קען מען זיך פארלאזן אויף אנלייסענסד טעראפיסטן?

אין מיין מיינונג.

וואלסט ווען געווען גערעכט ווען 'מאדעליטיס' גייען ארום מיט הענט און פיס (הארץ און קאפ) און שטעלן צו סעסיעס פאר קליענטן. די פאקט איז אבער אז מאדעליטיס ארויף מאדעליטיס אראפ, סעסיעס נעמט מען ביי מענטשן דורך מענטשן, און אלע מאדעליטיס (נניח זיי זענען טאקע אזוי עפעקטיוו ווי דו טענה'סט) זענען נישט מער ווי טולס - כחומר ביד היוצר.

פרעג נאר יעדן טעראפיסט, די ערשטע זאך אין טעראפי איז די רילעישאנשיפ, די טראסט, און די מיוטשעל באנד צווישן דעם טעראפיסט אין דער קליענט. מאסטערן דאס קומט געוויס נאר נאך יארן פון טרענירונג און שעות פון זיך אליין ארויסהאבן, גיין פאר הילף זעלבסט, און אפלערנען די עומק הנפש. מ'קען עס נישט געבן א לייג ארויף אויף דעם מאדעליטי און טענה'ן אז מער ווי דעם מאכט ווייניג אויס..
👌👌👌
 
פרעג נאר יעדן טעראפיסט, די ערשטע זאך אין טעראפי איז די רילעישאנשיפ, די טראסט, און די מיוטשעל באנד צווישן דעם טעראפיסט אין דער קליענט. מאסטערן דאס קומט געוויס נאר נאך יארן פון טרענירונג און שעות פון זיך אליין ארויסהאבן, גיין פאר הילף זעלבסט, און אפלערנען די עומק הנפש. מ'קען עס נישט געבן א לייג ארויף אויף דעם מאדעליטי און טענה'ן אז מער ווי דעם מאכט ווייניג אויס..
עס איז אמת בעצם וואס דו שרייבסט, אבער לאו דוקא אז פון טרענינג, ס'איז מער די חלק פון אליינס דורכאקערן די אייגענע עומק הנפש.
 
איז עס סייענטיפיש אויפגעוויזן געווארן אז א אנלייסענסד מענטש קען נישט העלפן מענטשן?
ניין און יא. ד.ה. אזוי ווען א מענטש איז אנגעווייטאגט, ער גייט צו אן אנלייסענסד טעראפיסט און גיט איהם קאנסאולטינג (מיש נישט אויס מיט קאונסלינג) און ער שפירט זיך בעסער נאכן רעדן מיט איהם, האט דער אנלייסענסד טעראפיסט געהאלפן?

יא, ער האט איהם געהאלפן, דער אנגעווייטאגטער שפירט זיך בעסער. האט דער טעראפיסט געטוהן סיי וואס אין די סעסיעס צו אים העלפן ארויסרוקן פונעם פראבלעם זיינער? לכאו' נישט, ווייל ער האט נישט קיין אנונג וואס ער טוהט. איז ווען שלמה המלך האט געזאגט דאגה בלב איז ישיחנה לאחרים האט ער געמיינט צו זאגן, שמועס אויס דיין ווייטאג און קאנסאול זיך מיט איינעם וואס וועט דיר געבן אן אויער. אבער ווי אזוי ארויסצוגיין פון דעם פראבלעם, פון זיין אן עדיקט צו ווערן אויס עדיקט, אויב איז ער נישט לייסענסד וועט ער איהם לכאו' נישט קענען העלפן.


אויב א לייסענס עקספייערט, פליט יעצט ארויס פון קאפ פונעם טעראפיסט אלעס ווואס ער האט געלערנט?
ניין, און ער קען טאקע העלפן. אבער דאס אז זיין לייסענס האט עקספייערד זאגט מיר אז עפעס איז ראנג מיט דעם טעראפיסט און דאן ווייס איך שוין נישט אין וואס איך לייג זיך אריין, ממילא וואלט איך אוועקגעשטאנען פון אזא טעראפיסט.

די לייסענס זאגט איין זאך אויף עם, אז ער האט געפעסט די טעסט, עס זאגט נישט צי ער טויג בכלל און צי ער מאכט נישט ערגער
דאס איז ריכטיג.

ממילא אויב פרעגט מען זיך נאך אויף איינעם אן לייסענס און עס קומט גוטע גריסן אויף יענעם, איז עס טאקע נישט קיין שום פראבלעם.
אויב הערסטו גוטע גריסן אויף איינעם אן לייסענס מיינט אז ער האט א חוש צו מאכן גוט פילן מענטען בשעת'ן סעסיע (צו מיט וועלידעישאן, רעקאגנישאן, אדער סיי וואס) אבער עס מיינט נישט אז ער קען איהם אמת'דיג העלפן.
 
דיין חתן רבי איז געווען לייסענס??
ווער זאגט אז דיין חתן רבי האט זיך נישט צומזיקט. די אלע וואס קאמפלעינען אויף זייער סעקס לייף וועמען בלעימען זיי ? די חתן רבי'ס מיט די כלה טיטשערס.
אין ווען זי באגעגנט זיך מיט א קלייענט וואס זי זעהט אז יענער דארף געהעריג טערעפי, שיקט זי.
ווי אזוי ווייסט זי ווען זי האט דאס נישט געלערנט ?
 
אלס א משל, איך געדענק אין ארץ ישראל ווען איך האב געלערנט דארט אין מיר, זענען געווען בחורים וואס האבן פיין געדרייווט אן א לייסענס בעסער ווי מיט לייסענס...
ביסט מדמה דרייוון וואס איז א פיזישע זאך, וואס ווען מען דרייט דעם רעדל צו רעכטס דרייט זיך די קאר רעכטס, און לינקס דרייט די קאר לינקס, די געז פעדל פארט און די סטאפ ברעיק סטאפט? איי פארוואס דארף מען לייסענס. איז פשוט צו האלטן קאנטראל אויף די דרייווערס און מאכן זיכער אז זיי זענען נישט קיין סכנה פאר די מענטשן וואס שפרייזן אריבער די גאס ווי זיי גייען דרייוון. און טאקע אויב זעהט מען אז דער דרייווער איז נישט קיין בעל אחריות ווערט זיין לייסענס סוספענדעט אדער ריוואוקד (ווענטצעך אין די פאל).

פארוואס ביסטו דאס נישט מדמה צו א מעדיקעל דאקטאר וואס פערסקרייבט א פאציענט פעלענעפרין phenylephrine פאר אן אנגעלייגט פארקילעכטס ווען דער זעלבער פאציענט איז אן הארץ ליידנדער מענטש און דאס איז מסוכן פאר הייפערטענשאן (בלוט דרוק) אדער אנטי דיפרעסענט מעדיקעישאן וואס איז מסוכן פאר בלוט דרוק. די סכנה קען זיין סטראוק, הארץ אטאקע, קידני פעיליור וכו' וועלן מיר נישט אריין גיין דא אין אלע מעדעצינען וואס איז קאנטער איין דיזיז מיטן צווייטן. אן א לייסענס (לערנען, לייסענס ווייזט אז דו האסט געלערנט און דו קענסט) קענסטו דאס נישט קענען.

און יא, אן אנלייסענסד טעראפיסט אן א קענען קען ער/זי קאליע מאכן אזוי ווי אן אנלייסענסד מעדיקעישאן פערסקרייבער.

איך קען טערעפיסטן אנע לייסענס וואס שאקלען א וועלט
מעניפיולעיטארס עסקנים מכלומר'שטע וועד חברה? היימישע געפילישע מענטשן וואס זענען דא מיט אן אוזן קשבת? וואספארא וועלט שאקלען זיי.

זאגט מיר אן היימישער פסיכיאטער (מיט א קליינע קאפעל) אז די היימישע אנלייסענסד טעראפיסטן, און דוקא די באקאנטע, איז זיין גרעסטע פרעקטיס שוועריגקייט. די עסקנים טעראפיסטן הייבן נישט אן צו וויסן וואס זיי טוען, און שיקן דעם קליענט צו איהם צו ווערן פערסקרייבט די און די מעדיקעישאן, אין די צייט וואס ער האט נישט די מינדענסטע אנונג אז די מעדיקעישאן, אדער מעדיקעישאן אין דעם פאל איז קאונטער פראדוקטיוו, און אפשר אפי' א חורבן עולם.
 
אפילו אין די גוישע וועלט איז נארמאל צו פראקטיצירן טערעפי אנע לייסענס
מען געט זיך פשוט אנדערע נעמען ווי

Breathe work facilitator...
Breath work facilitator ארבייט נישט אריין אין קיינע פיסכילאגישע הילף.

און ברידינג טעראפי איז א וועיג צו זאגן פארן מוח סלאו דאון. עס איז נישט קיין דעמעדזש ריגארדלאס. ע''כ דארף מען טאקע אויף די טעראפי נישט קיין לייסענס.
 
למשל: א לייסענסד טעראפיסט מוז לויט געזעץ מעלדן אויב איינער פארציילט אז ער האט געטשעפעט איינעם. אפילו דאס מיינט נישט אז ער גייט אין תפיסה אדער ס'קומט צו קאורט, איז עס א חיוב צו מעלדן. אין חסידי'שע קרייזן איז אזא זאך זייער שווער, און דערפאר ווילן אסאך נישט גיין אויף לייסענס.
דאס איז ריכטיג. אויב א מיינער אונטער 18 איז געווארן סעקסשועל אביוזד דארף עס א לייסענסד טעראפיסט רעפארטן.

אויב א טעראפיסט זעהט א מסוכנ'דיגע נעגלעקט אויף א קינד, אפי' אנדערנארישט, דארף ער עס רעפארטן צו די סי.פי.סי.

און אין נאך אנדערע פעלער מוז דער טעראפיסט רעפארטן צו די אויטאריטעטן.

דאס איז אן ערענסטער פראבלעם אין דער ענין פון מסירה. די געזעצן אויף דעם זענען נישט לייכט און היבש שטרענג אינפארסירט.

אבער דאס איז נישט קיין צוריקהאלט פון פראקטיצירן מיט לייסענס, ווייל א טעראפיסט קען אייביג אפזאגן א קעיס נאך די ערשטע סעסיע (טאמער איז ער שוין חושד העלפט דאס נישט) און אין די ערשטע סעסיע איז ער נישט מחויב צו שוין זעהן אדער גלייבן אז ער זאל ווערן מחויב צו רעפארטן די קעיס. ד.מ. אזוי, אויב עס האט נישט קיין סיבה חושד צו זיין דארפסטו נישט רעפארטן. 99% פעלער קומט נישט ארויס די חשד נאכן ערשטן מאל אדרעסירן א קעיס.

כדי נישט צו זיין מחויב צו רעפארטן דארפסטו זיך אנטזאגן פונעם קעיסלאוד.

אין קורצן, דאס איז אן אישו!!!
 
געווענליך אויב איינער איז שוין יא לייסענסט ביים היימישן ציבור איז ער נאר אן LCSW און נישט מער.

אבער אין די אלגעמיינע וועלט איזה דא אסאך מער, ווי צב"ש

Common Therapist License/Credential Acronyms:

1. LCSW – Licensed Clinical Social Worker

2. LMFT – Licensed Marriage and Family Therapist

3. LPC – Licensed Professional Counselor

4. LCPC – Licensed Clinical Professional Counselor (used in some states)

5. LPCC – Licensed Professional Clinical Counselor (used in other states)

6. LMHC – Licensed Mental Health Counselor (common in some states like NY, FL, WA)

7. PhD – Doctor of Philosophy (often in Psychology)

8. PsyD – Doctor of Psychology

9. MD – Medical Doctor (used by psychiatrists, who can prescribe medication)

10. PMHNP – Psychiatric Mental Health Nurse Practitioner

11. MSW – Master of Social Work (not a license, but an academic degree)

12. MFT – Marriage and Family Therapist (sometimes used informally)

13. CADC / LADC – Certified or Licensed Alcohol and Drug Counselor

14. CSW – Certified Social Worker (can be used before full LCSW statu
LCSW
LMFT
LPC
זענען טאקע אין די קאטעגאריע פון וואס דו רעדסט. די רגע וואס דו גייסט צו העכערע דעגריס למשל
LCPC
LPC
LMHC
PHD
PSYD
PMHNP
די זענען מער ערנסטערע לייסענסעס און פולערע פראפעשאנס.
MSW
MFT
CADC/LADC
CSW
זענען שוואכערע סטאדעס און דעגריס אין לייסענסינג.
 
אבער פון די אנדערע זייט, א נישט לייסענס טערעפיסט האט נישט קיין שום עקאנטעבילעטי אויב ער צושמירט דיך אין גאס.
עס געשעהט טאקע אווער און אווער עגען.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין ווי געט מען אריין א קאמפלען אויב א לייסענס טערעפיסט האט גערעדט צו איינעם, וואס זיין קלייענט האט נישט אטארעזירט?
אויף די HIPPA פארם שטייט געווענליך די אינפארמאציע.

די רעפארטס קומט אן צו HHS העלטה און היומען סערוויסעס און OCR אפיס אף סיוויל רייטס (ציווילע רעכטן)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווי קען מען טשעקן אויב א טערעפיסט איז טאקע לייסענס?
א יעדעס סטעיט האט אַ לייסענסינג טשעק אוט. אויף די אינטערנעט, אדער אויף די פוין ביי די לייסענסינג דעפארטמענט פון יענע סטעיט.
למשל ניו יארק וועב זייטל איז https://www.op.nysed.gov/verification-search
קאליפארניע איז
Request Rejected
וכן הלאה.
 
האסט א נקודה איבער טראסט, געווענליך א נארמאלער מענטש, א קאוטש וואס האט זיך געלערנט, א נארמאלער אנשטענדיגער מענטש, קענסטו טראסטן אפילו ער איז נישט לייסענסד
איך בין נישט זיכער. ער וויל די בעסט, אבער ער ווייסט נישט זייער אסאך זאכן וואס זענען זיך סותר מיט זיין עדווייס.
 
ווער זאגט אז דיין חתן רבי האט זיך נישט צומזיקט. די אלע וואס קאמפלעינען אויף זייער סעקס לייף וועמען בלעימען זיי ? די חתן רבי'ס מיט די כלה טיטשערס.
דו זאגסט גוט, ס'איז טאקע נישט גערעכט צו בלעימען די חתן רביס מיט די כלה טיטשערס. זיי זענען סך הכל געהייערט געווארן דורך די טאטע מאמע, צו אויסלערנען אקוראט דאס וואס זיי לערנען אויס.

די בלעים דארף ענדערש גיין צו דיין טאטע מאמע, פאר'ן דיר נישט זאגן אז אפאר חדשים נאך די חתונה זאלסטו גיין מיט דיין ווייב צי א געהעריגע סעקס קאוטש,

וואס איך פלאן דאס צו טוען מיט מיינע קינדער אי"ה, איך גיי אויפזוכן פאר זיי די בעסטע חתן רבי/כלה טיטשער אויף די מארקעט, איך גיי מאכן גוטע ריסערטש, איך גיי אים אנקאלן בעפאר מיין זון הייבט אן צו גיין צו אים מיט א ליסט פון שאלות צו זיכער מאכן אז ער גייט נישט פארקויפן קיין שטותים,

און איך גיי זיין זייער קלאר מיט מיין זון/טאכטער פאר די חתונה, אז יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן, ס'דא נאך אסאך זאכן וואס ענק ווייסן נישט, ווען דו פילסט באקוועם נאך די חתונה, מאך דיין ריסערטש, און דו קענסט עניטיים נעמען א טשעק פון מיר,

איך טראכט נאך ווי אזוי ס'איז די רייט וועי צו זאגן, אן אריינשטעקן די נאז אין די פריש פארהייראטע קאפל..

אבער ס'קלאר אז ס'ליגט אויף די טאטע די אחריות צו זאגן פארן קינד, אז די חתן/כלה שיעורים איז נאר פאר אנהייב.
 
זאגט מיר אן היימישער פיסכיאטער (מיט א קליינע קאפעל) אז די היימישע אנלייסענסד טעראפיסט'ס און דוקא דו באקאנטע איז זיין גרעסטע פרעקטיס שוועריגקייט. די עסקנים טעראפיסט'ס הייבן נישט אן צו וויסען וואס זיי טוען און שיקן דעם קליענט צו איהם צו ווערן פערסקרייבט די און די מעדיקעישאן אין די צייט וואס ער האט נישט די מינדענסטע אנונג אז די מעדיקעישאן, אדער מעדיקעישאן אין דעם פאל איז קאונטער פראדוקטיוו. און אפשר אפי' א חורבן עולם.
וועלכע טעראפיסט ווייסט פון מעדיקעישאן צו זאגן אז ער זאל בכלל זאגן פארן קליענט "וועלכע" מעדיקעישאן צו נעמען?

דער טעראפיסט ווייסט איין זאך, מיין קליענט האט דעפרעשאן אדער ענקזייעטי, און מעדיקעישאן וועט אים העלפן! שיקט ער אים צו א פסיכיאטאר, ער מישט זיך בכלל נישט אריין וועלכע מעדיקעישאן צו נעמען!

דו לייגסט ארויף א נאסע ליילעך צו פיטערן דיין ארגומענט אז סערטיפייד קאוטשעס זענען גארנישט ווערד.
 
Breath work facilitator ארבייט נישט אריין אין קיינע פיסכילאגישע הילף.

און ברידינג טעראפי איז א וועיג צו זאגן פארן מוח סלאו דאון. עס איז נישט קיין דעמעדזש ריגארדלאס. ע''כ דארף מען טאקע אויף די טעראפי נישט קיין לייסענס.
ווייטער לייגסטו אראפ פאקטן און נאכדעם דארף איך מיך פארענטפערן
 
וועלכע טעראפיסט ווייסט פון מעדיקעישאן צו זאגן אז ער זאל בכלל זאגן פארן קליענט "וועלכע" מעדיקעישאן צו נעמען?

דער טעראפיסט ווייסט איין זאך, מיין קליענט האט דעפרעשאן אדער ענקזייעטי, און מעדיקעישאן וועט אים העלפן! שיקט ער אים צו א פסיכיאטאר, ער מישט זיך בכלל נישט אריין וועלכע מעדיקעישאן צו נעמען!

דו לייגסט ארויף א נאסע ליילעך צו פיטערן דיין ארגומענט אז סערטיפייד קאוטשעס זענען גארנישט ווערד.
נישט גוט פארשטאנען, אדער האב איך זיך נישט גוט ארויסגעברענגט.
מעדיקעישאן איז נאר די משל. זיך צו שפילן מיט יענעם'ס נפש און נישט וויסן וואספארא אפעקט דאס קען אויף איהם מאכן ערגעץ אנדערש איז פונקט ווי דער וואס קען נישט קיין מעדיצין, שרייבט אין די וועלט אריין. מערק אן אז איך האב נישט גערעדט פון קיין מענטאל העלטה מעדעצינען.

און יא, די וואס האבן נישט קיין לייסענס רעקאמענדירן און שטופן צו זייערע פסיכיאטארן צו באקומען פעסקריבשאן דראגס וואס אויף די פעסקריבשאן שטייט, ווי יענער זאגט, איך האב געמאכט דאס געלט ביז אהער יעצט מאך דו, און דאן צוריק צו מיר. וחוזר חלילה.
 
דו האסט א שווארצע בליק אויף דעי מענטשן פיריעד! דו קענסט טרעפן ביי ביידע פראבלעמען

סאיז קלאר דא גאר גוטע טערעפיסטן אנע לייסענס. נעקסט.
 
Back
Top