- זיך איינגעשריבן
- מאי 9, 2024
- מעסעדזשעס
- 802
- רעאקציע ראטע
- 2,277
- פונקטן
- 423
אדער מאיז "בוחר" צו זיין א נער
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אדער מאיז "בוחר" צו זיין א נער
אפשר ביסטו נישט גענוג קלוג משיג צו זיין וויאזוי א צווייטער קען האבן אן אנדערע מיינונג וואס איז פרעמד פאר דיר?פאני וויאזוי אזא קלוגער מענטש האט געקענט זיין אזא גלויביגער קריסט
שנאה???? דו האסט אדער אים נישט אויסגעהערט, אדער האסטו א טיפע בייעס.ווארשיינליך די ערשטע הנחה.
ס'איז נישט פאני. ס'איז א שרעק ווען א מענטש אביוזד זיין קליגשאפט פאר קאנספיריסיס, און ער נעמט אויף זיך די הייליגע תפקיד פון ברענגען שנאה לעולם
דאס איז פעיק ניוז. די host רעדט צו איינעם, וואס יענער שפעקולירט דאס.פעיק ניוז MSNBC שפעקולירט אז ער איז געשאסען געווארן דורך א שטיצער זיינער וואס האט געוואלט סעלברעטען.
סא וואס איז מען אזוי אויף געברויזט אז מהאט אים יעצט געשאסן?! סאיז דיך ווערט פאר די הייליגע סעקענד אמענדמעד
די האלטסט טאקע אז צווישן גלויביגע קריסטן זענען נישט פארהאן קיין קלוגע מענטשן?פאני וויאזוי אזא קלוגער מענטש האט געקענט זיין אזא גלויביגער קריסט
ווייל ווער וועט אונז היינט צוטאג מסביר זיין און פארטיידיקן דעם צווייטן אמענדמענט?!סא וואס איז מען אזוי אויף געברויזט אז מהאט אים יעצט געשאסן?! סאיז דיך ווערט פאר די הייליגע סעקענד אמענדמעד
נו, ווער זאגט אז ער איז אויפגעברויזט יעצט?סא וואס איז מען אזוי אויף געברויזט אז מהאט אים יעצט געשאסן?! סאיז דיך ווערט פאר די הייליגע סעקענד אמענדמעד
ביי זיין לוויה וועט מען זאגן ווי דער איד האט געלעבט מיטן על חרבך תחיה, געאטעמט מיט דעם 2nd amendment ווידברי הספד וואס איך האב געשריבן אין א גרופ פון חברים מקשיבים בהישמע דבר הבשורה הנוראה מארה"ב:
טשארלי קירק היה פעיל ימין ומגדולי תומכי טראמפ
(היה גם מגדולי תומכי מדינת ישראל בממשל האמירקאי)
אני לא מסכים איתו בכל דעותיו
אבל רצח על דיעה פוליטית זה דבר נורא ואיום בעיני
גם אם הנרצח הוא מהאסכולה שאני חולק עליה
ובפרט שכנראה אני מזדהה פוליטית הרבה יותר עם הרוצח
אז זה מפחיד מאוד
שאדם עם דיעות כמו שלי עלול להגיע לרצח אנשים
בפרט שאני חושב שיש יותר מן האמת והצדק בצד הפוליטי שלי
ומה גם שיכול לצאת מזה סכנה גדולה לכל תושבי העולם
שכן כל העולם נע כעת כמטולטלת זו
שכל צד נהיה יותר ויותר קיצוני
וזה מסוכן לכולם
ביי אונז/ענק אידן ווייסט מען דאך הבא להרגך... לויט דעם מעג מען, אים און טאמפסאן זיכער, טאמפסאן איז א מאבסטער מיט א נעקטיי.גוגל זיין שטיצע פאר די ראסיסטישע אנטיסמיטישע great replacement theory
חוץ פון דעם וואס ער האט די טעאריע דערקלערט בעצם אלס "פאקט", האט ער דאס קלאר ארויסגעזאגט אז די יודען זענען את חלק פון די ווייסע רעפלעסמענט קאנספיריסי.
חוץ פון וואס ער איז געווען אן אויסגשפראכענע ראסיסט, איבער און איבער.
________
פארשטייט זיך, אז ס'איז נישטא קיין שום בארעכטיגונג פאר די שוידערליכע רציחה, ה' ישמור
Actions have consequences
ער, ער איז שוין זייער ראויג יעצט, איך פרעג פארוואס די גאנצע מאגא גאס אזוי אויפגעברויזט?
איך בין מסכים מיט דיין פוינט, אבער די רעטאריק פון א ציווילע קריג איז דאס וואס ברעגנט א ציווילע קריג.חבל על דאבדין...
ס'טוט מיר באנג אז פונקט טשארלי קירק, (פון) די איינציגסטע פארבליבענע עקסטרעמע אידיאלאג היינטיגע צייטן וואס טראץ זיין עקסטרעמיזם האט ער פארט גענומען די מיה זיך צו אויס'טענה'ן מיט זיינע קעגנער, אין א צייט וואס קעגנזייטיגע ציווילע מונדליכע דייאלאג איז כמעט אויסגעראטן אינעם היינטיגן פאלערייזירטע ענווייראמענט ווי יעדער לעבט זיך אין זייער עקא טשעמבער (פרוביר נאר צו צווייפלען אין טראמפ אין א חסידי'שע קאווע שטיבל, און פרוביר נאר זיך אויפצושטעלן פאר'ן נאציאנאלן הימנע אין א אוניווערזיטעט...) איז טשארלי געווען דער יחיד בדורו וואס פלעגט ארומקלעטערן אין אלע קאלעדזשעס, זיך ווירקליך אריינלייגנדיג אינעם מויל פונעם לייב, אלעס צו שטיצן אויפריכטיגע דייאלאג, אנשטאט פראטעסטירן אויף די גאסן הוילע איינזייטיגע 3 ווארטיגע לאזונגען, אפטמאל אריינגעהויבן ביזי בזיונות און סטראשונקעס, דאך האט ער געגלייבט אז 'דעבאטע' און 'ארגומענט' איז פרוכטבאר, און איז די איינציגסטע מיטל צו פארמיידן א (אומפארמיידליכע) ציווילע בירגער קריג.
און ליידער האט ער באצאלט א טייערע פרייז פאר זיין תמימות אונטערשאצנדיג די ריזיקעס און איבערשאצנדיג די טאלעראנץ און אינטעליגענץ פון די ארכי לינקע ליבעראלן, זיין נאאיווקייט האט אים נישט געלאזט זיך אפלערנען פון דאנאלד טראמפ'ס 2 אטענטאט פראוון אז די לינקע - נישט קענעדיג געוואונען דעם קול קול יעקב, באנוצן זיי זיך מיט'ן ידיים ידי עשיו
די קומענ'דיגע שטאפל איז ציווילע קריג
זיך לערנען נישט צו טוהןאיך בין מסכים מיט דיין פוינט, אבער די רעטאריק פון א ציווילע קריג איז דאס וואס ברעגנט א ציווילע קריג.
כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט קירק'ס שיטות, קוק איך זייער ארויף די געדאנק פון ארומגיין און דעבאטירן זיינע מיינונגען. דאס איז זיכער עפעס וואס יעדער קען זיך לערנען.