קאנסערוואטיווער אקטיוויסט טשארלי קירק דערשאסן געווארן

מער ספעציפיש ער האט גערעדט פון קינדער אין school shootings
רייט, סא ווי קומט דאס אריין? איך מאך סתם חוזק פון אים ווייל צו מיר איז דאס איראניש און לכאורה פארוואס מ'שיקט דאס ארום
 
G0kauWLWEAAsYxs.webp
 
זייער אמת
נאר ליידער זיין רעאקציע צו קינדער ווערן גע׳הרג׳עט לאזט מיר גלייבן אז כאטש ער איז אפשר געווען אן אמת׳דיגער מענטש (אין אמעריקע איז עס א יקר המציאות) און צו זיין קלאר איך מיין נישט חלילה צו זאגן אז וואס ער האט געזאגט איז אמת, נאר ער האט עס אמת׳דיג געמיינט קוקט אויס. פונדעסטוועגן האט ער נישט געהאט קיין רחמנות, מיטצופילן מיט די די לייד פון מענטשן וואס זענען נישט געבענטשט מיט די גליקן וואס ער האט געהאט.

דאס מיינט נאך אלס נישט אז מ׳זאל קאלטבלוטיג זיך באנעמען צו זיין מארד - ווייל רעאגירן ווי א human being ווייזט אויף אונז ווער מיר זענען (מער ווי אויף אים)
 
ער איז געווען א שטארקע אידן פריינט.
יהא זכרו ברוך! :cry:
חלומות. ער איז געווען א מדינת ישראל פריינט און מיש נישט אויס די צוויי. דאס האט ער געהאלטן איבער יידן⬇️

דער וואס גלייבט אין דער 2020 "סטיל" איז אדער א שוטה אדער א ליגנער וואס וויל אלעס אומברענגען. קירק איז געווען פון די צווייטער. ער איז נישט דעריבער חייב מיתה אבער ער איז געווען געמיין אזוי ווי אלע טראמפיסטישע מאגא ליגנערס. פרעדיגן געוואלד אבער אזוי נאר ווי מ'רירט זיי אן איז אויס וועלט. פאליטישע געוואלד טויג פאר קיינעם נישט נאר אז זיי זוכן דער שולד זאלן זיי קוקן אויף זיך.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • kirk.webp
    kirk.webp
    117.2 KB · געזען: 49
קוקט אויס ס׳נאך דא לינקע מיט רחמנות אפילו פאר א קעגנער
אפשר דארף ער טאקע באקומען די פיעס מעדאל אף פרידאם..

אפילו אינמיטן זיין "רחמנות מעסעדזש" מאכט ער עס עבאוט הום סעלף.

"אוי טשארלי האט מיר אנגערופן דעיס אוי"

מר' אייזל האסאן, די לעבסט, אין ער איז טויט, קענסט נישט ארויסשיקן א מעסעדזש אן אריינלייגן דיין פארשטינקענע וויקטעם קלעימינג?
 
טשעריפיקינג אוו עקסטרימיזים בתפארתו,
וויאזוי וואלסטו זיך געפרייט צו הערו ווי די אינסורעקשעניסטס (און זייערע שטיצער) האבן זיך געשטעלט אויף טאלקינג פוינטס ווי: אויף אונזער זייט איז קיינער נישט געשטארבן
אפאר פון די פאליציי זענען נישט געשטארבן ממש אויפן פלאץ
וועלעכע נארמאלע רעכטער בארעכטיגט עס? וועלכע איינשטענדיגע רעכטער האלט אז ס'איז אקעי צי שלאגן פאליציי אפיצירן?? א נארמאלע רעכטער איז קעגן ארויסלאזן עני מענטש וואס האט צימזיקט איינעם!!

יעצט זאג מיר נישט אז "ווי אזוי קענסטו שטיצן טראמפ אז ער לאזט זיי ארויס?" די היימישע עולם האט געשטיצט טראמפ טראץ דעם נישט וועגן דעם!
זיי האלטן אז ער איז נאך אלס בעסער פאר אמעריקע ווי העריס
 
וועלעכע נארמאלע רעכטער בארעכטיגט עס? וועלכע איינשטענדיגע רעכטער האלט אז ס'איז אקעי צי שלאגן פאליציי אפיצירן?? א נארמאלע רעכטער איז קעגן ארויסלאזן עני מענטש וואס האט צימזיקט איינעם!!
No True Scotsman Fallacy
 
זייער אמת
נאר ליידער זיין רעאקציע צו קינדער ווערן גע׳הרג׳עט לאזט מיר גלייבן אז כאטש ער איז אפשר געווען אן אמת׳דיגער מענטש (אין אמעריקע איז עס א יקר המציאות) און צו זיין קלאר איך מיין נישט חלילה צו זאגן אז וואס ער האט געזאגט איז אמת, נאר ער האט עס אמת׳דיג געמיינט קוקט אויס. פונדעסטוועגן האט ער נישט געהאט קיין רחמנות, מיטצופילן מיט די די לייד פון מענטשן וואס זענען נישט געבענטשט מיט די גליקן וואס ער האט געהאט.

דאס מיינט נאך אלס נישט אז מ׳זאל קאלטבלוטיג זיך באנעמען צו זיין מארד - ווייל רעאגירן ווי א human being ווייזט אויף אונז ווער מיר זענען (מער ווי אויף אים)
ווער זאגט אז ער האט נישט געהאט מיטגעפיל? ס'דא מיינונגס פארשידענהייטן וואס די רעאקציע דארף זיין צי גאן וויילענס.. אין ער האט געהאלטן זייער שטארק קעגן שטערקערע גאן געזעצן פאר זיינע ריזענס, איך אין די האלטן אז מדארף יא שטערקערע גאן געזעצן,

מאכט אים דעיס פאר א מענטש וואס האט נישט מיטגעפיל פאר קינדער וואס שטארבען אין סקול שאטינגס?
 
און געווענליך ווען יונגע קינדער אין פאבליק שולעס ווערן דערשאסן, זענען די "רעכטע" די וואס זענען פארנומען מיט 2nd אמענדמענט, און די לינקע די וואס האבן רחמנות.

די חילוק איז אז די אומשולדיגע קינדער זענען נישט די וואס פארטיידיקן די 2nd אמענדמענט, משא"כ קירק איז פון די שטערקסטע פארטיידיגער.

איך פרעזענליך בין אויפגעשוידערט פון די מעשה היינט, ס'איז א ביטערע מצב.
ב.ס. די רעכטע זענען נישט צו די וועלכע זענען פארנומען מיט די 2טע אמענדמענט נאך וואס קינדער ווערן דערשאסן אין פאבליק שולעס. ווארום, עס איז דאך א געשעעניש וואס דארף צו זיין פראוו קעגן זיי. עס איז די לינקע וואס ברענגען דאס ארויף און זענען פארנומען צו באשולדיגן די גאן, און די רעכטע ריספאנדן מיטן דאס אפפרעגן.
איך בין לאו דווקא א שטארקע 2טע אמענדמענט שטיצער (כאטש וואס איך בין יא נוטה צו די צד). אבער די פאקטן ביטע פארדריי נישט.
 
"אוי טשארלי האט מיר אנגערופן דעיס אוי"

מר' אייזל האסאן, די לעבסט, אין ער איז טויט, קענסט נישט ארויסשיקן א מעסעדזש אן אריינלייגן דיין פארשטינקענע וויקטעם קלעימינג?
יעדער קען עס אנקוקן וויאזוי אים שמעקט

ס׳דא וואס רופן עס ״וויקטים קלעימינג״
אנדערע רופן עס פשוט putting all the cards on the table און נישט באהאלטן דעם אמת

(אונז זענען ערצויגן געווארן אז ווען איינער בא׳עוולט דיר מוזטו שלינגען און שווייגן אויס מורא מ׳וועט דיר באטיטלען וויקטים שפילער
און סייווי רוב מאל נעמט זיך די כלל אָן פאר די עביוזער ליידער ממילא לוינט אפשר נישט ביי אונז to say it as it is -אבער אין די גוי׳שע וועלט איז אביסל אנדערש)
 
ס'איז אינטרעסאנט װי פלוצלונג קומען ארױס א בּאָנטש נײע נעמען צוזאמען מיט אנדערע װעלכע זענען יוזשעלי װײניגער אקטיװ.

@חבל על הזמן, @איציק הקטן, @פאטשיילע, @פארהייראט, @לכו נרננה. אפילו פון @טעלעפאן און פון @חיים טובים הערט מען הײנט װײניגער.

אפשר הערט מען ביטע פון אײך מער סתם אזױ, אין אנדערע סאָבּדזשעקטס?! נישט נאר בײ נארישע רעכטס-לינקס פאליטיק ארום עמיצן װאס הײנט איז ער אין אמט און אין דרײ יאר ארום איז ער אינדרױסן. עטס זאגטס דאך אזױ גוט.
 
עמיצן װאס הײנט איז ער אין אמט און אין דרײ יאר ארום איז ער אינדרױסן
לאמיר האפן, ביז דערווייל קוקט אויס ווי ער פלאנט דארט צו בלייבן ביז די הונדערט און צוואנציג
 
ס'איז אינטרעסאנט װי פלוצלונג קומען ארױס א בּאָנטש נײע נעמען צוזאמען מיט אנדערע װעלכע זענען יוזשעלי װײניגער אקטיװ.

@חבל על הזמן, @איציק הקטן, @פאטשיילע, @פארהייראט, @לכו נרננה. אפילו פון @טעלעפאן און פון @חיים טובים הערט מען הײנט װײניגער.

אפשר הערט מען ביטע פון אײך מער סתם אזױ, אין אנדערע סאָבּדזשעקטס?! נישט נאר בײ נארישע רעכטס-לינקס פאליטיק ארום עמיצן װאס הײנט איז ער אין אמט און אין דרײ יאר ארום איז ער אינדרױסן. עטס זאגטס דאך אזױ גוט.
ס'איז א קאנספירעסי. גלייב נישט קיין ווארט.
 
Back
Top