פירושים און אמוזירנדע שאצונגען איבער עטליכע מושגים און שיעורים אין סיפורים ואגדות

און כידוע אז ווער עס זאגט אויף די גמרא אז עס איז א גוזמה איז אן אפיקורוס, ווי דער מעשה מיטן חזון איש וואס האט געהייסן אראפ נעמען די וויין פון טיש ווען א בחור האט זיך אויסגעדריקט אויף א גמרא אז עס איז א גוזמה.
דער מעשה אליינס, אויב עס האט פאסירט, איז אויך א שטיקל גוזמא...
 
דער מעשה אליינס, אויב עס האט פאסירט, איז אויך א שטיקל גוזמא...
די מעשה אויב עס איז געוועהן דארף מען זאגען פשט אז דער חזון אי״ש האט געהאט א פיק אויף דעם ייד,אז זיינע דעות זענען משובשות האט ער געוואלט מאכן א מצב אז מען זאל נזהר זיין פון זיינע השקפות
עס איז דאך דבר ידוע פון רמב״ם, אז אגדות חז״ל זענען נישט כפשוטם, ווי ער איז מבאר אין די הקדמה פון פרק חלק, ער רופט אהן די וואס גלייבען אלעס כפשוטו - ולא עשו כן אלא מפני סכלותן - און ער נעמט אהן ווי די כת שלישית וואס פארשטייען אז די ווערטער פון אגדה קומען בדרך רמז, און מען דארף אריינלערנען אין זיי בעומק , צו דערגרייכען די כוונה פון אגדות
נאר עס איז באקאנט די תלמוד אין סנהדרין, ווי רבי יוחנן האט גידארשענט עתיד הקב״ה להביא אבנים טובות ומרגליות שלשים על שלשים אמה..ומעמידן בשערי ירושלים , לגלג עליו אותו תלמיד,אז אפילו די סייז פון א איי טרעפט מען נישט , לימים הפליגה ספינתו בים, האט ער געזעהן מלאכים גרייטען אהן אזעלכע גרויסע סייז מרגליות, איז ער געקומען זאגען פאר רבי יוחנן רבי לך נאה לדרוש כשם שאמרת כך ראיתי, זאגט איהם רבי יוחנן ריקה אם לא ראית לא האמנת מלגלג על דברי חכמים אתה , יהב ביה עיניה ונעשה גל של עצמות ,די גמרא איז מוקשה ווייל עס איז אבוויעס אז די אגדה פון רבי יוחנן איז נישט כפשוטו, איז דען דא אזעלכע גרויסע מרגליות ?
איז וואס איז געוועהן דא די קפידא פון רבי יוחנן ,
נאר די אגדה האט אויך אן עומק, דער תלמיד האט פארשטאנען קודם על פי פשוט, אז עס וועט זיין אזעלכע גרויסע מרגליות האט ער געלאכט ווייל עס איז נישט במציאות. דערנאך ווען הפליגה ספינתו בים,דאס מיינט ער האט געהאט א חזיון בחלום, האט ער משיג געוועהן מלאכים וואס גרייטען אהן די שטיינער, האט ער פארשטאנען טאקע אז עס איז נישט כפשוטו, נאר עס ווייזט אויף רוחניות עינינים וואס מען גרייט כסדר אהן, איז ער צוריק געקומען צו רבי יוחנן לך נאה לדרוש, ווייל דו רעדסט פון רוחניות מיט רמזים, און אויף דעם איז רבי יוחנן געווארן בייז מיט א קפידא,אם לא ראית לא האמנת, ער מיינט צו זאגען דו האסט געהאט א הווה אמינא אז איך רעד כפשוטו, סתם דברים שאין להם שחר , ביסטו א מזלזל בדברי חכמים ווי דער צווייטער כת וואס דער רמב״ם ברענגט אין די הקדמה פון חלק,
די זענען וואס זאגען אז דברי אגדה איז כפשוטם, און זיי זענען מזלזל אין זיי מיט א לגלוג , לענינינו- איז קלאהר אז דברי אגדה, איז ווי דער רמב״ם זאגט פון די כת שלישית,זיי וויסען אז כל דבריהם איז משכיות זהב בתפוחי כסף און עס איז נישט סתם כפשוטם , נאר אויב איינער זאגט אז עס איז כפשוטו, און ער איז מלגלג, קען מען אראפנעמען די וויין פון טיש .
 
ווי אחד העם האט געזאגט אויפ'ן מהר"ש: ער איז א יודע את העולם ומכוון למרוד בו, די זעלבע מיט'ן חזון איש, ער האט געהאט די קעפעסיטי צו מרחיב זיין גבולות הקדושה אבער האט געקליבן נישט צו.
 
Back
Top