קאמענטארן אויף אוואטארס

אזא גילו צו מאכן...

אויב דיין פנים באהאלסטו נישט, דאן פארוואס דיין נאמען יא?
מיין נאמען איז אויך נישט אינגאנצן באהאלטן אבער כ'האב עס נישט געוואלט מאכן צולייכט פאר מענטשן אויסצוטרעפן.
 
@כלבין דחציפין די ברויך׳ס טוישן דיין אוואטאר פונעם איידעלען golden retriever puppy צו א בייזע pitbull הונט אדער א German shepherd אז דיין אוואטאר אין ניק זאלן מאכן סענס צוזאמען
 
פנים חדשות באו לכאן!!!!
יא, נאך אסאך קאפ און מח, האבן מיר זיך ע"פ בקשת חברי הקרעמל, מחדש געווען און ריברענדעט!
מיט א פאסיגע אוואטאר, ווי דער 'אויטענטישע איד' שטייט ווי די בארדיטשעווער און איז מלמד זכות אויף אידן! און שרייט @שומו שמייעם אויף די אלע נעגאטיווע ווינטען וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין 'כלל ישראל'
כ'האף אז הגם כ'האב מיך צוריקגעריקט מיט טויזנט + יאר זאל איך נאך קענען מיטהאלטן די שמועסן דא, וואס גייען לפי רוח הזמן
ויהי רצון שתתקבל באהבה בקרב חברי הקרעמל
 
דאס איז געווען מיין אלטע אוואטאר, פאר ווער עס געדענקט שוין נישט
 
בייגעלייגטע פיילס

  • ChatGPT Image Jul 24, 2025, 02_45_19 PM.webp
    ChatGPT Image Jul 24, 2025, 02_45_19 PM.webp
    53.7 KB · געזען: 15
היות א פאר האבן מיך געפרעגט ווער איז דער ביי דעם בילד וועל איך עס שרייבן דא:
דאס איז הרה"צ ר' יצחק נחום טווערסקי מראווא-רוסקא זצ"ל הי"ד
בן הרה"ק משפיקוב וחתן האינקיוויזטור הגדול (לשה"ק פון דעם איידעם ביי זיין באוויסטען בריוו) מהרי"ד מבעלז זצ"ל
דער האט קיינמאהל נישט אפגעלאזט די חסידות - ער האט געשריבען א פיוט ווען ער איז געווארען א חתן און מסתם נאך נישט געזעהן די כלה,אז ער פיעלט זיך ווי מען פיערט א בהמה,מען פרעגט איהם נישט און מען פאהרט איהם אהן א פרום מיידעל, און מיט איהר עקספעקט מען ער זאל אויסלעבען זיינע יאהרען וכו׳,ער האט אריינגעשיקט די פיוט בעילום שם צו א צייטונג, וואס האט דאס מפרסם געוועהן און עס האט אהנגעמאכט א רושם אז די חסידים זענען פאנאטיש און
עביוזערס ,
דער בעלזער רבי האט חוקר ודורש געוועהן און ער האט מברר געוועהן אז דער מחבר איז זיין חתן, ער האט געלאזט רופען און פאהר געשטעלט די כלה, מען האט מסדר געוועהן דעם ענין און אלעס איז געוועהן על מקומו בשלום.
 
ש

שיינע חסידישע מעשה
די בריוו האט ער געשריבן בשמו און נישט צו קיין צייטונג

דרייען מציאות צו שטימען מיט דיין אג׳ענדע איז זייער שיין
 
ש

שיינע חסידישע מעשה
די בריוו האט ער געשריבן בשמו און נישט צו קיין צייטונג

דרייען מציאות צו שטימען מיט דיין אג׳ענדע איז זייער שיין
דער נוסח פון די מעשה האב איך פון אסף ער האלט זיך פאר א היסטאריקער און ער דערציילט אהן כיחול ושירוק
אבער מי יודע קען זיין מען האט איהם דעליווערט נישט
ריכטיג אינפאורמעישען , דאס איז קלאהר אז ער איז געבליבען א רבי און דוקא א געלונגענער ביז די שואה.
 
און איך האב געהרט נאך סחורה
חוץ פון דעם אסף
און א שאד נאר איך געדענק נישט די נעמען אבער עס איז גראדע געווען פון די בעלז׳ע זייט

און דאס אז ער איז געבליבן רבי איז קיין ראיה פאר מיר, ער איז דאך געווען א רואה את הנולד
 
אגב פרעג זיך נאך
ביי וועם ליגן היינט זיינע כתבים און וויפיל האט מען באצאלט פאר דעם
 
Back
Top