כוואליעס פינפטע ״כוואליע״ לכבוד פסח תשפ״ה

מעלדונגען און קאמענטארן איבער דער "כוואליעס" אויסגאבע
באקומען דעם הערליכן כוואליעס
דאס איז מיין מתנה פאר יו"ט.
כ'קלער דאס צו ניצן פאר מיין הגדה אזוי ווי @אפיקורוס האט מעורר געווען
View attachment 4197
ייש"כ פאר די אלע וואס האבן זיך אפגעגעבן אויף טריט און שריט כדי צו ערמעגליכן אזא הערליכע אויסגאבע לכבוד יו"ט, כ'בין ברור כשמש אז דעם פסח גייט האבן אנאנדערע טעם מיט דעם הערליכן אויסגאבע
 
נארוואס אנגעקומען אין די פאסט. עס איז א יופי!
ס'ליינט זיך גאר אנדערש אין א געהעריגע געדרוקטע פארמאט, און דאס צאלן דערפאר געבט עס אויך א באזונדערע חשיבות..

נאכאמאל יישר כח פאר די איבערגעגעבענע @כוואליעס רעדאציע, און פאר די אלע שרייבער וואס האבן מטיב געווען מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות גאלדענע פענעס און רייכע ידיעות, (@מר שושני איך בין באזונדער עקסייטעד אז דו האסט דיך פיינעלי גענומען דאס פעדער אין האנט אריין. פארשטייט זיך אויך פאר אלע אנדערע דארט - @פעדער, @הבל וריק, @הלל פערלמאן, @אינטעליגענט, @מאָצל טויב, @תוהו ובוהו, @מיימון, @שניאור ריבנר, @יששכר כץ, @אפענער, ואחרון חביב @דער גאלדענער אדלער מיט זיין שמעלקא..)
ווי אויך פאר די ספאנסערס, אמאזאן קאסטומערס, און כסדר'דיגע שטיצער וואס ערמעגליכן און געבן די ברענשטאף אנצוגיין דערמיט!

זאלט איר אלע זיין געבענטשט פארן משמח זיין אזויפיל אידן לכבוד דעם יום טוב!


בנוגע אמאזאן.
קודם וואס איז פשט אז עס קומט ארויף דארט דריי באזונדערע אפציעס צו קויפן די כוואליעס? כ'מיין ס'האט אפי' אנדערע פרייזן..
צווייטנס, איז דא - אדער קען מען מאכן - אן אפציע פאר קינדל עדישאן? אדער איז עס אן עקסטערע עבודה?
דריטנס, ווען איך האב עס געקויפט איז עס געווען מיט אפאר דאלאר ביליגער ווי עס איז יעצט, איז דא א ספעציפישע סיבה דערצו אדער האט עס מיט אמאזאן אליין?

עקסטער וואלט איך געוואלט בעטן אויב מ'קען ביטע מפרסם זיין די נומערן וויפיל שטיק ס'פארקויפט זיך אויף אמאזאן דערפון. ס'קען זיין אינטרעסאנט פאר פאטענציאלע עדווערטייזערס צו וויסן די גרויסקייט פונעם קלייענטעל (און פארשטייט זיך געוויסע 'אויפגעקלערטע' סארט זאכן/סערוויסעס קען מען מעגליך נאר עדווערטייזן אין אזא סארט מאגאזין..), פאר שרייבער איז עס אויך אינטרעסאנט און מאטיווירנד צו וויסן וויפיל מענטשן זענען גרייט צו באצאלן פאר זייער ארבייט, ובכלל איז אינטרעסאנט צו באקומען דעם בילד בערך וויפיל אזעלכע סארט אידן עס זענען דא ארום די וועלט..

א גוט יום טוב. איך דארף גיין עפעס ליינען יעצט...
 
For the sake of transparency

מר שושני, פאר ווער עס ווייסט פון איהם, איז אנגענומען היינט אז ער האט געהייסן באמת 'הלל פערלמאן'.
איך האב דאס גענומען אלס נאך א פען נאמען פאר כוואליעס.
דא אויף קרעמל דארף עס נישט זיין א סוד בכלל.

איך ווייס נישט פארוואס איך האב נישט געמאכט קלאר פאריגע מאל (ביי 'וצדיק באמנתו').
 
For the sake of transparency

מר שושני, פאר ווער עס ווייסט פון איהם, איז אנגענומען היינט אז ער האט געהייסן באמת 'הלל פערלמאן'.
איך האב דאס גענומען אלס נאך א פען נאמען פאר כוואליעס.
דא אויף קרעמל דארף עס נישט זיין א סוד בכלל.

איך ווייס נישט פארוואס איך האב נישט געמאכט קלאר פאריגע מאל (ביי 'וצדיק באמנתו').
אה WOW, גארנישט געוויסט און געכאפט. סא דאס מאל האסטו גאר צוויי זאכן אריינגערוקט?!
 
ווען גייט זיין די פי די עף?
 
אה WOW, גארנישט געוויסט און געכאפט. סא דאס מאל האסטו גאר צוויי זאכן אריינגערוקט?!
יא.

משום והייתם נקיים, איך זעה געוויסע האבן געשריבן אבער זייערס איז נישט אריין צום סוף.
איך בין נישט די רעדאקציע און איך ווייס נישט זייערע חשבונות, אבער איך טראכט אז די סיבה מיינע זענען ביידע אריין איז וויבאלד איך האב זיי שוין געמאלדן זייער פרי איבער ביידע ארטיקלען און אויך וואס די אינהאלט דערפון וועט זיין.

אולי....

ס'איז זיכער נישט וועגן איך האב דא עפעס דין קדימה.
איך בין א ניק ווי אלע ניקים, און איך פלאן צו בלייבן אזוי.

איך האף דער עולם וועט הנאה האבן פון מיינע ארטיקלען און האבן אן עונג שבת ויום טוב.
 
באקומען היינט, א גרויסר יישר כח פאר די ארויסגעבער אין שרייבער, איך גרייט מיך פאר א דערהויבענעם יום טוב.
לרבים השואלים עס איז געקומען אין א אמעזאן זעקל, ותו ליכא למיחש.
 
גא"מ

ערשט יעצט באקומען, א פשוט'ע אמעזאן באקסל.

קוקט אויס הערליך. זיסע קאלירן און א פערפעקט סייז.

סניהקפּיהק
1000381752.jpg
 
באקומען דעם הערליכן כוואליעס
דאס איז מיין מתנה פאר יו"ט.
כ'קלער דאס צו ניצן פאר מיין הגדה אזוי ווי @אפיקורוס האט מעורר געווען
View attachment 4197
כ'האב הירהורים צו אנהייבן ליינען שוין יעצט און שפירן דעם טעם פון בועל זיין ארוסתי נאך איידער דעם יום החופה, אבער כ'על מיך איינהאלטן אזוי ארום אויפצובויען מיין תאווה נאך שטערקער
 
אט איז דער לינק אראפצולאדענען די אויסגאבע, די אימעיל וועט אי"ה געשיקט ווערן בקרוב.

וועלט אויס די fit to page אפציע ביים פרינטן; מיר האבן געמוזט טוישן דעם פעידזש סייז פאר אמאזאן.

מ'קען נאך באשטעלן די אויסגאבע אויף אמאזאן און ליינען א הארטן קאפי חול המועד און די צווייטע טעג יו"ט.

דורכ'ן קויפן אויף אמאזאן העלפט איר דעקן א חלק פון די הוצאות פון דער הערליכער "כוואליע" און אויך העלפט איר ארויס הפצה.

https://amzn.to/3FWtVqH
 
מיר מוזן זיך באדאנקען פאר די גאר טאלאנטפולע שרייבער וואס האבן אנטיילגענומען אין דער פסח כוואליע מיט זייערע אויסערגעווענליכע ווערק:

@שניאור ריבנר
@מר שושני
@הבל וריק
@מיימון
@פעדער
@הלל פערלמאן
@דער גאלדענער אדלער
@אינטעליגענט
הרב @יששכר כץ
@תוהו ובוהו
@מאָצל טויב
הרב פיני דונר
@אפענער

מיר זענען שטאלץ צו דינען אלס אייער פלאטפארמע און ברענגען פאר די ליינער אייערע אריגינעלע נשמה-ווערק. פיל הצלחה אויף ווייטער!

*​

אויך ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די טאלאנטפולע שרייבער וואס זייערע ארטיקלען האבן עס ליידער נישט אריינגעמאכט דאס מאל, אי"ה עוד חזון למועד, מיר האפן נאך מהנה צו זיין די ליינער מיט אייערע רייכע ווערק.

*​

אן עקסטערן דאנק מעומק הלב פאר אונזער געטרייען גראפיקער, וואס האט בטוב ליבו אריינגעלייגט עקסטערע כוחות און שעות צו פערפעקציאנירן די אויסגאבע. זאל דיך גאט באצאלן מיט אלעם גוטן.
 
ס'איז אנגעקומען, שכוח יעדער איינער

די שאלה ותשובה פון ר' יששכר כץ איז שוין נישט געווען נוגע פאר די יאר, איך בין למעשה געגאנגען אין בית מדרש הערן א סיום...

אפשר לויט די שיטות אז מ'דארף מאכן א סיום מארגן קען איך הערן א ווירטואלע סיום
 
יעצט ערהאלטן מיין קאפיע אויף פאסט.

ס'איז מיר א חשובע עהרע צו זיין א טייל פון די פיפטע אויסגאבע (41) אידישע שרייבווערק פון די קרעמל גווארדיע וואס פליסן צווישן די כוואליעס פון אינפארמאציע וואס מ'לאזט יא אדער נישט אריין אין די דאמעין... נאר ווען די כוואליע מאכט א וואל גיט ער זיך א לאז צום בארטן אויף וויפיל מ'קען זיך אנשעפן און ווייטער צוריק צום ים התלמוד...

ס'קוקט אויס גאר רייך די מאל!

שכח @חבקוק פאר די הערליכע ארבעט וואס דו לייגסט אריין פאר אנדערע ליינער!
 
דאס איז די "האל פוינט"
כ'באעהר אייער דראנג פאר חכמה!
אבער כ'בין מחולק מיט אייער "האל פוינט"

אפשר האט דער בעל הכוואליעס היינט געארבעט א גאנצן טאג און נישט געהאט קיין צייט צו אטעמען און אנגעיאגט דעם לינק בעפארן עסן לאנטש.

א דאנק האט מען שוין געזעהן? ס'קען אויסקוקן ווי הב הב?

מענטשן קענען חלילה מיינען אז איינער פארשמירט נאך א שנירל דעם וואך אויף א טראולישן פארנעם.
 
Back
Top