ווער בענקט זיך צו קאווע שטיבל?

עס האט נישט גענומען קיין צייט ביז ק"ש איז געווארן וואס עס איז געווארן?

איך זעה דא א שטארקע פאטענציאל. די רעספעקט, און מענטשליכקייט וואס דא קומט פאר דענק איך נישט אין ק"ש, הגם איך בין געווען זייער באקוועם דארט, אבער פליקעס פון איין ניק אויפן צווייטן פאר גארנישט און פאר נישט איז געווען א נאמאלער אנוועזנהייט וואס דא האב איך עס נישט געזעהן.

און ווי אויך די מאדס (הנהלה ווי מאנכע רופן עס) זענען נישט משתלטים אויף קיינע תגובות און שנירלעך ווי לאנג עס האט נישט די איין איינציגע פארלעץ פון גילוי, אדערווייס איז עוועריטינג עקסעפטעד און גאנגבאר, נישטא קיין געזעצן וואס ערלויבט אדער ערלויבט נישט די געדאנק אדער יענע געדאנק, און דאס בענקט זיך זיכער נישט צוריק צום געוועזענע ק"ש.

איז איינער מיט מיר דא?
הונדערט פראצענט
און הגם איך פלעג שרייבן אסאך אויף קאווע שטיבל אבער געוואקסן בין איך למעשה דא..
 
אנפאנג האב איך מיר נישט געקענט צוגעוואוינען צו קרמל אבער איינמאל איך האב מיר צוגעוווינט האב איך זייער הנאה, ס'איז אסאך שענער אויסגעשטעלט, ביי קאווע שטיבל פלעג זיך מיר אסאך אויסמעקן לענגערע תגבות, דא סעיוועט זיך אלעס ב"ה.
 
קאווע שטיבל האט חוץ אלע חסרונות אויך געהאט זייער נערוועזע און אנגעזעצטע ווייבס מיט פולע פארביסענע אלטגעזעצענע זיידעס מלא טענות אויף די גאנצע וועלט, די פלאץ איז געווען מאל נעגעטיוועטי ביז אויבן. איך פלעג קענען ווערן באמת דעפרעסט פון זיצן דארט פאר צו לאנג.
 
דאס אז קרעמיל איז אזוי באקוועם פאר די אפיקורסים איז די סבה פארוואס איך דריי מיר נישט צופיל דא. די טפשות און קליינקעפיגקייט פון די נייער דור אין קרעמיל, וואס מ'קען זיי ניטאמאל אפענטפערן ווייל זיי באהאלטן זייער אפיקרוסות אונטער א כוואליע פון מיינלאזע ווערטער און קטנותדיגע מעשיות, מאכט מיר זייער אומבאקוועם.
ווען אזא איינער ווי דער פוזן איז גאר דער העלד דא, טשעק איך ארויס.
קאוועשטיבעל האט כאטש געהאט א ליניע אז אפיקורסות מעג מען נישט שטיצן. דעריבער האב איך געפילט א שטיקל באקוועם דארט, אז די הנחות קדומות זענן פון שכל און פארשטאנד, נישט טפשות און אמונות טפלות פון די אפיקורסים.
 
קענסט איגנארירן די מעמבערס, וכן נוהגין.
 
עס האט נישט מיט די מעמבערס, זייער מיינונג איז די דאמינאנטישע. עס איז פונקט ווי אייוועלט אדער אידטיש פאר איינער וואס גלויבט נישט אז ציונים זענן א נושא. מ'קען נישט איגנארירן.
 
קאוועשטיבעל האט כאטש געהאט א ליניע אז אפיקורסות מעג מען נישט שטיצן. דעריבער האב איך געפילט א שטיקל באקוועם דארט, אז די הנחות קדומות זענן פון שכל און פארשטאנד, נישט טפשות און אמונות טפלות פון די אפיקורסים.
כ'קען קאווע שטיבל נאר פון די ארכיוו, כ'בין קיינמאל נישט געווען אקטיוו דארט, סאו אפשר פארפאס איך עפעס דא. אבער וויאזוי followed די צווייטע זאץ פונעם ערשטן? ווייל מ'האט נישט געלאזט שרייבן אפיקורסות ממילא זענען די הנחות קדומות געווען פון שכל און פארשטאנד?
 
מיין האומביל אפיניאן.
(קרעמל דארף נישט זיין 'בעסער' פון איר, ס'איז סך הכל אנדערש, און שלימות וועט זיין נאר ביים תיקון השלום)
ק"ש איז געווען א פאן טרעגער פון חכמה על פי תורה, זי האט גוט געדינט דעם צוועק.

קרעמל איז נישט דא מיט א מיסיע, ס'איז סך הכל חברים וואס זיכן א געשמאקער פלאץ צו פארברענגן מיט פרייהייט און לויזקייט. א דעמאקראטיע.

ק"ש האט אלעמאל געדארפט האלטן די לייצעס, קרעמל פירט זיך מער ווייניגער אליין און ס'וועט קיינמאל נישט בלייבן די זעלבע ס'גייט נאטירליך מיטן דור און מיטן רוב.

ווייל קרעמל נעמט נישט אזא אוטארעטעיט בכלל. (פונקט ווי כ'בעהט נישט יו טוב צו אויספילטערען נאר די כשרע פאדקעסט, ס'דא אלעס און איך וואטש וואס איך האלט ביים וואטשן).

@דעת תורה און @אלטע שרייבער ווילן דוקא אזא סארט סייט. כ'וואלט ענק געראטן ענק זאלן צוריק עפענען ק"ש ווייל ס'איז דא א דימענד פאר אן על פי תורה סייט פונקט ווי ס'דא א דימענד פאר א קרעמל אהן קיין צענזור.
-

ס'ווענד זיך וואס די ציהל פון א פלאץ איז און פאר וועם זיי דארפן אפגעבן דין וחשבון.

א פלאץ וואס די ציהל איז חכמה, און דין וחשבון איז פאר ווער ס'באצאהלט די בילס, וועט נישט קענען זיין אזוי לויז און זארגלאז ווי א פלאץ וואס איז דא פאר געשמאקע פארברענג, אפנקייט, און די בעל הבית איז די מעמבערס וואס שרייבן אפט.

ק"ש קען נישט זיין אזוי דעמאקראטיש און אפן מיט פרייהייט פון ווארט.
און קרעמל קען נישט צענזורן וואס איז נישט על פי תורה.
 
ווייל מ'האט נישט געלאזט שרייבן אפיקורסות ממילא זענען די הנחות קדומות געווען פון שכל און פארשטאנד?
אפיקורסות איז די היפל השכל און פארשטאנד, אן געמישאכץ פון טפשות, אמונות טפלות, גאות, און גראבע תאוות.

אמונה איז געבויט אויף שכל, נישט די קטנות פון אייוועלט וכדו', נאר חכמת העיון, און די כח צו האנדלן אבסטראקטע עניינים ודברי חכמה.
 
עקזעקקטלי איך מיין די חילוקים זענען פשוט אז אייוועלט אידטיש קאווע שטיבל אלע די דאזיגע זענען געפענט געווארן מיט א ציל קרעמל אפשר אויך אבער מען דארף דן זיין די ציל אפשר פשוט צו ממשיך זיין קאווע שטיבל אדער ניין עפעס מער
 
אפיקורסות איז די היפל השכל און פארשטאנד, אן געמישאכץ פון טפשות, אמונות טפלות, גאות, און גראבע תאוות.

אמונה איז געבויט אויף שכל, נישט די קטנות פון אייוועלט וכדו', נאר חכמת העיון, און די כח צו האנדלן אבסטראקטע עניינים ודברי חכמה.
הייסט דו זאגסט אז אפיקורסים זענען טיפשים? און מאמינים זענען די חכמים?
 
די אפיקורסים דא אין קרעימל זענן אבאנדע אויבערגלויבערס. איך האב נישט געטראפן קיין אפיקורס וואס זאל זיין אנדערש, אבער מיין קאפ איז נאך אפן.

אפיקורס מיינט נישט 'דער וואס האלט אנדערש'. ביי מיר איז הרב קוק פארהייליגט און קלוג, הגם איך אדאפטיר נישט זיין אלע מיינונגן.
 
קרעמל אפשר אויך אבער מען דארף דן זיין די ציל אפשר פשוט צו ממשיך זיין קאווע שטיבל אדער ניין עפעס מער

קרעמל איז קיינמאל נישט געווען ווס ק"ש. ס'האט זיך געפענט ווי א בריה בפני עצמה די פלאן איז געווען ק"ש זאל בלייבן אפן (אזוי ווי ס'געווען אין אנפאנג). הלואי עפענט עס זיך צוריק אויף להגדיל תורה.
 
איך זאל עס זאגן נאכאמאל?
סתם זאגן קען א קינד אויך פארדעם ברויכסטו נישט ניצן דיין ענערגיע. און סתם שיסן טיטלן קען סיי ווער. קום אריין און לייג פאר דיין קעיס און דיינע קעגנדיגע טענות און זיי א חלק פון די ויכוח און אדרבה קום ארויס און ווייז אויף פארוואס די גלויביגע זענען די חכמים און די אטעאיסטן זענען די שוטים אבער ביז דו טוהסט דאס נישט האסטו נישט וואס אנצוריפן קיינעם מיט שמות הנרדפים
 
Back
Top