קרעמל פארט אין ריכטונג פון קאווע שטיבל'ס ענדע???

ליינער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 7, 2024
מעסעדזשעס
13
רעאקציע ראטע
39
אין ליכט פון דעם וואס לעצטענס דרייט זיך קרעמל איבער, ווען עס גיסט זיך פעך און שוועבל איינער אויפן צווייטן, באשולדיגוגנס פינגערס ווערן געריכטעט אויף דעם און יענעם, דארף דא דערמאנט ווערן דאס וואס האט פאסירט אין די נישט ווייטער פארגאנגענהייט.

לאמיר זיך דערמאנען פון די לעצטע צוויי דריי וואכן פון קאווע שטיבל; אט אזוי האט זיך עס אויסגעזען, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א היציגע אויסטויש צווישן וועטעראנען אין קאווע שטיבל איבער א ניק מיטן נאמען 'קטן' (איך בין נישט זיכער אויב איך געדענק גוט דעם נאמען, קען זיין אז ער האט געהאט אביסל א ענדליכע נאמען). גאנץ שנעל האט זיך עס עסקאלירט צו א פולשטענדיגע קריגעריי צווישן ניקים, ווען יעדער איינער נעמט א צד. פון דארט און ווייטער האט אויסגעבראכן א מחלוקת צווישן אלט-געזעצענע ניקים, מיט די הנהלה, פון קאווע שטיבל. זיי האבן געהאט פארשידענע טענות אויף די הנהגה פון קאווע שטיבל (קען זיין מיט רעכט). און די רעשט איז היסטאריע...

בעצם קען מען זאגן אז די דעבאטע איבער דעם אויבענדערמאנטער ניק , האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די קריג מיטן הנהלה, (פאר עס געדענק נישט וואס איז פארגעקומען; די גאנצע זאך געווען בסך הכל א מיינוגס-פארשידענהייט צי יענער איז א טראל צי נישט...), די ענדע פון קאווע שטיבל האט זיך אנגעהויבן צוליב א מחלוקת צווישן ניקים און די הנהלה, און האט גארנישט קיין שייכות צו עפעס אנדערש, נישט אזוי? קען זיין!
אבער דער וואס האט מיטגעהאלטן וואס עס איז פארגעקומען, איז געווען מערקבאר, אז די זעלבע מענטשן וואס זענען געווען אויף איין פעידש לגבי יענער ניק, איז געווען אויף די זעלבע צד ווען עס איז געקומען צו די הנהלה. איך האב נישט קיין נערווען צו אריינגיין אין פרטים, אבער מען דארף נישט זיין קיין נאר צו פארשטיין אז די אלעס איז געווען געקניפט און געבינדען, און די ענדע פון קאווע שטיבל האט זיך נישט אנגעהויבן מיט טענות צו די הנהלה, נאר מיט איבעריגע אומנויטיגע אמפערייען און העצע און שנאה וואס איז דארטן פארגעקומען .

אלזא, פארוואס דערמאן איך דאס? דרוק דעם קנעפל אין קרעמל "אקטיווע שנירלעך", וועסטו שוין פארשטיין.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top