קרעמל שבתון

וויאזוי גייט דיין ווייב

  • שפיצל

    Votes: 22 30.6%
  • קורצע שייטל covered

    Votes: 31 43.1%
  • קורצע שייטל open

    Votes: 10 13.9%
  • לענגערע שייטל 16+

    Votes: 8 11.1%
  • Other

    Votes: 1 1.4%

  • Total voters
    72

מילך טראק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
215
רעאקציע ראטע
610
פונקטן
113
און אונזערע קהילה איז כמעט נישטא אזא זאך ווי א שפיצל, אבער איך ווייס אין סאטמאר גייען די גאר פרומע בערך 20% מיט א שפיצל

איך האב אייביג געמיינט אז די מענער פון שפיצל לעידיס זענען כולל אינגעלייט, חאניאקישע אינגעלייט, מלמדים, כלי קודש וכדו' וואס פילן זיך ווי איך אין יאפאן יעדע מאל וואס מען דארף רעדן מיט די דרויסנדיגע וועלט,

איך זעה דא אסאך פון אונזערע חברים דא וואס די ווייבער גייען מיט א שפיצל.

איך בין נייגעריג ווען קרעמל מאכט ווען א שבתן וויאזוי די ווייבער שול וואלט אויסגעזעהן
 
@מילך טראק זייער נישט שיין....

איך האב מיר שוין געגרייט פאר א שבתון.

איך האב שוין אפי' אנגעהויבן אריינפאקן מיינע שפיצלעך אין די רענצלעך.
 
איך האב אייביג געמיינט אז די מענער פון שפיצל לעידיס זענען כולל אינגעלייט, חאניאקישע אינגעלייט, מלמדים, כלי קודש וכדו' וואס פילן זיך ווי איך אין יאפאן יעדע מאל וואס מען דארף רעדן מיט די דרויסנדיגע וועלט,

איך זעה דא אסאך פון אונזערע חברים דא וואס די ווייבער גייען מיט א שפיצל.
מענין לענין, איך האב אויך אמאל געמיינט ווי דיר וואוינענדיג ווייט באיכות ובכמות פון די קולטורען אבער במשך די יארן האב איך געזעהן מער אין מער עכט בעל בת'ישע סארט מענער גייענדיג צוזאמען מיט זייער שפיצעל ווייבער [איך מיין דייקא נישט די פענסי לעידיס וואס מוזן נעבעך גיין אזוי נאר מענטשען וואס זייער חפצא און גברא האט א חלות פון שפיצעל], אנהייב האב איך געמיינט אז ס'אז א מיעוט אבער שפעטער האב איך איינגעזעהן אז עס איז א קולטורישע זאך, די פרוי דארף אזוי גיין ווייל נאר אזוי איז צניעות אבער מאן יימר אז די מאן קען נישט גיין מיט א ווייסע הענד [והמחמירים מיט א וועסטעל דערויף, איין באשעפער ווייסט פארוואס].
 
אפציע פון פלעין האר האסטו נישט געלייגט סאו כ'קען נישט וואוטן...
מ׳האט שוין 13 וואס האבן געוואוט
אפשר האבן זיי מורא אז די 4 שפיצלען און די 6 קורצע שייטלען וועלן קענסלען אויב מ׳ברענגט אריין ״נייע זאכן״ חס וחלילה אז א פרוי מיט עכטע האר קומט אויך
 
אין סאטמאר גייען די גאר פרומע בערך 20% מיט א שפיצל
ס'איז אויך דא נאך פרומערע וואס גייען אינגאנצן אפגעבינדן - מיט א טיכל אן אפי' קיין שפיצל. ולמעלה בקודש א שטערן טיכל אדער שטרומפ אויפן קאפ...
 
אפציע פון פלעין האר האסטו נישט געלייגט סאו כ'קען נישט וואוטן...
די ביסט אזוי צניעותדיג מיט דיינע האר פעלט נישט אויס קיין שייטל
אגב וויאזוי הייסט די קאפ צודעק וואס די גייסט אנגעטון? דאס קוק אויס מער א רבי'ש צודעק
 
איז דא פארהייראטע חסידישע ווייבלעך וואס גייען נישט מיט קיין קאפ צודעק בכלל?
איך האב נאך נישט געזען (קען זיין איך רעדט מיך איין אז דאס איז א שייטל)
 
איז דא פארהייראטע חסידישע ווייבלעך וואס גייען נישט מיט קיין קאפ צודעק בכלל?
איך האב נאך נישט געזען (קען זיין איך רעדט מיך איין אז דאס איז א שייטל)
אויב כ'ענטפער נאך אביסל גיי איך שוין באורדערליין גילוי, סאו כ'סטאפ דא. 😍
די תגובה איז נישט געווען צו דיר פערזענליך, די שאלה איז אין אלגעמיין
 
איך וויל פרעגן ווער ס'האט די גאנצע היסטאריע פון פרויען האר, צודעקן, שערן אין אלעס ארום אין אידיש, וואלט עס געווען א געוואלדיגע הילף.
 
מיין קאפ צודעק איז א קאפל
כ'האב גערעדט פונעם ווייב
פון וויאזוי די גייסט אנגעטון שטעל איך מיר פאר אז איך קען גוט דיין ווייב, איך האב איר שוין אסאך מאל געזעהן אויף א אינזל מיט די הענט אין די הייעך
 
איך וויל פרעגן ווער ס'האט די גאנצע היסטאריע פון פרויען האר, צודעקן, שערן אין אלעס ארום אין אידיש, וואלט עס געווען א געוואלדיגע הילף.
אין דער וועקער איז געווען או ארטיקל אויף תגלחת נשים.
איך וואלט עפרישיעט אויב איינער קען עס אהערברענגען
 
אין דער וועקער איז געווען או ארטיקל אויף תגלחת נשים.
איך וואלט עפרישיעט אויב איינער קען עס אהערברענגען
הלוואי איך זיך עס שוין כמעט א יאר
פאר איך האב חתונה געהאט האב איך מיך ארימגעהארגעט מיט מיין טאטע וועגן זיך שערן האט ער מיר געזאגט אז איך זאל ליינען די וועקער און נאכדעם וועט מען רעדן למעשה זיך איך נאך די וועקער און מהאט מיך שוין חתונה געמאכט מיט א מגולחת וואס קוקט אויס ווי שירה האס ביים ביטש
 
ס'איז אויך דא נאך פרומערע וואס גייען אינגאנצן אפגעבינדן - מיט א טיכל אן אפי' קיין שפיצל. ולמעלה בקודש א שטערן טיכל אדער שטרומפ אויפן קאפ...
אדער וואס גייען אן א קאפ
 
איך וויל פרעגן ווער ס'האט די גאנצע היסטאריע פון פרויען האר, צודעקן, שערן אין אלעס ארום אין אידיש, וואלט עס געווען א געוואלדיגע הילף.
ס'איז שוין געשריבן געווארן צענלדיגער פעידזש איבער די נושא פון צודעקן די האר, נאך אין ק"ש און אויך דא אין קרעמל (אויך אויף איי וועלט (פארשטייט זיך נאר די וואס די סיסטעם פארקויפט)

סאיז מיר געווען א חידוש וויפיל שפיצל אינגעלייט דרייען זיך דא אין קרעמל, דערפאר האב איך געעפענט די פאול דא.

אין קורצן די היסטאריע אין די גמרא טרעפט מען שוין אזא זאך אז א פארהייראטע פרוי זאל זיך צודעקן די קאפ, אין רשות הרבים, ווי אויך זעהט מען אז ס'איז דענמאלסט אויך געווען אזעלכע וואס האבן זיך נישט געוואלט צודעקן.

וואס איז פשט פון די צודעקן די האר ?
איז דא וואס זאגן אז א פארהייראטע פרוי האר איז ערווה, ס'איז א הלכה למשה מסיני.

אנדערע טענה'ן אז ס'קען נישט זיין אזא זאך אז ערווה זאל זיך ווענדן אין פארהייראט סטאטוס, זאגן זיי אנדערש אז דאס איז געווען אזא זאך וואס אידישע פרויען האבן געטאן צו געדענקן אז זיי זענען שוין פארהייראט, (בערך די זעלבע סיבה פארוואס מ'גייט מיט בגדי שבת נישט צו פארגעסן אז ס'איז שבת)
אז מ'איז זיך מתבונון אין די קאלטור פון יענע צייטן ווען ס'איז געווען פילגשים, און א מאן האט געקענט מקדש געווען א פרוי אין גאס מיט א שווה פרוטה, און איינער האט געקענט מקדש זיין 10 פרויען אויף איין מאל, קען מען פארשטיין אז א פרוי זאל פארגעסן אז זי איז פארהייראט.

ווי אויך זעהט מען אז ס'איז שוין דענמאלסט געגאנגען מיט פאה נכרית (שייטל).
פונקטליך צו נאר אין דערהיים אדער אויך אויפן גאס איז האבן שוין די אחרונים דן געווען,
ס'איז דא וואס האבן גע'אסר'ט און אנדערע האבן מתיר געווען,

גילוח נשים איז געווען א תקנה אין פוילן בערך 300 יאר צוריק, די עיקר סיבה איז געווען וועגען חצוצה .
אין רוסלאנד איז קיינמאל נישט געווען די תקנה,

למעשה רוב ultra orthodox דעקט מען צי די האר אין פאבליק

אסאך modern orthodox, דעקען זיך נישט צו די האר בכלל

היינטיגע צייטן האט מען אנגענומען אז א שייטל איז מותר לכתחילה.

שערן, פאר סאם ריזן האבן רוב חסידישע רבי'ס זייער שטארק פראבירט צו אינפארסירן
 
לעצט רעדאגירט:
איז דא פארהייראטע חסידישע ווייבלעך וואס גייען נישט מיט קיין קאפ צודעק בכלל?
איך האב נאך נישט געזען (קען זיין איך רעדט מיך איין אז דאס איז א שייטל)
יאפ ס'איז (ליידער) דא, און נישט יעדער באמערקט

איך האב מיך שוין טועה געווען אויף איינעם, אז זי גייט א שייטל, אבער מיין ווייב האט מיך קלאר געמאכט אז ס'איז האר
 
Wow wow יישר־כוח הערליך באשריבן, וואו איך פארשטיי איז עס א קולטורעלע זאך געווען (אין איז) אין מיט די צייט איז עס געווארן ממש א מוז. ביי די מוסולמענער איז עס אויך אזוי, ס'שטייט נישט אין זייערע רעליגיעזע ביכער אז מען מיז צודעקן ס'איז מער די קולטור אזוי. פון דעם קומט אויס אז היינט אז ס'איז נישט איינגעפירט אין די אלגעמיינע גאס צו טון אזוי מאכט עס נישט צופיל סענס.
 
Back
Top