פילמען און סעריעס איבער חרדים

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
1,342
רעאקציע ראטע
5,519
פונקטן
943
א ליסטע פון מאוויס וואס רעדט זיך (אויך) פון חרדי'שע אידן.
מ'דארף אויך צאמשטעלן א ליסטע פון סעריעס און דאקומענטארי'ס, אפשר איין טאג.
  • מבצע שטריימל - Operation Shtreimel / Raiders in Action (ישראל 84', 100 מינוט).
    די קאמישע פילם שילדערט די געשעענישן פון דער צווייטער וועלט מלחמה, ווען די אליאירטע גרייטן זיך צו דער אינוואזיע פון נארמאנדי, און די בריטישע קאמאנדע ווייסט נישט וואס די נאציס גרייטן צו אלס רעאקציע. עס קוקט אויס אז די נאציס' געהיימע פלענער זענען געהאלטן אין א געהיימער באזע. עריק לאנדאו, א אידישער פארא-טרופער, באקומט די מיסיע ארויסצונעמען די געהיימע פלענער פון דעם באוואכטן זיכערן צימער פון דעם דייטשן גענעראל שולץ. צו דורכפירן די מיסיע, רעקרוטירט ער זיינע צוויי געוועזענע חברים - בעלי תשובה. - זיגי, דער סעיף-ברעכער, און קורט, א שטימער שמיד וואס ספעציאליזירט זיך אין שאפן ספעציעלע וואפן. צוזאמען שפרינגען זיי מיט א פאראטרופ אין הארץ פון דייטשן טעריטאריע, נאנט צו שולץ'ס הויפטקווארטיר.​
  • האח של דריקס - Driks' Brother (ישראל 94', 50 מינוט).
    א קאמישע און רירנדע געשיכטע פון א דעפרעסטן רעליגיעזן בחור, וואס קומט אן אין א בעיס פון 'ערסים' (סלענג פאר עדות המזרח), וואו ער גייט אדורך בוליאינג פון די סאלדאטן דארט. ביז איין טאג איז ער 'מודה' אז ער איז דער ברודער פונעם באוואוסטן פוט-באל שפילער 'אלי דריקס'. וואס איז פארשטייט זיך א פלאכער ליגנט. די שפאנונג וואקסט מיט די פחד אז די אמת גייט ארויס קומען.​
  • קדוש - Kadosh / Sacred (ישראל 99', 104 מינוט).
    א דראמאטישער פילם, שטארק און אומקאמפראמיס, וואס שפילט זיך אין די הארץ פון די מאה שערים געגנט אין ירושלים. רבקה און רחל - צוויי שוועסטער פון א חרדי'שער משפחה - זענען צעריסן צווישן אמונה, און דעם פארלאנג צו ליבע און א לעבן פון בחירה. רבקה האלט שוין נאך צען יאר חתונה געהאט מיט מאיר, א חסידי'שן תלמיד חכם. אבער ווען ער פארשטייט אז זי איז עקרה, ווערט ער פארלאנגט פון זיין פאטער (דער רבי) איר צו גט'ן, און חתונה האבן נאכאמאל - ווייל דער ציל פון חתונה איז צו האבן קינדער. מאיר, א צדיק תמים וואס פרובירט צו מקיים זיין דעם רצון פון זיין פאטער און גאט, פירט אויס דעם גט אן צו פארשטיין די גרייז פון דעם ריס. רחל, די יונגערע שוועסטער, איז פארליבט אין יעקב – א בחור וואס וויל נישט לעבן לויט די געזעצן פון דער קהילה. זייער ליבע בליהט אין געהיים, אבער די כח פון מסורה און געזעלשאפטליכן דרוק לאזט נישט אפ. דאס איז א פילם וואס שטעלט די חרדישע פרוי אין צענטער – נישט ווי אן אויבערפלעכליכע אדער פאלקלארישע פיגור, נאר ווי עמיצער וואס טראגט די לאסט פון ערווארטונגען, אונטערדריקונג, און די בענקשאפט נאך פרײהייט. א ווייכע, שטילע באשעפעניש, מיט א ווייטאג וואָס שרייט ארויס פון דער שטילקייט.​
  • ההסדר - Time Of Favor (ישראל 04', 102 מינוט).
    א 6 ישראלי'שע אסקאר געווינענדע פילם, איבער א רעליגיעזער קאמאנדיר וואס מיינט אז ער קען יעדן צופרידנשטעלן, זיין כאריזמאטישן רב און זיינע ישיבה פריינט, און פון דער אנדערע זייט, זיינע קאמאנדירן אין דער ארמיי, און זיין געליבטע מיכל די רב'ס צינישע טאכטער. פונקט ווען ער גלויבט אז ער קען מאנעוורירן צווישן אלע דרוקן און קאנפליקטירנדע געטריישאפטן, פאלט אלעס צוזאמען, ווען ער ווערט פארדעכטיגט אין געהערן צו א נאציאנאליסטישער אונטערערדישער ארגאניזאציע. בעת דעם קאמף וואס ער פירט צו באווייזן זיין אומשולד, לערנט ער אז א מענטש קען נאר זיין געטריי צו זיך אליין.​
  • אושפיזין (ישראל 04' - 90 מינוט)
    די פילם וואס איז געשריבן און געשפילט דורכן בארימטן שולי רנד (און זיין X), רעדט זיך פון משה און מלי, א בעלי תשובה פארפאלק אין ירושלים, וואס לעבן אין ארימקייט. זיי באקומען געלט צו מאכן א סוכה, אבער דער מצב ווערט קאמפליצירט ווען צוויי געסט פארברעכער, חברים פון משה'ס פארגאנגענהייט, קומען זיך באשטעלן אין זייער סוכה. די מאווי מישט דראמע, קאמעדיע, און אמונה מיט א לעבעדיגער הארץ.​
  • אבנים - Stones (ישראל 04', 107 מינוט).
    מיכל א חתונה געהאטע פרוי אין די דרייסיגער יארן, ארבעט אין תל אביב אין איר טאטנ'ס אקאונטינג קאמפאני, וואס באדינט חרד'ישע מוסדות. זי צוטיילט איר צײט צווישן זיך זארגן פאר איר זון און מאן, איר ארבעט, און איר ליבע־געשיכטע מיט אן אנדערן מאן. א טעראר אטאקע צעשטערט מיכל'ס לעבן און סטראשעט זיי אפילו צו צעשמעטערן אין שטיקער.​
  • מדורת השבט - Campfire (ישראל 04', 96 מינוט ).
    א באוואוסטע און פרייז-געווינענדע פילם, פון א איינציגע מאמע (סינגל) וויל זיך באזעצן אין א פרומע התנחלות, אבער איר סטאטוס איז גורם אז די ועדה לאזט נישט. כדי צו קענען וואוינען דארט, איז זי גרייט צו דעיטן עני מאן, און זיכער מאכן אז אירע טעכטער פירן זיך אויף ע"פ די כללים. אירע טעכטער אבער ארבעטן נישט געהעריג מיט.​
  • מתי אוכלים? - When Do We Eat? (אמעריקע 05', 86 מינוט).
    א אידישע פאמיליע קומט זיך צאם פאר דער סדר-נאכט, אין וואס קען אויסקוקן ווי א נארמאלער פאמיליע קאנפליקט, ווערט א מין פסיכאלאגישן דראמע. מיר האבן א סעקס-טעראפיסט, א חב״דניק, א לעסביאן, א דראג-עדיקט, אן אויטיסט, א איזרעילי גאסט, און א טאטע וואס פארלירט זיך צומאל. ערגעצוואו אינמיטן כדי צו טוישן די אטמאספער, ווארפט איינער פון די קינדער אין זײן טאטנ'ס געטראנק אן עקסטאזי פיל. ווי איז די פילם העדליין? געשלעכט, דראגס און קניידלעך.​
  • תהילים - Tehilim (ישראל 07', 95 מינוט).
    שפילט זיך אפ אין ירושלים אין א געגנט וואס גרעניצט זיך מיט אן חרדי'שן געגנט און א פרייען געגנט. דער זעכצן-יעריגער מנחם פרענקל וויל זיין זעלבשטענדיג, פארלאזן זיין משפחה און עקספיריענסן נייע עקסטייטנדע דערפארונגען, פארברענגען די צייט מיט ווילדע חברים און מיידלעך זיין עידזש. זיין טאטע אלי קאנפראנטירט אים, און וויל אים אויספארמען אין אן ערנסטער חרדי'שער בחור. איין טאג בשעת'ן פארן, פילט זיך דער טאטע פלוצלינג נישט גוט. מנחם לויפט זוכן הילף, אבער ביים צוריקקומען איז ער שאקירט צו אנטדעקן אז זיין טאטע איז פארשוואונדן אן א שפור. פון דא הייבט מנחם אן א פערזענליכע רייזע פון זוכן זיין פאטער און זוכן זיין אייגענע אידענטיטעט.​
  • חופשת קיץ - My Father My Lord (ישראל 07', 73 מינוט).
    א חרדי'שער רב אין ירושלים, פרובירט דערציען זײן זון מנחם לויט די וועגן פון רעליגיע און מסורה. מנחם א נייגעריג און סענסיטיוו קינד, זוכט ליבע און אַ פארבינדונג מיט זײן טאטן, אבער זיין טאטע איז פארנומען מיט לערנען תורה און האלטן די מצוות. א משפחה וואקאציע אין ים המלח, וואו מנחם דערטרענקט זיך ענדערט אלץ וואָס זיי ווייסן. א איידעלע און שטארקע דראמע וועגן א קאנפליקט צווישן שטרענגע אמונה און מענטשליכע באדערפענישן, און די שוועריקייט צו משלב זיין דאס הארץ און די תורה.​
  • עיניים פקוחות - Eyes Wide Open (ישראל - אמעריקע - דייטשלאנד 09' - 91 מינוט).
    אהרן, א חרד'ישער בוטשער פון ירושלים, לעבט מיט זיין משפחה אין פריידן. ווען עזרי', א יונגער בחור אן א היים, קומט אריין אים העלפן אין זיין געשעפט, הייבט זיך אן א ראמאנטישע באציאונג וואס איז אסור אין דער חרדי'שער וועלט. די קהילה און זיין ווייב הייבן אן צו חושד זיין, און אהרן מוז באשליסן צווישן זיין הארץ און די תורה. א דראמע וואס גייט אריין אין דער נשמה.​
  • למלא את החלל - Fill The Void (ישראל 12', 90 מינוט).
    שירה, א טאכטער פון א מיוחס'דיגע חסיד'ישע משפחה, איז צעריסן צווישן איר באגער צו חתונה האבן מיט א געלונגענעם געראטן שידוך וואס איז באשערט פאר איר, אדער דער אלמן פון איר שוועסטער, וואס איז פלוצלינג געשטארבן - אלץ כדי צו באפרידיגן איר מאמע, וואס וויל האלטן איר אייניקל נאנט צו איר.​
  • המשגיחים - God's Neighbors (ישראל 12', 102 מינוט).
    א קאמפלעצירטע, פארוויקלטע און ספעקטאקולערע פילם, וואס פארכאפן די אטעם אין איר שטארקייט, פול מיט שרעקעדיג-אויטענטישע געוואלדטאטן. די תקנות פון דער קליינער שכונת בת ים זענען זייער קלאר: שמירת שבת, צניעות און קיין אריינגאנג פאר אראבער פון יפו. אבי בכר - דער פירער פון דער גרופע, קובי שמעיה און וויניב לוגסי זענען א גרופע ברסלב'ער בעלי תשובה, וואס נעמען מיט זיך די גאסן-תקנות אין דער וועלט פון אמונה און חסידות וואו זיי זענען אנגעקומען. די דרילינג שלאגן אין נאמען פון גאט יעדן וואס רירט אן זייער אמונה. זיי לעבן אין א מציאות וואס איז א געמיש פון דראג קולטור, ברסלב'ע חסיד'ישע מנהגים, און גאסן-חכמה פון בת ים.
    א מיידל מיטן נאמען מירי קומט אן אין געגנט, זי קען נישט די תקנות און ווייס נישט וואס איז צניעות. אבי ווערט עמאציאנעל פארבונדן צו איר, אבער שטייט פאר א גרויסן קאנפליקט, ווײל אלס דער פירער פון דער גרופע מוז ער נאכגיין אירע כללים. לאנגזאם הייבט אבי אן צו פארשטיין וואס אמת'ע השגחה איז, און ווי מער זײן און מירי'ס פארבינדונג ווערן שטערקער, צעפאלט זיך זיין פארבינדונג מיט דער באנדע. אין דער זעלבער צײט ווערן זאכן אין דער געגנט מער קאמפליצירט, און די געוואלדטאטן דערגרייכט הויכע שטאפלען.​
  • רק ג'יגולו - Fading Gigolo (אמעריקע 13', 90 מינוט).
    פיארווענטא ארבעט אין א בלומען געשעפט, און האט שוועריקייטן צו ענדיגן זיין חודש. זײן חבר מארעי עצה'ט אים צו ווערן א ג'יגאלא, וואס געבט קאמפאני פאר איינזאמע פרויען, ווי זײן דאקטערין, אדער די דעפרעסטע חרדי'שע באלעבאסטע אביגיל. אונטער די ניק נעמען 'ווירדזשיל האווארד' און 'דאן באנגא', פאנגען די צוויי אן זייער ביזנעס. פיארווענטא גייט אריין פולי אין די ביזנעס און ווערט א געלונגענער ג'יגאלא, ביז זאכן הייבן אן צו ווערן ווערן קאמפליצירט, ווען ער פארליבט זיך אין אביגיל, און אין דער זעלבער צײט הייבט אן א נײגעריגער חרדי'שער שכן דובי צו פארדעכטיקן זײנע געשעפטן.​
  • פלאות - The Wonders (ישראל 13', 112 מינוט).
    אריאל ארנב ארבעט אין א ירושלימ'ער פאב (קרעטשמע) מיט זיין עקס-פריינדין. איין אוונט זעט ער ווי עטליכע חרדי'שע מענער צווינגען אן אנדערן מאן אריין אין א פארלאזטע וואוינונג קעגן איבער זיין הויז. דעם נעקסטן טאג בעט אים א פריוואטער אויספארשער צו נוצן זיין הויז פאר אויפזיכט. נאכדעם וואס ארנב איז מסכים, ווערט זיין לעבן אריינגעדרייט אין א מיסטעריעזער פרשה, מיט פארשידענע מאדנע ירושלימ'ער פיגורן.​
  • תפוחים מן המדבר - Apples From the Desert (ישראל 14', 96 מינוט).
    רבקה א איינציג קינד פון א חרד'ישער משפחה אין ירושלים, איז שוין מיד פון חרד'יזם. זי ווערט אין געהיים אויסגעשטעלט צו דער פרייע וועלט און פארליבט זיך אין דובי, א יונגן קיבוצ'ניק פון דרום. ווען איר שטרענגער טאטע באשליסט איר צו משדך זיין מיט שאלתיאל, אן אלמן און טאטע פון קינדער, לויפט זי אוועק צום קיבוץ וואו דובי וואוינט. איר מאמע, וויקטאריע פארט איר נאך, א רייזע וואס זי איז איבערוועלטיגט מיט ענדערונגען, צווייפלען און פראגעס, בשעת זי איז צעריסן צווישן די ווילן פון איר מאן און טאכטער, ביז דעם פונקט וואו זי איז געצוואונגען צו דורכפירן א פערזענליכע און דורכדרינגליכע חשבון הנפש וועגן די באשלוסן וואס זי האט געמאכט אין איר לעבן, אלס א מאמע און א ווייב. דער אייביגער קאמף צווישן סעקולאר און רעליגיע.​
  • פליקס ומאירה - Felix and Meira / Félix et Meira (קאנאדע 14', 105 מינוט).
    א מעשה פון אומגעווענליכע ליבע צווישן צוויי מענטשן וואס לעבן גאר אן אנדער לעבנס, בלויז עטליכע בלאק אפגעטיילט אין מאנטרעאל. מאירה א יונגע חסיד'ישע מאמע און ווייב, טרעפט פעליקס, אן איינזאמער וואלף וואס טרויערט נאכן פארלוסט פון זיין פאטער, אין א בעקעריי. דאס וואס הייבט זיך אן אלס אן אומשולדיגע פריינטשאפט, ווערט אן ערנסטע באציאונג צווישן צוויי מענטשן וואס דארפן דרינגענד איינעם אויף וועמען זיך צו פארלאזן.​
  • תיקון - Tikkun (ישראל 15', 119 מינוט)
    חײם אהרן, א חסידישער ישיבה־בחור פון מאה שערים, איז דער עלטסטער און באליבטסטער אין זײן פאמיליע, און איז דער גליק פון זײן קהילה. איין אוונט, נאך א אייגן געמאכטן פאסט-טאג, פאלט ער צוזאמען און פארלירט זיין באוואוסטזיין. אלע פרואוון אים צו אויפלעבן פאלן דורך, און ער ווערט דערקלערט טויט, אבער זיין טאטע גיט נישט אויף און נאך פערציג מינוט, אויף א וואונדערליכן אופן, קומט ער צוריק צום באוואוסטזיין. נאך דעם אומגליק פארלירט חיים אהרן אינטערעס אין זיין לערנען און זיין אמונה, ווען נייע געפילן און אומבאוואוסטע תאוות נעמען איבער זיין קערפער און גייסט. ער נעמט אן אז דאס איז א נסיון וואס ג-ט שטעלט אים אדורך, בשעת זיין טאטע, פון זיין זייט, ווערט געפייניגט פארן פארלעצן דעם באשעפער'ס ווילן און צוריקברענגען זיין זון צום לעבן. א דורכדרינגענדיקע און ניכטערע דראמע געשטיצט דורך אן אויסערגעוויינליכן וויזשועלן סטייל.​
  • שאהבה נפשי - Disobedience (אמעריקע - בריטאניע - אירלאנד 17', 114 מינוט).
    א רירנדע ליבע געשיכטע וואס שפילט זיך אפ הינטער פארמאכטע טירן אין לאנדאן'ס חרדי'שע קהילה, א דרייסטע מעשה פון פארבאטענע תשוקות, אמונה, מוט און מחילה. נאכן פטירה פון איר טאטן, וועלכער איז געווען א רעספעקטירטער און באליבטער רב, קערט זיך רונית (א אוטידי) צוריק צו זיין לויה אין איר געבורט ארט אין א חרדי'שע געגנט אין לאנדאן. ווען זי אנטדעקט זי אז אירע צוויי בעסטע פרײנד פון די קינדער יארן, דוד און אסתי האבן חתונה געהאט און לעבן אלס א גליקליכע פאר, ווען דוד גרייט זיך צו ווערן ממלא מקום פון רונית'ס פאטער אלס רב פון דער קהילה. אבער די אלטע ליבע צווישן רונית און אסתי פלאקערט צוריק אויף, וואס ברענגט ראנגלענישן און ספיקות צווישן די שפילערס.​
  • גאולה - Redemption (ישראל 18', 98 מינוט).
    מני א כאריזמאטישער הויפט זינגער פון אן אמאליגער מוצלח'דיגע ראק באנד, איז איצט מנחם - א בעל תשובה וואס לעבט א פשוט לעבן מיט זײן זעקס־יעריגע טאכטער גאולה. ווען גאולה דאַרף דורכגיין אן נייע טײערע מעדיצינישע פראצעדור, ווענדט זיך מנחם צו זײנע פריערדיגע חברים מיט אן סופרייזינג בקשה: צו פאראייניגן די באנד 15 יאר נאך וואס זי איז צופאלן, און גיין שפילן מיט אים בײ חרדי'שע חתונות. די סטעידזש, די מוזיק, און די באנייטע באגעגעניש מיטן עולם, ברענגען ארויס וואונדערבארע זכרונות אין מנחם, און א געפיל וואס ער האט שוין לאנג פארגעסן, אבער די באנייטע פארבינדונג מיט זיינע חברים און דער וועלט וואס ער האט איבערגעלאזט עפנט אויך ווידער די אלע ווייטאגן פון דער פארגאנגענהייט, וואונדן וואס זענען קיינמאל נישט באמת געהיילט געווארן, מיט וועלכע מנחם וועט מוזן זיך באשעפטיגן כדי צו באמת געפינען גאולה.​
  • סיפור אחר - The Other Story (ישראל 18', 112 מינוט).
    ענת עבאדי איז א בעלת תשובה וואס באשליסט צו הײראטן מיט א רעבעלישן מוזיקער וואס איז אויך א בעל תשובה. איר באשלוס פירט אירע גע'גט'ע עלטערן און איר פסיכאלאגישן זיידן צו אוועקלייגן זייער פארגאנגענהייט און ארבעטן צוזאמען צו פרובירן צו ראטעווען זייער טאכטער פון וואס זיי זען ווי א קאטאסטראפאלע חתונה. די פראצעס ווערט קאמפליצירט און נעמט אן איבעראשנדן דריי, ווען נאך א געשיכטע דרינגט ארײן אין דער יוניק משפחה קאמעדי-דראמא.​
  • פינק ליידי - Pink Lady (ישראל 25', 100 מינוט).
    שלמה און חיה, א חרדי'שער פארפאלק פון בני ברק, ווערן אריינגעשלעפט אין א געפארפולע מעשה ווען א גענג בלעקמעילט זיי מיט געי פיקטשערס פון שלמה. שלמה, פרובירט אליין קעגן די גענג, אבער די זאכן ווערן ווילד קאמפליצירט ווען זיין אמונה ווערט אויף דער שפיל. א סרט מיט הומאר, דראמע און א ביסל מאפיא-שטייגער.​

א גרויס חלק פון די ליסטע, האב איך גענומען פון די טעלעגראם גרופע. כ'האב מיך אויך באנוצט מיט AI, אלזא אלע טעותים (וואס מ'זאל פארשטייט זיך באריכטן) זאל ווערן אנגעהאנגען אויף די AI...​
 
פיינע ארבעט געמאכט.... איז ווער קען מיר זאגן וועלכע כ'זאל קוקן ערשט? וועלכער איז די מערסטע חרדי'ש?
 
קוקט אויס ווי נעטפליקס האט אנגעהויבן ארבעטן אויף א דאקומענטערי איבער חבד.

(די טשענעל איז געפירט דורך יוני כץ, איך מיין ער מאכט די קראון הייטס טורס פאר גוים. ער איז קאננעקטעד מיט מאניס פרידמאן וואס טרעפט זיך מיט זיינע טוריסטן, און מאניס איז כסדר גע'פיטשער'ט אויף די טשענעל.)

View: https://youtu.be/mSQYwnNldyI?si=QPRQoH58WUP0Op_0
 
My Father My Lord
״מיין טאטע מיין האַר״
איז א טרויעריגע אבער גוטע פילם
Google Search

נעטפליקס האט א סעריע “רויע דימאנטן״
ערנסט און הומאריסטיש צוזאמענגעמישט
היפש אקוראט געשפילט מיינעך

Rough Diamonds
Google Search
 
שמירת נגיעה 2007:
"מרחק נגיעה" מתמקדת בשתי משפחות, משני קטבי החברה הישראלית – משפחת מינץ, עולים חדשים מרוסיה, ומשפחת ברמן, משפחה חרדית – אשר בתחילת הסדרה עוברות לגור בשכנות באותו בית-דירות בלב העיר החרדית בני ברק. כנגד כל הסיכויים, מנהלים רוחל'ה בת למשפחת ברמן, וזוריק בן למשפחת מינץ, סיפור אהבה בלתי-אפשרי לפי חוקי הקהילה החרדית. במקביל, מתנהלים קווי עלילה שונים, בהם סיפור נישואיהם המתפוררים של סשה ומרינה מינץ, כשהיא מנהלת רומן מחוץ לנישואים, קשייהם של לאה ושמואל ברמן להביא ילד שלישי לעולם, וסיפוריהם של אהרון ברמן, אחיו של שמואל, ראש ישיבה ואלמן, ונטליה מינץ, בתם של סשה ומרינה, המתקשה להסתגל לחיים בישראל.​
 
א דאנק @כספי פאר די הערליכע ליסטע,
איך ברענג דא אראפ נאך פיל מער, א טייל פון זיי קען זיין די האסט זיי שוין געלייגט, איך האב נישט איבערגעקוקט,
והנה זה לך...

מאוויס וואס רעדן זיך פון חרדישע אידן👇👇

Shtisel season 1

Shtisel season 2

Shtisel season 3

Rabenu - Hebrew vision

I want to know

Unorthodox

After Life

Rough diamonds

Bible Secrets Reveal

Fire dance

Hayehudim Baim

Dan Barker

My unorthodox life

Unchained

The Bible Unearthed

די מעשה פון יונה

Scientific Proof For The Story Of יונה

TNT Bible Collection and other bible Movies

RELIGULOUS

One Of Us

Sacred Sperm

Felix And Meira

A Better Life

93Queen

Where Is Joel Baum

City Of Joel

Disobedience

Samuel-613

Shande

The Story of Suzie

The Vigil

The Truth Behind Bathsheba and King David's Love Affair

The Awakening of Motti Wolkenbruch - Dubbed in English

David and Bathsheba - Movie

Jewish Atheists

Marry Me However

The Root of All Evil

The Root of All Evil - The Virus of Faith

The Root of All Evil - The God Delusion

The Enigma Of Delilah, Nemesis Of Samson

Samson and Delilah 1949

Leaving the Fold

Charles Darwin and the Tree of Life

Be Fruitful and Multiply

A Life Apart: Hasidism in America - Documentary 1997

The Dybbuk: A Tale Of Wandering Souls

Fill The Void

Divorce Denied

Sherwin Wine - The philosophy of humanistic judaism

God on Trial

Kiryas Joel Public School District v. Grumet.

Mendy: A Question of Faith

Kumaré

Menashe

Black Hat

A Price Above Rubies

Romeo and Juliet in Yiddish

The Bible's Buried Secrets

Shehita

Canvey - The Promised Island

SHTTL

Division Ave

Who Wrote the Bible

Ushpizin

Unkept Secrets

Outremont and the Hasidim

Covered Up

Kadosh

Crown Heights

The Shabbos Goy

Rabenu - English version

אינפארמאטיווע טעלעגראם קאנאלן👇👇

סיני

פון פערציג און העכער

אידישע אטעאיסטן

לייביש הכהן

קאווע שטיבל טשעט

הרחקים מן המחנה

יוצאים בשאלה

רעליגיע און קולטור

סרטים על חרדים

אינטערעסאנטע פאדקעסט'ס 👇👇

The after life podcast

Heretic in the house

The scathing atheist

Beyond belief

Radically human

Outcry

The bruchim podcast

יו-טאב קאנאל ליסטע👇👇

(צוליב א טעכנישע פראבלעם האב איך נישט געקענט אראפברענגן די לינק'ס דערצו, אנטשולדיגט)

A Dose of Reason

• The Atheist Experience

• The Line

• The Line Edge

• Kristi Burke

• Planet Curious

• Jaclyn Glenn

• Unsolicited advice

• TheThinkingAtheist

• Rationality Rules

• Apostate Prophet

• DarkMatter2525

• Alex O'Connor

• Matt Dillahunty

• AronRa

• Last Days

• Pangburn

• Andrew Gold

• Richard Dawkins Foundation for Reaso...

• The Poetry of Reality with Richard Dawkins

• Free Thinker

• Modern-Day Debate

• The Common Atheist

• Chris Johnson

• The Atheist Voice

• Visionary visuals

• Jon Oleksiuk

• Premier Unbelievable?

• Cults to Consciousness

• Professor Dave Explains

• Genetically Modified Skeptic

• Ricky Gervais

• The Klezmatics Official

• Holy Koolaid

• Mayer Schwartz

• Karen Koren

• Izzy Posen

• viggy50

• Hashkafa with a Heretic

• Pesach Eisen

• Frieda Vizel

• League for Yiddish

• Miriam Anzovin

• Joseph Kraus

• Jews On Television

• daatemet

• Footsteps

• Freidom

• Deep Drinks

• Freedom From Religion Foundation

• misterdeity

• The Antibot

• Sir Sic

• UsefulCharts

• Logicity

• Forrest Valkai

• Emma Thorne

• Paulogia

• Mrs. Betty Bowers

• EdwardCurrent

• Just Jake

• Religiolog

• Yiddishkayt

• JaclynGlenn

• Flatbush Girl

• SFJNews

• Hador Huachron

• kjmafia

• Beatrice Weber
• Mindshift

• The Unbelievers

• Atheist Foundation of Australia Inc
• The Truth Hurts

• Skeptic Generation

• Digital Hammurabi

• NonStampCollector
• Truth Wanted

• Non Believer Archive

• Introduction to the Old Testament With Christine

• UCSD Exodus Conference

• Christopher Hitchens playlist

• Bible Stories

• הקו האתאיסטי

• אלוהי החורים

• יוצאים לשינוי

אידישקייט דעבאטעס (יו-טאב)👇👇

Hitchens / Boteach

Rabbi Shmuley / Richard Dawkins

Hitchens, Harris, Dennett vs Boteach, D'Souza, Tale

Rabbi Sacks and Richard Dawkins

Schooling a Rabbi on Evolution

• Rabbi Dovid Gottlieb's questions for evolutionists

Hitchens vs. Rabbi David Wolpe: The Great God Debate

Hitchens vs Boteach: Is There An Afterlife

Christopher Hitchens / Rabbi Harold Kushner
https://youtu.be/UjKJ92b9Y04?si=P76Ls6cNxgLWY6Vc

• Is There an Afterlife? Hitchens, Harris, R' Wolpe, Shavit

Richard Dawkins interviews Rabbi Gluck
View: https://youtu.be/jDwU50XGKoc?si=G9TsxzQgt3RmyfZM

• Matan Debates Rabbi on Judaism and New York Tunnels

• 17 Year Old vs Rabbi and Monk in Heated Debate

Kefirah Information Center

אטעאיסט דערלעבעניש (יו-טאב)👇👇

• Arguing for Judaism

• Jewish Survival Demonstrates The Truth Of Judaism

The Continued Existence Of Jews Proves

Truth Of Judaism

View: https://www.youtube.com/watch?v=_ccNwPcDeMQ

• Is There Truth In Judaism?
View: https://www.youtube.com/watch?v=sG5EwruP6NE&t=28s

• My Proof of God Will Make EVERYONE Believe!

• Case For Judaism

Judaism

Circumcision In The Jewish Religion
View: https://www.youtube.com/watch?v=YmAgZqk_PKE

• How to talk about circumcision
View: https://www.youtube.com/watch?v=ecVcUzEn3OM

• Did Jews Build The Pyramids

ריסערסעס👇👇

• Israel: Hillel, Out for Change

• US: Footsteps, Freidom

• UK: Gesher, Mavar

• Canada: Forward

• Australia: Pathways

• Advocates for fair education: Yaffed

Makom

Zaakah

Recovering From Religion

OU Communities

Birthright Israel

r/exjew

דאס און נאך צוזאמען גענומען פונעם אינהאלט'ס-רייכן טעלעגראם קאנאל
I want to know
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top