- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,284
- רעאקציע ראטע
- 9,188
- פונקטן
- 943
יוטוב האט מיר לעצטנס אריינגעשטופט דעם פאלגענדן ווידעא אין מיין פיד, נישט אז איך גיי נאך אלע זייער רעקאמענדאציעס, אבער אז עס איז א פיאנא מיט אזא צניעות'דיגן מויד דערצו - פארוואס נישט.. און ג-ט זאג איך אייך איך האב קיין חרטה נישט...
View: https://www.youtube.com/watch?v=Ezs6S1jq6qs
די שפילערין הייסט Alma Deutscher, א 20 יעריגע, ארגינעל פון ענגלאנד וואוינט היינט אין וויען. זי פארט ארום די וועלט פאר אויפטריטן קומט אויך אסאך קיין ארץ ישראל (האט אפי' קאמפאזירט א שטיקל לזכר אקט 7) זינט איר פאטער איז ארגינעל פון דארט.
אלץ גאר אינגע עלטער האט זי אנגעהויבן שפילן פיאנא און דאן פידל ווי זי צייכנט זיך אויס אין ביידע, נישט לאנג דערויף האט זי אנגעהויבן קאמפאזירן אייגענע מעלאדיעס און שפעטער גאנצעטע קאנצערטאס, אפערא'ס, און ארקעסטרא'ס. די אויבנדערמאנטע ווידעא איז א לעצטיגע קאמפאזיציע וואס זי האט פארפאסט אויפן פלאץ ביי אן אויפטריט, ווער ס'הערט נישט די גאונות דערפון האט נאכנישט געהערט מאצארט, באך, שאפען, בעטהאווען, און מענדעלסאן, ווייל דאס איז פשוט א מייסטערפולע קאמבינאציע און וואונדערליכן דזשאנרע צוזאמשטעל אין איין שטיקל אריין..
מאנכע באצייכענען איר טאקע ווי די 'היינטיגע מאצארט' (אין די ני"ט איז דאס אונטער פראגע צייכן, בכל אופן)..
מעגליך זי פארדינט אן אייגענע שנירל, אבער וויבאלד איך האב מיר נארוואס באקענט מיט איר טאלאנט קען איך דערווייל נישט שרייבן מער ווי מיין ערשטע אימפרעשאן.. און עס איז.. גייטס הערטס איר אויס!