- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 82
- רעאקציע ראטע
- 598
וכי ישאל השואל, מה ראתה בארץ הודו אז דו טוסט אזוי אין דעם און וואס האסטו צום הודו אז דו זיכסט אים אין די פסוקים?
וועל איך ענטפערן, כי ארץ אלוקים היא ארץ הודו, ארץ אשר עיני השם בה, דאס וויג פון קולטור, ארץ הודו איז מאז ועד היום די דוגמא פון די קאלירפולסטער ווירבלדיגסטער קאלטור אויפן כדור הארץ, וועלעכע האבן זיך נישט געבויגן צו די צוויי פאפולערסטע רעליגיעס וועלעכע נעמען זיי ארום, דארט זעהט מען א רעגן בויגן פון אלע מיני ריטואלן וואס די ווילסטע חלומות קענען נישט אויסמאלן, דארטן דרייען זיך מכשפים און נביאים בחוצות העיר ווי בימי הנביא, דארט איז די מאמע לאנד פון אלטערטימליכע מיני התבודדות והתבוננות, הנקר״א יאגא. דארטן יאווען זיך געטער מיט אלע נעמען פון אלע סארטן ווי לעגואס פון די פאנטאזירנסטער טאו סטאר, צו די זעט. דאס איז א׳.
שנית, בהמשך צו וואס מ׳האט געזאגט לעיל, האב איך ווי מען רופט עס א האבי צו זיכן דאס אומגעווענדליכע אין פסוק, עפעס אזא פאנאטישער אהבה צום געפּינטלטן אלטערטימליכער פארהייליגטער פאפולערסטער טעקסט. און וואס קען זיין מער פּאוטן ווי טרעפן דעם ווילדן אינדיע אין פסוק. אז איך קען דארטן צווישן די פינטעלעך געפונען אינדיע, האסטו געמאכט מיין טאג. זיך איך אימערמידליך אינדיע אין פסוק, צו גרייכן מיין מאדנער דאוז.
אינדיע איז טאקע ווייט ווייט פון ארץ ישראל, אבער פארט צוטריטליך געווען במשך הדורות, דערפאר איז לא יתכן אז די פסוקים זאלן זיך נישט צאמקומען מיטן ארץ ההינדוס און זאגאר טיפער די ארץ הגאנגאז.
קום איך קודם צום ארץ הקדם, אין געוויסע קאנטאקסן קומט אויס גאנץ נאנט אז דאס איז אפשר אינדיע און זאגאר דער באהאראטישער סובקאנטינענט, אבער נישט אזוי שנעל, ס׳דא דא היבש זאכן וואס שטייען אין וועג פון לאזן זאגן מיט א אויפרעכטיגקייט אט איז אינדיע בכתובים. ווייל פארוואס זאל מען נישט זאגן א סך מער א פשוטער פשט המתקבל על הדעת אז קדם גייט ארויף אויפן מזרח הקרוב, די מדינות מזרח פונעם ירדן אינעם פרת, מזרח פון שעיר און פון ארם.
אנדערע וועלן אנצייגן אויפן ווארט ״מלח״ אין ספר יונה אויף א קאפיטאן, וואס לויט חיצונית׳דיגע רעפרענצן שטאמט דער טיטל פון די שיפסלייט איבער די טייכן פונעם אור אלטן פארשווינדענער ציוויליזאציע באקאנט אלץ האראפא וואס איז געווען געבויט ווי מיר קענען היינט ווענעציע, און איז אין די שומערישע (שנער׳ישע) כתבים אנגערופן געווארן ״ארץ מלוחה״, און דאס איז נישט עפעס אנדערש נאר דאס לאנד שפעטער באקאנט אלץ אינדיע, דהיינו דער היינטיגער פאקיסטאן על גידות נהר ההינדוס. נאר גיי רעכן א נאמען פון א שיפס קאפיטאן אין יפו אלץ א רעפרענץ צו אינדיע ווייל אפשר פּפשר.
ווייטער טאמער גייעך מיט די תרגומים, האב איך א תנ״ך פיל מיט אינדיע׳ס, ערשטנס כל, ארץ החוילה פון בראשית וואס איז לויט מיוחס ליונתן אינדיקא, צווייטנס כל, ארץ כוש פון די ספרי הנביאים, אויף וואס תרגום יונתן טייטשט אפט הודו אדער אינדיקא. דריטנס כל, ואחרון חביב, ארץ הודו פון מגילה וואס איז שוין אן ספק אינדיע, דהינו דער היינטיגער פאקיסטאן.
נאר וואס, אפילו אויף הודו וואס איז מעל לכל ספק דער היסטארישער אינדיע, וואלט איך מערער געווען צו זאגן אז דאס איז נישט די טראפישער טייל פונעם סובקאנטינענט, ווייל אלט אינדיע, הגם דער מקור פונעם גאנגאז קולטור, איז אויפן הינדוס טייך, צו זיין מער פונקטליך, ארום דארט וואו דער ארכאלאגישער שטאט טאקסילא געפונט זיך וואס פארמאגט אן ענגליכער קלימאט ווי סיריע. דאס איז נישט דאס הארץ פונעם געבענשטן טראפישן סובקאנטינענט וואס איז דער אמת׳ער ארץ הקינמון און די אלע טוּב הארץ ההוא, וואס בלויז דער גאנגאז (מיט קאלקוטא בראש) און דער גאנצער טראפישער פלאכלאנד דרום פון איר קען שטאלצירן דערמיט.
אויף חוילה פון בראשית ווידער וואס באציט זיך צו נהר פישון וואס דער יוסיפוס אידענטיפיצירט מיטן גאנגאז, כאמור שוין יא טיף אינעם טראפישן סובקאנטינענט, זענען דא שטארקע באווייזן בניגוד צום יוסיפוס אז דאס איז דוקא דרום אראביע אדער דער אפריקאנער הארן, גלייך ווי מיט כוש אייגנטליך, אויף וואס ס׳דא נישט קליינע באווייזן אז דאס איז אין דעם ווייטן שווארצן דרום (רעכענענדיג פון ארץ ישראל), דהינו נאך מצרים.
בדיעבד קען מען ברענגען ארץ אופיר, לכל הדעות די מערסט עקזאטישע לאנד נוקב בשמו בכתובים אויף וואס רבו החוקרים מה טובה, אן ארט פון וואו מ׳האט געברענגט די קופים און טווסים, לכל הדעות סובקאנטינענטישע פראדוקטן. נאר גיי זאג אופיר איז אינדיע ווען ס׳דא אן אפענער ״אַפאַר״ אין עטיאפיע של ימינו. עס וועט זיך ליבערשט לאזן זאגן אז די תוכים און טווסים זענען געברענגט געווארן פונעם ארץ הקינמון דורך ארטיגע סוחרים קיין אַפאַר פון וואו עבדי שלמה האבן זיי אפגעקויפט און געברענגט קיין ירושלים.
דערפאר האב איך זיך געווינדערט, איז נישטא טאקע עפעס אן ארט אין די פסוקים וואס רעדט טאקע פון דעם טראפישן ארץ הפלאות ממש שוין מאחורי נהרי הודו וואס סזאל נישט לאזן קיין ספק פון וואס מ׳רעדט?
ביז איך בין געקומען צו ״ארץ מרחק״ און ״רחוקה״. לאמיר גיין שטאפל צו שטאפל, אנגעהויבן מיט באווייזן אז מרחק און רחוקה גייט ארויף גאנץ ווארשיינליך אויפן מזרח, און פון דארטן גייען מיר א טרעפ ווייטער וואו מיר זעהן אז מרחק גייט ארויף אויפן ארץ הקינמון ממש.
אין משלי שטייט: מַיִם קָרִים עַל נֶפֶשׁ עֲיֵפָה וּשְׁמוּעָה טוֹבָה מֵאֶרֶץ מֶרְחָק.
ס׳וועט נישט זיין אפגעפרעגט צו זאגן אז דער דאזיגער ארץ מרחק סיבאליזירט די מקום פון זריחת השמש וואס איז סינאנאם מיט שמועה טובה, דאס איז מזרח.
ישעיהו זאגט: בָּאִים מֵאֶרֶץ מֶרְחָק מִקְצֵה
הַשָּׁמָיִם השם. אויך בקצה השמים איז גאנץ ווארשיינליך א רעפרענץ צו מזרח ווי דער זון שיינט אויף. נאר ביז אהער איז בלויז בגדר שפעקולאציע, א תורה׳לע אזא.
נאר לייגט אכט אין די פאלגענדע פסוקים וואס איך וועל ברענגען:
קֹרֵא מִמִּזְרָח עַיִט מֵאֶרֶץ מֶרְחָק אִישׁ עצתו. דא זעהט מען שוין יא עפעס א דירעקטער שייכות צווישן מזרח און ״ארץ מרחק״.
זאגט ישעיה הנביא: שִׁמְע֤וּ אִיִּים֙ אֵלַ֔י וְהַקְשִׁ֥יבוּ לְאֻמִּ֖ים מֵרָח֑וֹק. מרחוק קען אמאל מיינען די ווייטע צוקומפט, אדער סתם א שפאנענדע לשון, נאר עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז בעת איים גייט ארויף אויפן ים הגדול גייט מרחוק להיפך ארויף אויפן מזרח.
על דרך זה קען מען זאגן מיטן פסוק אביסל שפעטער אין ישעיה: הִנֵּה־אֵ֕לֶּה מֵרָח֖וֹק יָבֹ֑אוּ וְהִֽנֵּה־אֵ֨לֶּה֙ מִצָּפ֣וֹן וּמִיָּ֔ם וְאֵ֖לֶּה מֵאֶ֥רֶץ סִינִֽים - בארבע רוחות העולם הכתוב מדבר, צפון ומים איז כפשוטו צפון און מערב; סינים כידוע איז דרום (נישט כינע), ביים עק מצרים; בלייבט איבער מרחוק, איז דאס מזרח?!
גיימער א שטאפל ווייטער וואו מיר זעהן באשיינפערליך אז מרחק האט א שייכות מיט א לאנד ממש וואס געפונט זיך מיט מזרח: וַיָּבֹא יְשַׁעְיָהוּ הַנָּבִיא אֶל הַמֶּלֶךְ חִזְקִיָּהוּ וַיֹּאמֶר אֵלָיו מָה אָמְרוּ הָאֲנָשִׁים הָאֵלֶּה וּמֵאַיִן יָבֹאוּ אֵלֶיךָ וַיֹּאמֶר חִזְקִיָּהוּ מֵאֶרֶץ רְחוֹקָה בָּאוּ אֵלַי מִבָּבֶל." בבל איז מזרח ארץ ישראל, זעמער שוין א מזרח לאנד אין באציג צו מרחק.
בדומה זעהן מיר אין ירמיהו: נֹצְרִים בָּאִים מֵאֶרֶץ הַמֶּרְחָק וַיִּתְּנוּ עַל עָרֵי יְהוּדָה קוֹלָם - ״באלאגערערס קומען פון אן ארץ המרחק און גיבן אויף די ערי יהודה זייער אויסרוף״. עס איז קלאר ווער די באלאגערערס מארץ מרחק זענען געווען בימי ירמיהו, די בבליים.
אין ספר יחזקאל שרייט זיך דער נביא ביטערליך אויס זיין גאל קעגן דעם ״בית המרי״ אויף זייער אונדערהערטע חוצפה וואס זיי טוען מיטן בית המקדש, דאס איז שוין הארט פארן חורבן: וְאַ֗ף כִּ֤י תִשְׁלַ֨חְנָה֙ לַֽאֲנָשִׁ֔ים בָּאִ֖ים מִמֶּרְחָ֑ק אֲשֶׁ֨ר מַלְאָ֜ךְ שָׁל֤וּחַ אֲלֵיהֶם֙. דאס רעדט מען פון חשוב׳ע גויים פון די עליטע וועמען די מאכערס אין בית המקדש האבן געליידנט זיך צו אויפטון. ווער זענען די גויאישע אליטע באותם הימים מארץ מרחק? כמעט קיין ספק אז ווידער רעדט מען פון בבל.
דאס איז אבער נישט אלעס, מיר בלייבן נישט מיטן בבל וואס איז נאך אלעם ווי מיר רופן היינט, מזרח התיכון. די פאלגענדע ראיה וואס קומט וועט שוין צייגן צו אן ארץ מרחק וואס לויט די סובסטאנסן באצויגן האנדלט זיך עס בלי ספק מיטן מזרח, און דוקא דעם ווייטן עקזאטישן מזרח:
לָמָּה זֶּה לִי לְבוֹנָה מִשְּׁבָא תָבוֹא וְקָנֶה הַטּוֹב מֵאֶרֶץ מֶרְחָק". שבא איז דרום, נישט מזרח. נאר דער ״קנה מארץ מרחק״, קנה איז לויט רש״י קנמון, אדער אפשר צוקער, ביידע ווייסט מען היינט שטאמט פונעם סאבקאנטינענט ממש. זאל איך זאגן אז ענדליך האבן מיר דערשנאפט דעם רעכטן טראפישן סובקאנטינענט אין פסוק?!

לעצט רעדאגירט: