייט נאך אסאך פאר יו"ט, צו שעלוו אייטעמ'ס אדער פרידזשירעטאר אייטעמס. און אפילו די רויע זאכן ווי למשל פלייש און כ'מיין אפילו פיש אויך ווערט אלעס דעליווערט נאך פאר פסח. ביי די טיים ס'קומט פסח, אפילו אויב איז געווען א ברעקל עכט חמץ ערגעצוואו אין די עסן, ביי די טיים פסח מארשירט אריין איז שוין אלעס בטל ומבוטל סייווי. און חוץ מזה די אלע פעקטאריס וואס מאכן די עסן צו ס'זענען ספעציעלע פסח ראנס צו עסן פירמעס וועלכע פאבריצירן עסן וואס האט נישט מיט חמץ צוטוהן למשל גלוטן פריי עסן וכדומה, קומט ניטאמאל אריין דארט א שאטן פון חמץ.
יעצט לאמיר פארשטיין וואו און וויאזוי פינקטלעך איז בכלל שייך זיך צו מישן.
די גאנצע מישן איז דאך נאר א חומרא וועגן יענעמס חמץ, אויב אלע עסן וואסי היינט דא אין געשעפט איז בכלל נישט פארהאן א שאטן פון א ברעקל דאן וואס איז שייך מישן?
נאר וואסזשע דען דאס געבן אזא דריי מיט די פלייצע, נעה ביינונז האט מען זיך נישט געמישט איז סתם אזא טראדיציע ווי זיך בייזערן ערב פסח און ווי זאגן א גוט קוויטל
 
איך האב אלס געמיינט אז זיך נישט מישן מיינט נישט עסן ביי א צווייטן אבער עסן געקויפטע זאכן איז נישט בכלל הברכה...
איז אזוי, עסן ביי א צווייטע עס איך טאקע נישט ווייל "ממישט זיך דאך נישט" אבער עסן געקויפטע זאכן איז א צווייטע מעשה...
אויב מען קען קויפן גרעיפ דזשוס קען מען דאך קויפן טשאקלעד אויך.. נו שוין
חומרות בפסח ארבעט מיט רגש נישט מיט שכל.
 
חומרות בפסח ארבעט מיט רגש נישט מיט שכל.
אמת. אבער פאר די וואס ווילן זיך פירן ע"פ הלכה זאלן וויסן אז פסח מעג מען עסן אלעס חוץ חמץ
איך האב אלס געמיינט אז זיך נישט מישן מיינט נישט עסן ביי א צווייטן אבער עסן געקויפטע זאכן איז נישט בכלל הברכה...
איז אזוי, עסן ביי א צווייטע עס איך טאקע נישט ווייל "ממישט זיך דאך נישט" אבער עסן געקויפטע זאכן איז א צווייטע מעשה...
נישט קיין שום נפק"מ. נאר טאקע אז דו ארבייסט מיט דיינע געפילן
 
לעצט רעדאגירט:
א גוט מועד טייערע אידן, איך מיש מיך נישט פסח, נישט אלץ חומרא נאר אלץ פסח איז די יום טוב פון אל תטוש תורת אמיך, בזכות שלא שינוי איז מען אויסגעלייזט געווארן, מילא דאס איז דאך די עסענס פונעם יום טוב. פארשטייט זיך אז די מנהג דארף מען גיין בדרכי נועם און נישט אויספייניגן די קינדער, ווייל אז מען געט זיי אריין א ביטערען טעם אינעם יום טוב האט מען אסאך מער פארלוירן און איין זאך זיכער אז זיי גיין יא תטוש׳ן די תורת אימך, און מען זאל נישט גיין קאפ אין וואנט ווייל עס גייט בעקפייערן.
 
שלום עליכם!

לדידך אז מגייט מיט אל תטוש, דארף עס גיין אינגאנצן!! אינזערע מאמעס זענען געשטאנען און געשוויצט און דעים פיצי קיטשען און ארוסגעריקט איין בעקעלע נאכן צווייטן, מ'האט נישט געפילט כמעט דעי חומרה...
וועלכע פרוי קען דעיס באווייזן היינט?

אז מקען נישט, דארף מען אנפאקן די פענטרי מיט כל טוב וטוב!!
און יא, מיט פסח'דיגע פיצא אויך! אוי אוי 😱 ס'קוקט דאך אויס ווי חמץ.... אוי.... אוי.....
איך קען שוין זעהן שמעלקאס פנים ווערן רויט (ווער ס'פארשטייט פארשטייט :ROFLMAO:)

הא קעירס?? די מיינסט טאקע די קענסט אויספאפן גאט?? איך האלט אים נישט פאר אזא נאר... ער ווייסט זייער גוט אויב ס'האט זויער טייג..
 
לדידך אז מגייט מיט אל תטוש, דארף עס גיין אינגאנצן!!
בכלל אויב גייט מען מיט אל תטוש דאן ברויך עס גיין אינגאנצן. און וויפיל זאכן האבן אונזערע עלטערן געטוישט פון זייערע עלטערן און אזוי ווייטער למעלה בקודש, איז ווער האט די רעכט צו טוישן און ווער נישט? און ווער מאכט אפ וואס יא אדער וואס נישט צו טוישן. נאר וואסזשע דען, מ'ברויך זיך נאר אויסלערנען צו זינגן דעם ניגון פון "אל תטוש" און "ביינונז האט מען זיך נישט צו יא געפירט אזוי" אדער טראדיציע און נאכדעם קען יעדער טוהן וויאזוי און וואס ס'שמעקט עם
 
אנטשולדיגט איך האב דיך נישט געמיינט צי טריגערן, (אט אזוי זען טאקע אויס די קינדער ווען מען פייניגט זיי אויף מנהגים).
איך בין נישטא צי פאפּן גאט, אינז זענען דא צי מקיים זיין און עקספיריענסן דעם יום טוב, זיך פייניגען און אבסעסירן אין קאך ברענגט נישט קיין שמחת יום טוב און פון די אנדערע זייט איז גוט צי אנהאלטן א שיינעם מנהג, און בכלל אין לעבן איז גוט צי גיין א מיטל וועג.
 
בכלל אויב גייט מען מיט אל תטוש דאן ברויך עס גיין אינגאנצן. און וויפיל זאכן האבן אונזערע עלטערן געטוישט פון זייערע עלטערן און אזוי ווייטער למעלה בקודש, איז ווער האט די רעכט צו טוישן און ווער נישט? און ווער מאכט אפ וואס יא אדער וואס נישט צו טוישן. נאר וואסזשע דען, מ'ברויך זיך נאר אויסלערנען צו זינגן דעם ניגון פון "אל תטוש" און "ביינונז האט מען זיך נישט צו יא געפירט אזוי" אדער טראדיציע און נאכדעם קען יעדער טוהן וויאזוי און וואס ס'שמעקט עם
קומט אויס אז צי מקיים זיין אל תטוש... 👍 מוז מען טוישן!!

ווער האט געדארפט א תורה היינט?
 
Back
Top