@אלפא שטעלט אראפ אן הנחה אז ער איז אן עם הארץ אין עקאנאמיע. עפעס נמרוד מיט חרוסת זאגט ער דארט. אויך ווארפט ער אריין מקוה עפעס, עס זעהט אויס ווי ער גייט אריין אין א סוגיא וואס איז בכלל נישט פאר איהם פארשטנדבאר, ממש ווי זיין משל נמרוד חרוסת סטייל. אבער דאן קומט איר לומדישע שאלות אין די טיפסטע חלקים פון עקאנאמיע. הוא ראיה
@מר שושני וואס קען עקאנאמיע און האט פיינט ווען די אלץ-ווייסער אין מקוה רעדן איבער עקאנאמיע אריינפלעכטינדיג שטיות והבל. אין צו די
@אלפא שאלות ביינעמט ער זיך מיט אן אנשטעקיקע ערנסקייט צו אדרעסירן די פראגעס ממש ווי א פראפעסיאנאלער עקאנאמיקס פראפעסאר.
אבער דא אין די קלאס רום זענען אויך דא מאנכע וואס הייבן נישט אן פארשטיין, נישט די קשיא'ס, און אוואדאי נישט די תירוצים. די קאעד קורס איז טאקע זייער קלאר און זייער פיין אבער רוב ריבו ליינער כאפן נישט דעם קורס, צו ווייל די אטענשאן ספעם דערהייבט נישט מער ווי איין מינוט אריין אינעם קליפ, אדער גאר די קאנצעפט פון עקאנאמיע איז נאך נישט געמסברט געווארן פאר אונזער אינטעליגענץ. ע''כ האט דער קוקער דעם קליפ פארלירט דעם טשעין. מען רעדט דא לענין, וויאזוי ווילסטו אז די פוסטע זאלן עס אפי' אינטערסירן.
ע''כ וועל איך מיט ממש איינצעלע ע ווערטער פרובירן צו שטעלן די הנחת אבן הפינה פון עקאנאמיקס אינפארמאציע. דאן קען מען אריין גיין טיפער, און טיפער.
איז, נאך די הקדמה, די אינפארמאציע נאך אינטערסאנט ?
המשך יבוא. די אויגן מאכן זיך מיר צו אליינס אן עלעקטריק.
איצטערט זונטאג אינדערפרי נאך די קאווע און ציגארעטל, ערב פסח איך האב נישט בעסער וואס צו טוהן וועלן מיר אן הייבן מיט די אלף בית ון אקאנאמיע, און דאן וועלן מיר בעסער קענען פארשטיין וואס דו צוויי גאונים אדער דריי גאונים רעדן ארום.
אויפדערווייל זעהט עס אויס ווי
@אלפא @מר שושני און גארנישט אזא
@קהל׳ס נער רעדן ארום סתרי תורה און אסאך שטייען אין די זיט און הערן זיך צו און פארשטייען נישט קיין איין איינציג ווארט וואס זיי רעדן. אה היינט צוםרי פרעיג בעסער נישט די ציונים האלטן נאך אינמיטן געשאסן ווערן פון מיינע שבתדיגע טשולענט ליין איך גאר א טיפער ארטיקעל פון
@אלפא פון
פרייהייט, איז עס טאקע אזוי גוט? סאציאליציע איז אוי האב יך זיך דערשראקן אויף די ערשטע רגע. אבער נאכן עס איבער ליינען האב איך געזעהן עס איז נישט אזוי געפערליך און דאס קען אפשר אויך פארענטפערט ווערן וועט מען פארשטייט די יסודות פון אקאנאמיע.
זייט וויסען אקאנאמיע מיינט נישט וואלוטע, אקאנאמיע מיינט כלכלה, שפייז, דער עולם האט שפייז דער עולם האט וואס צו עסן מער ווייניגער, מען איז נישט הונגעריג, דער עולם איז מער ווייניגער סעט מיט וואס דארפן צום לעבן.
אבער כאפ נישט כאפ נישט דו לויפסטנצו שנעל.
פאר איך גיי ווייטער דארף איך פשוט מפסיק זיין מיט דעם באקאנטן דזשאוק פון פר. רעיגן בזמנו ווען האט פרובירט פייטן ליבערליזם, האט ער בעהאט א חבר וואס איז געווען א שטארקער ליבעראלער. גייענדיג אין גאס אמאך זעהט ער זיין חבר מיט זיי קליינער מיידל שפילן זיך אין די פראנט יארד, שפאצירט אזוי צו, צו זא זאגן העלא און באגריסן זיין יוגענט פריינד. אזוי שמועסענדיג מיט זיין פריינט ווייזזט איהם זיין פריינד זיין קליינער פארטענדליכער טאכטער, ווי זיס און אינטעלעטשועל זי איז אזוי אינגערהייט.
זאג נאר מיידעלע סוזי, וואס וועסטו זיין ווען דו וועסט ווערן עלטער פרעגט רעיגן דעם קליינם מיידעלע,
מיידעלע: אה איך וויל ווערן די פרעזידענט פון יונייטעד סטעיטס.
רעיגן: פארוואס ווילסטו ווערן םרעזידענט פון יונייטעד סטעיטס ?
מיידעלע: איך וויל העלפן די ארעמע און זיי געבן געלט זיי זאלן האן וואס צו עסן
רעיגן: פארדעם דארפסטו נישט ווארטן ביז דו וועסט ווערן פרעזידענט, דאס קענסטו שוין יעצט טוהן אפי' דו ביסט נאך קליין.
מיידעלע: אזוי, ווי אזוי פרעגט זו מיט גרויס וואונדער.
רעיגן: זייער פשוט, דיין טאטע גייט דיך באצאלן צו שננידן די גראז און אויף קלינען די לאון פיפציג דאללער. נעם די 50 דאללער און געב עס פאר די האומ-לעס זאל האבן צו עסןץ
מיידעלע: טראכט א סקונדע און זאגט, איך פארשטיי נישט זאל ער שניידן די גראז, וועט ער באקומען 50 דאללער וועט ער האבן וואס צו עסן.
רעיגן: וועלקם טו די ריפאבליקען פארטי. און ער ענדיגט צו פארשטייצעך אזאיר פאטער האט מיט מיר מער נישט גערעדט.
עד כן הסיפור וואס האט דאס מיט אונז, לייגט צו קאפ.
דאס ערשטע פאדימענט פון אקאנאמיע הייסט סקראסיטי scarcity ד.מ. אזוי. די רעסארסן (ווי צייט, לעבאר, רויע מאטריאל) זענען לימיטעד, און די מענטשהייט ברויך עס, און וויל עס אנלימיטעד. דערפאר, וועלן אינדיווידואלן, און סאסייעטיס מאכן פארשידענע טשויסעס ווי אזוי צו עלאוקעטן זייערע לימיטעד ריסארסן (די פריער דערמאנטע אייטעמס). דאס איז די בעסיק אקאנאמיע דעסידזשענס פון אלע דעסידזשענס וואס די מענטשהייט מאכט א יעדן טאג, און א גאנצען טאג.
לאמיר עס מאכן פשוטער.
מיר קענען נישט האבן אלעס וואס מיר ווילן ווייל עס איז נישטא גענוג סחורה צו עס פראוויידן.
למשל דו האסט צען טאלער, גייסט אריין אין געשעפט און די דו ווילסט פון פאליציע ברויט, טשיז, און אויך מילך. אבער א יעדעס איינציגער אייטעם וואס דו ברויכסט קאסט פינעך טאללער און דו האטס נאר צען, דארפסטו מאכן אן החלטה וואס איז דיר וויכטיגער מיט די פינעף טאלער איינצוהאנדלען ע"כ קענסטו נאר נעמן צוויי פון די דריי. ד.מ. סקארסיטי.
פארשטאנען ? קלאר? איצטערט לאמיר גיין ווייטער.
סקארסיטי קריעט אזא געדאנק פון טשויסעס, או החלטה'ס, איז ווי באלד מיר קענען נישט האבן אלעס דארפן מיר מאכן אן החלטה וואס מיר ווילן אדער וואס מיר מוזן.
אציטערט מיט דעם קופט אפיר א נייע איידיע, וואס דאבס הייסט אפערטיונעטי קאסט, דאס איז די זאך וואס מיר האבן אויפגעגעבן פאר די זאך וואס מיר האבן גענומען. לאמיר ניצען די פריערדיגע משל מיט די ברויט, טדשיז, און מילך. אז די האסט גענומען די ברויט און די מילך מיינט צו זאגן אז די טשיז איז דיין אפערטיוניטי קאסט.
ד.מ. אזוי אפעטיוניט קאסט איז די נעקסט בעסט אייטעם וואס דו וועסט נעמען ווען דו האסט ווען נאך א פינעפער מיט דיר. אזי ווי דו האסט נאר געהאט צען האסטו געמאכט אן החלטה אז דאס ווסא דו האסט גענומען איז ווייכטיגער.
וואס איז דאס נוגע פאר אקאנאמיע. סקארסיטי געשעהט איבעראל, און אייביג, נישט קיין חילוק ארעם, רייך, שטארק, שוואך, אלץ ארום די זעלבע זאך. מענטשען זענען מחליט וויאזוי צו שפענדן געלט אדער צייט, ביזנעסער וועלן דעסיידן וואספארא פראדוקט זיי וועלן פראדאצירן. גאווערמענט וועט מחליט זיין ווי אזוי צו ספענדן אונזער טעקס דאלארן.
אין קורצן: סקארסיטי איז די גאנציע אקאנאמיע, דאס איז די דעזידזשענס וואס מיר מאכן מיט אונזערע לימיטעד ריסארסען.
איצטערט לאמיר זיך ארויס רוקען פון די ווינדלען פון אקאנאמיע און עס אויסברייטערן.
נומער צוויי: סופליי און דימענד.
דאס וועט אייך מסבירן ווי אזוי עס פאסירט אז זאכן ווערן טייער אדער בייג און ווי אזוי עס פלאקטשועיט.
די מארקעט (וואס מענטשען האנדלען און וואנדלען) האבן נאר צוויי זייטן
סופליי - וויפיהל איז אוועליבעל פון דעם אייטעם
דימענד - וויפיהל ווילן מענטשען דעם אייטעם
למשל: איק גייט אין גאס און איז פארקירט אן אייזקרעים טראק וואס פארקויפט אייזקרעים אין די ביטערע היצן. אבער זיין מאשין האט נישט מער קיין ליקוואד צו פראדאצירן מער ווי 5 אייזקרעים'ס. און עס איז דא איבער 20 מענטשען וואס ווילן האבן אן אייזקרעים. ד.מ. די דימענד איז הויעך און מענטשן זענען גרייט צו באצאלן מער ווערט די פרייז געהויבן.
אבער אויב איז די מצב פארקערט, ער האט 20 אייזקרעים'ס און נאר 5 ווילן, עס איז ווינטער קיינער דארף נישט אין די פרעסטן אן אייזקרעים, אבער די 5 מענטשען גלייכן דעם טעם אפי' עס איז ווינטער, וועלן זיי פארט עס איינהאנדלען. כדי דער מוכר זאל קענען פארקויפן זיינע גאנצע סחורה, וועט ער אראפ לאזן די פרייז, אז די וואס ווילן נישט קויפן, זאלן אפשר ווערן אינטייסט יא צו קויפן, ווי באלד די פרייז איז נידעריג. אדער דו וואס וואלטן נאר געקויפט איינס זאלן קויפן צווייי ווייל די פרייז איז נידעריג.
די מארקעט קען טרעפן א זיסער מקום ווי דער פרייז איז דזשאסט רייט.
ווען עס איז דא אין די מארקעט די מאונט פון סחורה וויפיהל דער מענטש וויל קויפן. למשל: לאמיר ניצען דם אייזקרעים משל. עס איז נישט קאלט עס איז נישט הייס אייז קרעים איז פלעי סימפל געשמאק אז טאמער די פרייז וועט זיין ריכיג וועלן אלע קענען אינדזשויען אן אייז קרעים. 20 מענטשען 20 אייז קרעיםס יענער איינער איז גרייט צו באצאלן דערפאר נישט מער ווי א טאללער, און יעדער האט איינס די פרייז איז דשאסט רייט.
טו, וועט איר וואס איז דאס נוגע?
איינמאל מיר פארשטיען דעם קאנצעפט פון סופליי און דימענד פארשטייען מיר אויך פלוקצואציע.
פארוואס גייען פרייזן ארויף
פארוואז זענען זאכן טייערע געווארן אדער ביליגער געווארן ממש אין א קאורצע תקיפה
פארוואס אין געוויסע סעזאנען פארקויפט זיך א געוויסער פראדוקט שנעלער ווי סתם אינמיטן יאר
וואס איז א ביזנעס מחליט צו קויפן און פארקויפן און וואס גייט זיך זיין החלטה ווענדן (דרך אגב - צוריק צו סקארסיטי)
כאפ נישט כאפ נישט, עס איז נאך נישט אלעס!!!
דאן קומט אויך אריין אפערטיונעטי קאסט. (מיר האבן דאס שוין דערנ=מאנט אין קורצן פריער, אבער וויבאלד אפערטיונעטי קאסט דרייט אויך א מארקעט וועלט איז עס גענוג גרויס צו עס מחשיב זיין פאר א געהעריגער פלאץ אין אקאנאמיע)
וואס איז דאס אפערטיונעטי קאסט ?
א יעדעס מאל וואס דו ביסט מחליט סיי וואס האסטו דערפאר אויפגעגעבן עפעס אנדערשט (ווי פריער דערמאנט) אפי' עס איז נישט קיין געלט אבער דו פארלירסט נאך אלץ אויף די נעקסט בעסטע זאך וואס דו וואלטסט ווען געוואלט.
למשל : דו קענסט לערנען תורה, דו קענסט פארברענגן מיט חבירים, און דו קענסט גיין אין רעסטוראן. האסטו גענומען דאס בעסטע זאך, לערנען תורה איז די נעקסט בעסטע זאך פארברענגען מיט חבירים אראן פון טיש פאר איצטערט.
ווען דו וועסט פארשטיין אפערטיונעטי קאסט, וועט עס דיר העלפן מאכן החלטה'ס מיט דיין פארשטאנד אויף וואס געסטו אויף, פארוואס. למשל דו ביסט אין די דזשאב מארקעט צו זוכן א דזשאב. פרנסה, קלה ונקיה. וואס זענען די מעלות פון די דזשאב, און וואס גיב איך אויף לכבוד דעם דזשאב ?
א ביזנעס, זאל איך אינוועסטן אין זאקן, אדער אין ריעל עסטעיט, וואס איז די נעקסט בעסטע אינוועסטמענט און וואס איז דער ערשטער ?
א גאווערמענט: העלטה קעיר אדרע שאסייען ?
וואס גיב איך אויף מיטן טשאסען דאס וואס איך האב געטשוסד. ווען עפעס זעהט דיר אויס אז עס קאסט נישט, זייטוויסען אז דו גייסט באצאלן דערפאר ערגעץ אנדערשט.
דו ביסט נאך דא ?
וואס רעדסטו שטותים וואס איז דער חילוק פון סקארסיטי, און אפערטיונעטי קאסט ? און ווייטער וואס האט עס מיט אקאנאמיע?
דא קומט אריין די ווארט וואס הייסט טרעידאפ'ס Trade-off's
בעפאר לאמיר מאכן א קליינע חזרה
אפערטיוניטי קאסט איז די נעקסט בעסט טינג דו גיבסט אויף. יא קלאר ?
טרעיד-אפ'ס וועט מיינען אלע אנדערע זאכן וואס דו גיבסט אויף לכבוד דיין החלטה.
למשל: דו קענסט קויפן א ברויט, אדער א טדשיז, אדער קענסטו זיך סעוון דאס געלט און גארנישט קויפן.
אויב וועסטו קויפן די ברויט וועסטו אויפגעבן אויף די טשיז און אויך אויף די געלט וואס מיט די געלט וועסטו אפשר זיך קענען איינבאנדלען עפעס בעסער'ס (אפשר) אבער ווי באלד דו האסט עס יעצט פאר די ברויט פאנוצט האסטו דעראויף אויף געגעבן.
די משל איז צו קליין געלט פאר אונז צו כאפן ווי אזוי דאס איז די גאנצע אקאנאמי, לאניר גיין מיט א גרעסערע געלט משל סטעף ביי סטעף.
איך האב א מיליאן דוללער צו שפענדן איצטערט,
איך וויל בויען מיט די געלט א גרויסער דיפארטמענט סטאר, וועל איך דערנאך נישט קענען בויען קיין אפארטמענט קאמפלעקס. אויב וועל איך בויען אן אפארטמענט קאמפלעקס, וועל איך נישט האבן קיין געלט פאר די סחורה פון די דעפארטמענט סטאר.
דאס איז איך האב געמאכט החלטה'ס וואס צו טוהן מיט די מיליאן דאללער, און די קאנסיקווענצען דערפון זענען וואס דרייווט מיך שפעטער. די קאנסקווענצען מוזן נישט אויס קומען שלעכט. אמאל יא אמאל נישט. די קאנסעקווענצען איז וואס פאסירט נעקסט ווייל איך האב געטוהן וואס איך האב געטוהן.
ד.מ. א יעדעס החלטה און דעסידזשען האט עפעס א קאסט צוגעטשעפעט דערצו ווייל מיר קענען נישט טוהן אלעס אויף איינמאל פאר סיי וואספארא סיבה, צו עס איז די געלט, צו עס איז פשוט די יכולות פון מענטשהיט לימיטאציעס קענסט נאר ארייען דרייען איין באלב אויף איינמאל.
דא ריקט מען זיך פארנ-אויס צו מארדזשינעל טינקינג Marginal Thinking
און קורצן מיינט מארדזשעניל טינקינט. איינס מער, אדער איינס ווייניגער. דמ. אזוי.
ווען איך מאך אן החלטה, זיך פרעגענדיג איז עס די צו מאכן אביסעל מער , דער איבסעל ווייניגער ? דו מאכסט נישט קיין החלטה אויף די גאנתע פראיעקט אויף איינמאל- דו מאכסט א סטעף ביי סטעף פראסעס פון דיסידזשען מעקינג פראסעס.
למשל: זאל איך זיך אננהאנדלען נאך א ברויט ?
אויב בין איך נאך הינגעריג: יא.
אויב בין איך זאט: ניין.
ד.ה. מאדזשינעל טינקינג די החלטה איז בעיסד אויף מער ווי איין פאקטאר עס איז געטראכט אין ביידע דירעקציעס.
לאמיר נעמען דעם מארדזשינעל טינקינג און אריין לייגן אין די ביזנעס טינקינג פראסעס.
א טוי קאמפאני וואס האט פראדאצירט 20 אייטעמ'ס
זאל איך פראדאצירן נאך א טוי
וועט די פרישע פראדוקציע פארדינען מער וויפיהל די קאסט פון די פראדוקציע ?
אויב יא: געגאנגען צו פראדוקציע.
אויב נישט: העראויף עס גייט נישט ארבעטן מען גייט נישט צו פראדוקציע.
החלטה'ס ווערן געשאפן מיט מארדזשינעל טינקינג:
זאל איך לערנען נאך איין שעה?
זאל איך הייערן נאך איין ארבעטער ?
זאל איך שרייבען פאר נאך 15 מינוט ?
נישט אלעס אדער גארנישט, נאר וואס איז דאס בעסטע אפציע פאר איצטערט.
און איצטערט וועלן מיר אריינגיין אין די
מארקעטס וואס ארבעטן מיט וואלונטערי עקסטשענדזש.
מיט געדולד עס זעהט אויס ווי מען קריכט און מען קריכט און מיר זעהן נישט ווי דאס אלעס פלעכט זיך צוזאם. ווארטס נאך אפאר שורות ווי דאס גאנצער בילד גייט זיך צוזאם קומען.
וואס איז דאס ווונטערי עקדזשענדזש ?
אין א פרייע מארקעט, טוישען מענטשען איין איינער מיטן צווייטן. געלט פאר פראדאקט, אדער פראדאקט איינס, פאר פראדאקט צוויי. נישט ווייל איינער צווינגט דיך צו מאכן דעם טויש, נאר ביידע האלטן אז נאך וואס דער טויש וועט ווערן געמאכט וועלן ביידע שטיין אין א בעסערע מצב ווי ער איז געשטאנען בעפאר ער האט געמאכט דעם טשענדזש.
למשל א פשוטער אקזעמפל:
איך האב אנעפל, און דו האסט א מאראנץ. איך גלייך בעסער מאראנצען ווי עפל. און דאס זעלביגע, דו גלייכסט בעסער עפל ווי מאראנצען. ווייסטו וואס לאמיר עס איינטוישען און מיר זענען ביידע מער ציפרידען ווי מיר זענען געווען פריער ווען איך האב געהאט דעם נעםפל און דו דעם מאראנץ.
קיינער האט אונז נישט געצווינגען, און מיר זענען ביידע אויף א בעסערע פלאץ.
איצטערט צו געלט, דער שיך פארקויפער, פארקויפט שיך. פאר די עקטשענדזש פון געלט. איך גיב איהם געלט און דער סטאר קיפער גיט מיר א פאר שיך דערפאר. ד.מ. אז איך האב איצטערט געדארפט, אדער גאר געוואלט שיך וויכטיגער ווי די קעש וואס איך האב אוועק געגעבן. און דער סטאר קיפער האט מער געוואלט די קעש ווי דער שיך וואס ער האט מיר פאר די קעש געגעבן.
דאס איז ווי אזוי די מארקעט רוקט ארום פראדוקציע צו ווי עס איז געברויכט. ווען מענטשען זענעןפריי צו טוישען געלט פאר פראדאקט רקוט זיך זיך די סחורה און די געלט אפישענטלי. עס דארף נישט קיין קאנטראל פון א בעל הבית עס איז דזשאסט מענטשען מאכן דעסידשענס און החלטה'ס ווי אזוי זיי ווילן אקארדינג צו וואס זיי ווילן.
אין קורצן טרעיד געשעהט נאר ווען ביידע זייטן פארדינען פון די טרעיד.
ווי קומט דער גאווערמענט אריין דא ?