עק וועלט

שפרה לאווען

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
פעב. 6, 2025
מעסעדזשעס
183
רעאקציע ראטע
1,511
פונקטן
213
ס׳נישט קיין חידוש ווען די מח הייבט אָן בויען בנינים פון וויאזוי זאכן קענען גיין ראָנג, נאך איידער האסט אפילו אריינגעשטעקט א פינגער אין קאלט וואסער און גענומען די ערשטע שריט צו שאפן עפעס גוטס פאר זיך,
ווייל אויב האסטו א געזונטע כח הדמיון - דו ביזט א creative person, און אויב האט מען איינגעבאקן אין דיר פון קליינווייז אָן אז פון יעדע קליינע ריר וואס דו טוסט נישט ריכטיג & פאלגסט נישט גענוי דאס וואס מ׳האט דיר אויסגעלערנט, דעמאלס איז עק וועלט! און ס׳קומט א חרון אף חלילה אויף דיר, און אפשר אויך אויף גאנץ כלל ישראל… (דעמאלס איז נארמאל אז דיין מח וועט ארבעטן פונקט אזויווי מ׳האט עס געטרעינט, און וועט דיר ווארענען כסדר און דיר וועלן צוגרייטן זאלסט זיין prepared…)

מילא פרויען, איז דאך אפגערעדט וויפיל שיעורים פלעגן האקן און פארפירן אז זייער אויסגעשניטענע האלז אדער שמאלע קלייד איז וואס איז וואס איז גורם קענסער, און סאטמער רבי ז״ל האט געוויינט בכיות אויף די שרעקליכקייט פון בייהאָר, אבער אפילו אלס קינד האט מען אונז אזויפיל אנגעשראקן. די תהלים קארטלעך האבן געהאט ווארענונגען וועגן אמן יתומה - אז אויב דערמאנסטו זיך א מינוט צו שפעט צו זאגן אמן וועלן דיינע קינדער חלילה זיין יתומים… און אנדערע אזעלכע משוגענע אנשרעקענישן

טריט און שריט האט מען זיך געדארפט רישן אויפ׳ן ערגסטן: אויב וויל איך צופיקסן מיין האר שבת און בטעות רייס איך א האר, איז די שטראף צו שטארבן יונג (לויט די סאטמערע הלכות שבת וואס מ׳האט ביי אונז געלערנט ביי די זיבן יאר אלט)

און אויב הער איך אויס א לשון הרע׳לע און כ׳האב נישט די קוראזש אפצושטעלן די זאפטיגע שמועס און זיין די פרומע, וועל איך פארלירן אלע מיינע שווער אנגעהארעוועטע עולם הבא….
דאס זענען נאר א קליינע חלק פון די סטראשענישן און איך בין זיכער ס׳דא וואס קענען מיר דא ארויסהעלפן און צולייגן צו די ליסטע

איך פלעג זיך וואונדערן פארוואס מיין מח האט אזוי שנעל געקענט לויפן צו די worst case scenario ביי יעדע קליינע געשעהניש וואס איז ארויס פון די norm /עפעס אומגעווענטליך
כ׳האב געמיינט אז ס׳מיין שולד אז כ׳פלעג זיין אזא גרויסע זאָרגער…

ביז כ׳האב געהאט די ריכטיגע הילף צו היילן מיט somatic healing פון די אלע צורודערטקייטן וואס מ׳האט אריינגעלייגט אלע יארן ביז איך בין ארויס פון די סיסטעם.(יא, די ווערטל איז ריכטיג, מ׳קען ארויסגיין פון טאהש, אבער ס׳מיינט נישט אז טאהש גייט אטאמאטיש ארויסגיין פון מיר… אמת׳ע פרייהייט איז ווען מ׳איז אויסגעלייזט פון די טראומא וואס מ׳האט דורכגעמאכט. און אויף דעם האב איך געדארפט טרעפן די ריכטיגע שליחים צו העלפן)

היינט נאכט האב איך זיך אנגעטראפן אין דעם גוטן קליפ
when your mind starts catastrophizing
און ס׳האט מיר דערמאנט יענע פיינפולע זכרונות פון די צייטן ווען איך פלעג לעבן מיט אזא סארט פחד (נישט טאג טעגליך) אבער די מח פלעגט ווילד לויפן -נישט מער געדאכט- און גרינג זיך פארגעשטעלט דאס ערגסטע 😅

Anyone relate?
 
לעצט רעדאגירט:
שיין געשריבן. כמעט אלע וואס זענען אויפגעוואקסן אין די עלטערע דור ווי דיר (איך אינקלודעד) קענען רילעיטן דערצו אין איין וועג אדער אן אנדער.

איך פלעג מיך אלץ וואונדערן אויף די "דרכיה דרכי נועם" מאטא, אלעס פון אונזער תורה און שיין, ריין און זיס, אלזא פארוואס דארף מען צוקומען צו די שוידערליכע סטראשערייען אויף טריט און שריט?

עס איז נאר ערגער געווארן ווען איך בין אביסל עלטער געווארן און זיך באקענט מיט עטליכע מאמרים פון זוהר הקדוש (ביטע נישט אריינפירן דעם שמועס אין די פאלעמיק פון וואו עס שטאמט) וואס יעדע זאך וואס דו טוסט נישט ריכטיג איז ממש עק וועלט, קוים וואס דו האסט א חלק באלקי ישראל אדער עולם הבא, ביסט א עוכר ופושע ישראל, און די גאנצע פמליא של מעלה לאזט זיך אפ פון אלעם וואס זיי האלטן אינמיטן טון און קומען דיר באשייגעצן, אוי לו ואוי לנפשו, ניטאמאל העלפט תשובה פאר דאס און יענץ... ביסט פארפאלן לעולם ועד פון אלע וועלטן, נישטא מער קיין אויסזיכט! כמעט וואס איך האב מיר געריסן די האר פון קאפ אז ליידער איז אויסגעפאלן די ביטערע גורל אויף מיר צו געבוירן ווערן אין צפון קארעא און איך קען ניטעמאל פטור ווערן פון דעם דיקטאטור, מען לאזט מיר נישט ארויס פון לאנד...

עס האט מיר גענומען אסאך צייט - און איך בין נאך ווייט פון פארטיג - אראפצוקריכן אביסל פון בוים און נישט נעמען יעדע מאמר פאר פעיס וועליו. איך האב פשוט נישט געקענט אזוי אנגיין און זיין א נארמאלער מענטש און דינען דעם באשעפער מיט שמחה.
 
איך וואלט שטארק אפרישיעטעד אויב דו קענסט אביסל עלעבארירן פון דיין סאמעטיק טעראפי, ווי אזוי עס ארבעט.
פארשטייט זיך אויפן שפיץ גאפל.
 
די לאזונג "עק וועלט" האט אַלץ געהאט א פאזיטיווע וועג פון עס זאגן עס רופט זיך "ס'איז א נייע וועלט היינט"....
 
איך בין נישט קיין טעראפיסט, אבער איך וועל עס מסביר זיין אויף פּלעין אידיש די בעסטע וואס איך קען.

ערשטנס איז גוט צו וויסן אז ס׳דא פארשידענע סארט practitioners וואס העלפן מיט דעם, ווי אויך זענען דא פארשידנארטיגע מעטאדן פאר somatic therapy

EFT
EMDR
זענען צוויי סארט מעטאדן וואס זענען היפש באקאנט

👈 די וויכטיגסטע חלק וואס העלפט די היילונג איז ווען דער מענטש פילט רוהיג און safe מיט די practitioner צו וועמען ער ווענדט זיך פאר הילף (otherwise איז עס פשוט א ברכה לבטלה)

וויאזוי ארבעט עס? היות טראומא ווערט
stored in the body
ס׳נישט נאר אין די mind
ממילא איז דעי מין היילונג געמאכט אויסצו-וואשן דעם קערפער פון די imprint וואס די טראומא האט איבערגעלאזט אין דיין קערפער. וואס איז די מהלך? עס געבט פאר׳ן מענטש אן immersive experience - אויב ביזטו אמאל געווען אין גאר א גוטע spa וואס העלפט דיר פארגעסן אלע דיינע דאגות, דעמאלס קענסטו זיך פארשטעלן אן emotional spa- וואו די פּראקטישענער/טעראפיסט העלפט אויף אן אופן וואס דו פילסט transformed נאכדעם וואס די סעשן ענדיגט זיך.

צוביסלעך נאך א שטיק צייט וואס דו באקומסט וואכנטליך אזא טריטמענט, האט דיין גוף רעקארדירט א נייע וועג פון לעבן וואס איז רוהיגער און וואו דו געבסט זיך א מילדערע באהאנדלונג ווען זאכן גייען נישט גרינג, אנשטאט זיך האקן מיט א האמער אין דיין קאפ מיט ברוטאלע קריטיק, העלפט דעי טעראפי באנייען דיין רילעישנשיפ מיט דיר אליינס זאל זיין מיט מער compassion (גוטהארציגקייט)

ווען איך האב געזוכט הילף, האב איך נישט אזוי שנעל געטראפן די פאסיגע שליח, און דערווייל האט מיר שטארק ארויסגעהאלפן די EFT טשענעל אויף יוטוב פון
Brad Yates

צוערשט בין איך געווען זייער סקעפּטיק: וואספארא משוגעת איז דעי tapping? כ׳האב מורא געהאט אפילו עס צו טרייען. דערנאך האב איך געטראפן א חבר׳טע וועלכע איז דורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהנום אלס קינד, און זי האט דערציילט וויאזוי EFT האט איר געהאלפן היילן פון אלע טראומא און העלפט איר עד היום ווען זי האט א שווערע טאג, אדער ווען אירע עלטערן טריגערן מיט נייע טשעלענדשעס וכד׳

אויב דו ביזט אינטערעסירט קענסטו דא הערן א אידישע דאקטער דערציילט ווי EFT העלפט זיינע קליענטן.

—-

דא איז א סייט וואס העלפט טרעפן א טעראפיסט אויף דעם

—-

אויב דו ביזט נייגעריג, קען איך אביסל דערציילן וויאזוי מיין היילונג איז פארגעקומען. כ׳האב ענדליך געטראפן א געוואלדיגע מומחה אין EFT וואס באלד ביי מיין ערשטע סעשן מיט איר האב איך געפילט ווי איר מיטגעפיל און ערפארנקייט אין טראומא האט מיר ארומגענומען ווי א ווארימע דאכענע אין א קאלטע נאכט. זי האט אויסגעהערט נישט סתם יוצא צו זיין, but she got it - זי אליין האט דורכגעמאכט איר אייגענע שווערע איבערלעבענישן און האט באמת ארויס (how to hold space) וויאזוי מ׳שאפט א פלאץ פאר א צווייטן צו פילן באשיצט (safe) און באמת אויסגעהערט אויף א טיפן אופן (וואס מ׳רופט אויף ענגליש: feeling seen) זי האט מיר געהערט נישט סתם מיינע ווערטער, נאר פארשטאנען מיט הארץ.

בקיצור, אויב איך געדענק ריכטיג האב איך געהאט מיט איר 18 סעשנס (איינס א וואך) און ס׳האט געקאסט א שיינע מטבע, אבער ס׳האט זיך אויסגעצאלט בכפל כפליים. נאך יעדע סעשן האב איך געפילט אויפגעפרישט מיט א נייע גייסט. זי האט נישט נאר אויסגעהערט נאר אויך געמאכט EFT מיט מיר לויט די מצב וואס איז דעמאלס געווען, צום ביישפיל, ווען מיין שכן האט מיר ארויסגענומען מיין נשמה מיט׳ן האקן מיט א בעזעם יעדע נאכט ווען איינער האט געריקט א בענקל, אדער עפעס איז אראפגעפאלן אויף די פלאָר, און ער איז געווען ביטער אין כעס אז ״מ׳לאזט אים נישט שלאפן״ האט זי דעזיינט א סקריפט פאר די EFT (ענדליך צו די אויבנדערמאנטע פון Brad Yates) מיר צוריקצוגעבן מיין מוט און גלייכגעוויכט אזוי אז כ׳האב זיך ענדליך געקענט אן עצה געבן מיט יענעם.

Feel free to ask any questions
and i will try to answer whatever i can
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top