קאנסערוואטיווער אקטיוויסט טשארלי קירק דערשאסן געווארן

דא האסטו ווי ער איז מסביר אלע ארגומענטס פאר גאטס עקזיסטענס, לפי אניות דעתי האט ער זייער ראנג און נישט קלאר בכלל פארוואס מען זאל אפי' זאגן גאט. עני פראפעשענעל דעבאטירער וואלט אים לכאורה זייער שנעל געברענגט צו די קניען.
אסאך עיטיסטן פארשטייען לכאורה אסאך בעסער די אנטעלאגישער אדער טיעלאגישער ארגומענט ווי אים.

View: https://youtu.be/Q7def6p3am0?si=Xr_S4lVe0Mn36c6b
בכלל איז א ליצנות ווי אזוי ער איז מסביר די פיין טונינג ארגומענט, זיינע פיין טונד קאנסטענטס זענען: די נאנטקייט פון די וועלט צו די זון, די אקסעגען צו קארבן דיאקסייד רעשיא אויף אונזער פלאנעט און די טילט פון אונזער פלאנעט...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דברי הספד וואס איך האב געשריבן אין א גרופ פון חברים מקשיבים בהישמע דבר הבשורה הנוראה מארה"ב:

טשארלי קירק היה פעיל ימין ומגדולי תומכי טראמפ
(היה גם מגדולי תומכי מדינת ישראל בממשל האמירקאי)

אני לא מסכים איתו בכל דעותיו
אבל רצח על דיעה פוליטית זה דבר נורא ואיום בעיני
גם אם הנרצח הוא מהאסכולה שאני חולק עליה
ובפרט שכנראה אני מזדהה פוליטית הרבה יותר עם הרוצח
אז זה מפחיד מאוד
שאדם עם דיעות כמו שלי עלול להגיע לרצח אנשים
בפרט שאני חושב שיש יותר מן האמת והצדק בצד הפוליטי שלי

ומה גם שיכול לצאת מזה סכנה גדולה לכל תושבי העולם
שכן כל העולם נע כעת כמטולטלת זו
שכל צד נהיה יותר ויותר קיצוני
וזה מסוכן לכולם
 
ווארשיינליך די ערשטע הנחה.
ס'איז נישט פאני. ס'איז א שרעק ווען א מענטש אביוזד זיין קליגשאפט פאר קאנספיריסיס, און ער נעמט אויף זיך די תפקיד פון ברענגען שנאה לעולם
שנאה?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דא האסטו ווי ער איז מסביר אלע ארגומענטס פאר גאטס עקזיסטענס, לפי אניות דעתי האט ער זייער ראנג און נישט קלאר בכלל פארוואס מען זאל אפי' זאגן גאט. עני פראפעשענעל דעבאטירער וואלט אים לכאורה זייער שנעל געברענגט צו די קניען.
אסאך עיטיסטן פארשטייען לכאורה אסאך בעסער די אנטעלאגישער אדער טיעלאגישער ארגומענט ווי אים.

View: https://youtu.be/Q7def6p3am0?si=Xr_S4lVe0Mn36c6b
אפשר שלאגסטו אפ די ארגומענטן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פאני וויאזוי אזא קלוגער מענטש האט געקענט זיין אזא גלויביגער קריסט
וואס איז אזוי פאני?
ס'איז דא זייער אסאך קלוגע קריסטן פונקט ווי ס'איז דא אסאך קלוגע גלויביגע אידן.
 
גוגל זיין שטיצע פאר די ראסיסטישע אנטיסמיטישע great replacement theory

חוץ פון דעם וואס ער האט די טעאריע דערקלערט בעצם אלס "פאקט", האט ער דאס קלאר ארויסגעזאגט אז די יודען זענען את חלק פון די ווייסע רעפלעסמענט קאנספיריסי.

חוץ פון וואס ער איז געווען אן אויסגשפראכענע ראסיסט, איבער און איבער.
________

פארשטייט זיך, אז ס'איז נישטא קיין שום בארעכטיגונג פאר די שוידערליכע רציחה, ה' ישמור
 
איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי ערשיטערט. כ'האב עס עכט גענומען צום הארצן דאס..

איך ווייס נישט צי ווייל ס'געווען עפעס א קאנעקשן וואס איך האב געפילט צו זיין כאריזמאטישקייט, צי ווייל ער איז געשאסן געווארן פארן בלויזן חטא פון זיין נארמאל און פארשפרייטן נארמאלקייט...

אידער וועי, גייט מיר געדויערן אביסל צו עס אראפשלינגען... 😭😭😭
 
איך בין גראדע נישט איבערצייגט אין זיין שארפקייט און קלוגשאפט.. נו שוין, מ'האט שוין געזען קלוגערע..

בכל אופן האלט איך אז ער איז געווען כאריזמאטיש און לאוולי.. אויף א פערסאנאל לעוועל האב איך אים געגליכן, ער האט זיכער נישט 'פארמערט שנאה' אדער בכלל געזוכט דאס אין מיין אפשאצונג.
טאקע געווען קאריזמאטיש און געשמאק צו הערן זיין דיאלאג מיט אנדערע.

אבער פאקטיש האט ער די לעצטע יארן געשטיפט אסאך "קאנספיראציע טעאריע", אן פאקטן, צו שטיצן ווייסע נאציאנאליסטישע העיט

ס'איז גאנץ באקאנט, ער האט דאס נישט באהאלטן
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250910_183245_Chrome.webp
    Screenshot_20250910_183245_Chrome.webp
    109.3 KB · געזען: 46
סארי, כ'וואלט געדארפט לייגן א לינק.

דא איז אן סקרין שאט פון וויקי
כ'וועל שפעטער נאכגיין זייער פוט נאוטס
ער האט נישט קריטיקירט "די אידן" ער האט קריטיקירט לינקע אידן. אויף א ריכטיגע נקודה
 
טאקע געווען קאריזמאטיש און געשמאק צו הערן זיין דיאלאג מיט אנדערע.

אבער פאקטיש האט ער די לעצטע יארן געשטיפט אסאך "קאנספיראציע טעאריע", אן פאקטן, צו שטיצן ווייסע נאציאנאליסטישע העיט

ס'איז גאנץ באקאנט, ער האט דאס נישט באהאלטן
וואס איז דאס 'גרעיט ריפּלעיסמענט טעאריע'? און פארוואס איז עס בלויז א קאנספיראציע? און אויב איז עס יא אמת, וויאזוי קען מען אזוי ס אויפווייזן?
 
ער האט נישט קריטיקירט "די אידן" ער האט קריטיקירט לינקע אידן. אויף א ריכטיגע נקודה
פאר דעם דארף שוין הערן די גאנצע פאדקעסט פאר קאנטעקסט.
אויבן אויף זאגט ער די Jewish community בכלל, נישט דוקא די ליבערלע יודען.
דאס אליינס הערט זיך זייער נישט גוט, ווען ער איז כולל אידען און די ראסיסטישע ווייט רעפעיסמענט קאנספיריסי
 
פאר דעם דארף שוין הערן די גאנצע פאדקעסט פאר קאנטעקסט.
אויבן אויף זאגט ער די Jewish community בכלל, נישט דוקא די ליבערלע יודען.
דאס אליינס הערט זיך זייער נישט גוט, ווען ער איז כולל אידען און די ווייט רעפעיסמענט קאנספיריסי
נישט ער זאגט עס נאר מאסק און מאסק האט נישט זאגט 'די' The Jewish communities נאר Jewish communities און ער האט קלאר געזאגט ער באציעט זיך צו די ADL

טשארלי אויף זיין שאו האט קלאר געזאגט ער באציעט זיך ספעציפיש צו לינקע דאונערס און צו ארגאניזיציעס ווי די ADL.
 
חבל על דאבדין...

ס'טוט מיר באנג אז פונקט טשארלי קירק, (פון) די איינציגסטע פארבליבענע עקסטרעמע אידיאלאג היינטיגע צייטן וואס טראץ זיין עקסטרעמיזם האט ער פארט גענומען די מיה זיך צו אויס'טענה'ן מיט זיינע קעגנער, אין א צייט וואס קעגנזייטיגע ציווילע מונדליכע דייאלאג איז כמעט אויסגעראטן אינעם היינטיגן פאלערייזירטע ענווייראמענט ווי יעדער לעבט זיך אין זייער עקא טשעמבער (פרוביר נאר צו צווייפלען אין טראמפ אין א חסידי'שע קאווע שטיבל, און פרוביר נאר זיך אויפצושטעלן פאר'ן נאציאנאלן הימנע אין א אוניווערזיטעט...) איז טשארלי געווען דער יחיד בדורו וואס פלעגט ארומקלעטערן אין אלע קאלעדזשעס, זיך ווירקליך אריינלייגנדיג אינעם מויל פונעם לייב, אלעס צו שטיצן אויפריכטיגע דייאלאג, אנשטאט פראטעסטירן אויף די גאסן הוילע איינזייטיגע 3 ווארטיגע לאזונגען, אפטמאל אריינגעהויבן ביזי בזיונות און סטראשונקעס, דאך האט ער געגלייבט אז 'דעבאטע' און 'ארגומענט' איז פרוכטבאר, און איז די איינציגסטע מיטל צו פארמיידן א (אומפארמיידליכע) ציווילע בירגער קריג.

און ליידער האט ער באצאלט א טייערע פרייז פאר זיין תמימות אונטערשאצנדיג די ריזיקעס און איבערשאצנדיג די טאלעראנץ און אינטעליגענץ פון די ארכי לינקע ליבעראלן, זיין נאאיווקייט האט אים נישט געלאזט זיך אפלערנען פון דאנאלד טראמפ'ס 2 אטענטאט פראוון אז די לינקע - נישט קענעדיג געוואונען דעם קול קול יעקב, באנוצן זיי זיך מיט'ן ידיים ידי עשיו :cry:

די קומענ'דיגע שטאפל איז ציווילע קריג​
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top