ווער בענקט זיך צו קאווע שטיבל?

אויש, שוין בעסער געווען מיטן שווייגן. 🫣
כ'פּלי די פיפטע, ווייל וואס כ'גיי נאר זאגן קען אויפמאכן וואונדן וואס זענען נאך הייס און קוים באנדשירט.

סאו כ'בין נישט מסכים און כ'דינג זיך נישט צוריק. אזא שתיקה וואס איז אפשר כהודאה און אפשר כמסלק עצמו.
-

לאמיר כאטש ביטע אפטיילן יענעם פרשה פון די ערשטע 10 יאהר.
תפוס לשון אחרון די צווייטע האלב הודעה, דאס איז דאך די עיקר, און אויף דעם קען מען לכאו' מסכים זיין.
מיר אלע קומען זיי א הכרת הטוב פארן זיין אן אכסניה של תורה אזוי פיל יאר!
-

קרעמל איז קיינמאל נישט געווען ווס ק"ש. ס'האט זיך געפענט ווי א בריה בפני עצמה די פלאן איז געווען ק"ש זאל בלייבן אפן (אזוי ווי ס'געווען אין אנפאנג). הלואי עפענט עס זיך צוריק אויף להגדיל תורה.

עכ"פ כ'מיין מ'דארף נישט צוריק גיין און רעדן אויף א הערליכע מתנה וואס כלל ישראל האט געהאט וואס איר גרויסע אויפטוה גייט נאך היינט אהן אין די וועלט!

(קרעמל דארף נישט זיין בעסער פון איר, ס'איז סך הכל אנדערש, און שלימות וועט זיין נאר ביים תיקון השלום)

זאלן זיי אלע זיין געבענטשט, זייער גאלדענע ווילן צו עפענען כלל ישראל זאל זיך אויסצאהלן בכפלי כפליים, זיי זאלן אלע האבן די כוח צו ארויסהעלפן ווי מער מיטן אויסלייזן דעם עם עני ואביון בגאולה שלימה! אמן!
 
עס האט נישט גענומען קיין צייט ביז ק"ש איז געווארן וואס עס איז געווארן?

איך זעה דא א שטארקע פאטענציאל. די רעספעקט, און מענטשליכקייט וואס דא קומט פאר דענק איך נישט אין ק"ש, הגם איך בין געווען זייער באקוועם דארט, אבער פליקעס פון איין ניק אויפן צווייטן פאר גארנישט און פאר נישט איז געווען א נאמאלער אנוועזנהייט וואס דא האב איך עס נישט געזעהן.

און ווי אויך די מאדס (הנהלה ווי מאנכע רופן עס) זענען נישט משתלטים אויף קיינע תגובות און שנירלעך ווי לאנג עס האט נישט די איין איינציגע פארלעץ פון גילוי, אדערווייס איז עוועריטינג עקסעפטעד און גאנגבאר, נישטא קיין געזעצן וואס ערלויבט אדער ערלויבט נישט די געדאנק אדער יענע געדאנק, און דאס בענקט זיך זיכער נישט צוריק צום געוועזענע ק"ש.

איז איינער מיט מיר דא?
הונדערט פראצענט
און הגם איך פלעג שרייבן אסאך אויף קאווע שטיבל אבער געוואקסן בין איך למעשה דא..
 
אנפאנג האב איך מיר נישט געקענט צוגעוואוינען צו קרמל אבער איינמאל איך האב מיר צוגעוווינט האב איך זייער הנאה, ס'איז אסאך שענער אויסגעשטעלט, ביי קאווע שטיבל פלעג זיך מיר אסאך אויסמעקן לענגערע תגבות, דא סעיוועט זיך אלעס ב"ה.
 
Back
Top