א קרעמל קהילה?! ווייטער ווי בלויזע גערעדעכטצער..

אדער בעסער געזאגט, די "שבת נאכמיטאג סערמאן", נישט צו ארויפברענגן PTSD ביי געוויסע פון די שמעק פון בילקעלעך, געפילטע פיש, און נפחות
די אייציגסטע סיבה איך פאר נישט אפ איז פאר די שאלעשידעס בילקעלעך און געפילטע פיש,
די אייציגסטע סיבה איך פאר נישט אפ איז פאר די נפחות
 
אויבן האט א חשוב'ע חבר געשריבן אז אויב די סיסטעם שטעלט זיך אויס צו צוריקהאלטן פון אינגאנצן אפפארן, דאן איז די סיסטעם נישט מער ווי גערעכט.
אבער לענ"ד איז דאס א טעות.
אויב האסטו מיך געמיינט מיט וואס איך האב געשריבן

איך פארשטיי דיך אינגאנצען נישט,
לשיטתך איז די סיסטעם אינגאנצן גערעכט, ווייל אויב אז מ'קאלירט ארויס, דארף מען אויפגעבן אויף אלעס, טאר מען טאקע נישט ארויס קאלירן....
אחוץ וואס איך האב געשריבן בדרך הלצה,
האסטו נישט פארשטאנען בכלל וואס איך האב געמיינט.

איך האב געשריבן אז אויב פארשטייט ער, אז איינמאל מ'קאלירט אביסל ארויס, דאן איז שוין בכלל נישט אינטערסאנט און מ'דארף אלעס אויף געבן, דאן פארשטיי איך די סיסטעם וואס לאזט נישט ארויס קאלירן, ווייל ס'עקזעסטירט נישט בלויז ארויס קאלירן...

אויף למעשה איז עס נישט נוגע בכלל.
 
איך מיין אז דער עולם פארזעט דא א וויכטיגע נקודה.
דח גמרא זאגט גנב אפומא דמחתרתא רחמנא קריא.
פשט איז, אז דער באשעפעניש מענטש, ביי דעזיין, איז א באשעפעניש וואס איז מלא סתירות!
 
איך מיין דו מאכסט מיין קעיס פאר מיר אין דעם פאראגראף. די סארט לויזע קהילות זענען שוין דאכט זיך דא אין געוויסע פלעצער אין כלל ישראל, זה בכה וזה בכה (- די 3ער פענאמען..) אויב מיר זוכן עפעס מער ספעציפיש 'קרעמעלדיג' גלייב איך עס איז ביי דעפינאציע מער אינטעלעקטואליש געשטומט - עכ"פ אין די סענס אז די מייסדים האבן אן 'אגענדע' און נישט סתם הייסע בלוט. און טאקע דערפאר טענה איך אז די אינטעלעקטואלע חלק דערפון (הגם נישט די גאנצע איז אזוי) איז וואס ברעכט עס אונטער נאך איידער ס'עפענט זיך.
הגם @אלפא'ס ארטיקל איז בנוגע אז ס'וועט לכאורה נישט ווערן קיין קהילה פון די קרעמל געדרייעכץ, איז עס למעשה געווארן נסתובב צו שמועסן איבער די יסודות פון אזא סארט קהילה.

דאכט זיך מיר לענ"ד אז מ'קען שטעלן דריי יסודות וואס א קרעמל קהילה דארף און וועט בעז"ה פארמאגן:
  • אהבת ישראל ואהבת האדם
    דאס מיינט ליב האבן יעדער מענטש בעצם היותו צורת בן אדם, כראוי וכיאה לכל אדם הנוצר בצורת אלקים וממעשה ידיו.
    און אויף א העכערע לעוול ליב האבן יעדער איד (אזוי ווי יעדער פארשטייט אז משפחה האט מען מער ליב), פון די עקסטרעם לינקער אין עוטף עזה (- וואס האלט טאקע אז אידן און אידישקייט זענען אויסגעטראכטע זאכן פון די לעצטע טויזנט -צוויי יאר), ביזן עקסטרעם רעכטער אין נטורי קרתא שטיבל אין מאנסי (וואס פייערט טאקע אקעגן די כלל, און בכלל אקעגן אינטערנעט וכו').
  • ד"ע את אלקי אביך ועבדה"ו
    אלע סארט דיבורים איבער דעת זענען א חלק פון די יסוד הקהילה (אביסל ווי @אלפא'ס באגער), סיי דעת אין אמונה והמסתעף, סיי דעת אין תורה ומצות, און סיי דעת אין אלע וועלטליכע ענינים.
    און אזוי אויך אלע סארטן עבודה'ס, פון עסן שאלעשידעס בילקעס און זיך פארקאכן אין א קה אכסוף פרייטיג צונאכט'ס, ביזן פארויכערן א גלעזל טיי און געווירצן און געוויקסן. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, נישט ארויסנעמען און זיכער נישט דערווייטערן די חסידי'שע קאך אין אידישקייט, וואס איז למעשה א געשמאקע און געזונטע צוגאנג צו אידישקייט.
  • דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
    אנשטאט זיין פארנומען א גאנצן טאג מיטן צולייגן חומרות און הרחקות, זיך צו דערווייטערן אלפיים אמה פון יעדע זאך וואס שמעקט פון די גאס, פון גוי'שקייט, פון מאדערנקייט - זאל מען צוריקברענגען די שיינע אידישקייט פון אלע דורות, פאר ס'איז נתחדש געווארן די איסור פון 'חדש אסור על פי תורה', ווען אידן און אידישקייט האבן זיך עוואלווד לפי זייערע ארומיגע, ווען אין די צייטן פון פילוספיה האט מען געפילעוועט פילוסופיה וכדו'.
    דאס נעמט אריין (אבער נישט נאר): צוריקברענגען און פארבעסערן א נארמאלע רילעישן צווישן די צוויי מינים. א נארמאלע צוגאנג צו טעכנעלאגיע. א געזונטע מהלך אין צניעות. וכן הלאה, וכן הלאה.

איך מיין אז דאס זענען דריי שטארקע יסודות וואס מ'דארף ווען אוועקשטעלן אין א נייע געזונטע קהילה, ואם של"ש אלה לא יעשה לה, ויצאה חנם אין כס"ף.
 
ערנסט גערעדט פארשטיי איך נישט פארוואס מען דארף נאכאמאל אינווענטירן דעם רעדל. עס באשטייען שוין אפאר אזאלכע שולן און קבוצות פון אידן ובפרט גלילות מאנסי, פון 3ער און 4ער אידן וואס טוען וואס זיי ווילן מער ווייניגער.
 
איך מיין דו מאכסט מיין קעיס פאר מיר אין דעם פאראגראף. די סארט לויזע קהילות זענען שוין דאכט זיך דא אין געוויסע פלעצער אין כלל ישראל, זה בכה וזה בכה (- די 3ער פענאמען..) אויב מיר זוכן עפעס מער ספעציפיש 'קרעמעלדיג' גלייב איך עס איז ביי דעפינאציע מער אינטעלעקטואליש געשטומט - עכ"פ אין די סענס אז די מייסדים האבן אן 'אגענדע' און נישט סתם הייסע בלוט. און טאקע דערפאר טענה איך אז די אינטעלעקטואלע חלק דערפון (הגם נישט די גאנצע איז אזוי) איז וואס ברעכט עס אונטער נאך איידער ס'עפענט זיך.



די געדאנק איבער די משכילים האב איך טאקע צוגעצייכנט אינעם זעלבן אויבנדערמאנטע ארטיקל.. צו מאכן מיין פוינט אז אינטעלעקטואליזם האט נישט קיין גרונד פאר זיך.

דאס אז יעדע זעט קרעמל לויט די ווינט וואס האט אים אהערגעבלאזן דאס איז ווידער ממש מיין פוינט. נעמליך, גיי נעם זיי אלע צוזאם אין איין שול...

און אגב, קיין סמארטפאן פארמאג איך אויך נישט.


אין יענעם פאראגארף האב איך צופעליג נישט באשריבן מיין אייגענע שטאנד, ליבערשט די עטיטוד פון אנדערע.


צום שלוס: איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין פוינט. איז עס אז מ'קען יא מאכן א קהילה פון אזעלכע מענטשן ווי דיר מיט עמרם? אדרבה. לאזט מיר וויסן וויזוי ס'איז געווען (בנוסח מושי מייער)!
אנטשילדוגט פארן נישט גענוג קלאר ארויסברענגען
איך האלט איבערהויפט אז אזא קהילה וואלט געווען די בעסטע זאך, טאקע מיט מיר און דיר און @עמרם'ן ציזאמען
איך האב מיך באצויגן צי דאס וואס חברה האבן געהויבן ברעמען אז א אינגערמאן וואס זיכט אן אתרוג פינעף שעה זיכט דא אויף קרעמל... האב איך ארויסגעברענגט אז יעדער איינער זעט קרעמל פון זיין בליק (לדוגמא: דער וואס וואונדערט זיך איז לכאורה ווייל ער פלעגט זיין אבסעסירט מיט דקדוקי מצוות און יעצט געט ער נישט קיין דעקל, מילא ס'פשט אז @עמרם איז באקוועם אין קרעמל? און די תירוץ איז אז הצד השווה איז אז מ'האסט דעם סיסטעם, כל אחד כפום שיעורא ועניינא דילי'.... ולא הרי זו כהרי זו)

האב איך פשוט ציגעוויזן אז מ'קען טאקע זען אז ווען כבוד הרב @אלפא 'חוזה הקהילה' ברענגט די געדאנק איז עס געבעיסט אויף אינטעלעקטואליזים ווייל דאס איז וואס דריקט כבודו מיט די חרדישע סיסטעם, און דאס איז זיין ריליעס אויף קרעמל...

קלאר???
 
Back
Top