קשיות פארן סדר

Thanks

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2025
מעסעדזשעס
517
רעאקציע ראטע
2,061
פונקטן
413
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן? פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם? אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ? פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט? פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן? פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו? פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע? פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל? אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
 
ר' עקיבא איגר האט נישט געטראכט פון די אלע קשיות?
דיינע קשיות קומען ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן.
ערגעץ רעדט מען שוין דערוועגן. אין ארץ ישראל זענען דא מעכטיגע קעפ וואס האבן שוין אלעס פארענטפערט.
אויב מ'קוקט גוט, זעט מען ניסים היינטיגע צייטן אויך, מתיא בן חרש, גליון נקדישך, מוסדות רמ"א.
און בעיקר, דו האסט נישט קיין קשיות, נאר תירוצים...
 
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן? פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם? אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ? פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט? פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן? פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו? פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע? פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל? אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
כבר קדמוך, דוד המלך זאגט למה פניך תסתיר תשכח ענינו ולחצנו, עורה למה תישן, פארוואס שלאפסטו גאט? הקיצה, וועק זיך אויף, אל תזנח לנצח... די זענען אלע פראגעס צו פרעגן און זענען ריכטיג פאר א מענטש וואס געפינט זיך דא אין די הסתרה, אבער מיט דעם אלעם קומט מען צום אויספיר ווי דוד זאגט אם שכחנו שם אלקינו ונפרש כפינו לאל זר, פון די קושיות קומט מען צום סוף צו די מסקנא אז מען איז אנגעוויזן צו גאט, ולו אנחנו עבדים.

אין תלמוד ברענגט ער אויף ההוא בר דרומא וואס האט געפירט מלחמה קעגן די רוימער וואס האבן ארומגערינגלט ירושלים מיט אבני קלע איינצוברעכן די חומה און דער בר דרומא ברוב גבורתו האט זיי אפגעהאלטן און גע'הרג'עט פון די רוימער אז זיי האבן שוין געטראכט פון אויפגעבן די מערכה, איז דער בר דרומא האט זיך דענסטמאהל מבטא געווען - הלא אתה אלקים זנחתנו ולא תצא אלקים בצבאותינו, ער האט גערעדט ברייט קעגן גאט, אזוי צו זאגן, איך קען מיר אליינס אן עצה געבן, ווערט דערציילט אז דער בר דרומא האט געכאפט א ביס פון א נחש און געשטארבן, פרעגט ער דארט, נו, וואס האט ער שלעכט געזאגט? דוד האט דאך געזאגט די ווערטער אין תהלים! ענטפערט די גמרא, דוד אתמוהי מתמה, דוד האט דאס געזאגט אלץ א הקדמה, אבער ער איז אנגעקומען צו למען יחלצון ידידיך הושיעה ימינך וענני, די קושיות זענען נאר א התחלה צו טראכטן און קומען צו די השגה אשר גאלנו וגאל את אבותינו - והיא שעמדה - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם.
 
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן? פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם? אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ? פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט? פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן? פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו? פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע? פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל? אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
כ'האף אז דו גייסט אריינקומען דא דעם ערשטן טאָג חאלעמויד מיט קלארע תירוצים וואס דיין טאטע האט געענטפערט
 
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
איך קען פליז קומען צו דיין סדר?? איך ווארט שוין יארן פאר די תירוץ!
 
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן? פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם? אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ? פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט? פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן? פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו? פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע? פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל? אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
די תירוץ אויף אלע דיינע קשיות זענען אז אויב איז דא א גאט דעמאלטס קען מען אים נישט פארשטיין, ווייל אויב איך איך פארשטיי גאט קען איך שוין פאר די געלט זיין גאט אליין

א גאט וואס איך האב ארויס אין איך פארשטיי זאלן מיינע שונאים האבן, וואס יא איך קען האלטן אז ס'דא א גאט און זיין ברוגז אויף אים
 
דאס איז לא רישא סיפא ולא סיפא רישא
אז מען פארשטייט נישט גאט איז מען אויך נישט ברוגז אויף גאט - סתם רוגז בלי תבונה איז א טענטראם פון א תינוק.
 
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן?
ווייל ער וויל מיר זאלן צוקומען פון אונזער אייגענע הכרה אז אין עוד מלבדו, (כדי צו געבן שכר) און כדי אז ווען ער גייט זיך באווייזן זאל עס זיין מיט די גרעסטע מאס איבעראשונג וואס קען נאר זיין,
פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם?
אויב ווייסט מען אלעס איז נישטא קיין נסיונות, מ'ווייסט סייווי אלעס און די ציל, פונקט ווי דו פארשטייסט אז כדי צו מאכן געלט מוז מען שוויצן,
אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ?
כנ"ל
פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט?
אמאל איז געווען כישוף גאר גרויס איז די מופתים זענען נאך אלץ נישט געווען אז ס'זאל נישט זיין קיין מינדעסטע ספק, און עבודה זרה האט דעמאלטס געפלאקערט, און ס'האט אוועקגענומען אלע הוכחות פון מופתים,
פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן?
כנ"ל
פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו?
איך מיין ס'איז יא דא,
איך ווייס נישט וואס וואלט ווען געקענט איבערבלייבן פון מתן תורה,
למשל מערת המכפילה האבן די מוסלמענער אויפגעבויעט, (און בעיקר די מקום המקדש וואס אויב איינער רירט אהן א שטיין דארט גייט זיך די וועלט שאקלען וואס האט נישט קיין נארמאלע הסבר,)
(גראדע מיך באדערט אז אויב יוסף איז געווען קעניג פאר 80 יאר פארוואס איז ער נישט און די היסטאריע פון מצרים,
שטארק יתכן אז נאך יציאת מצרים איז מצרים געווען אזוי ווי נאך נאגאסאקי אדער עזה, איז די I guess מהאט די זאכן פון פון די פאראמידן און די היסטאריע פון נאכדעם, און בכלל יוסף האט דאך געבעטן מ'זאל אים ארויסטראגן, אבער איי דאנט קנאו)

פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע?
סאיז א journey אנצוקומען צום אמת, און מען האט אסאך נגיעות
(אונזער ריליגיע איז די פונדאמענט אויף די רעליגיע וואס 3 ביליאן מענטשן גלייבן)

פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל?
ס'האט בעצם נישט קיין שייכות נאר היות די עלטערן זענען מחנך די קינדערלעך, אז א קינד וואקסט אויף מיט א מהלך איז שרעקליך שווער צו אויסרייסן א גאנצע מהלך און ציל פארן לעבן וואס מען ווייסט ביז היינט איז אמת, וועגן דעם האט גענומען 30 יאר די לב טהור חברה זאלן ארויסקריכן פון זייער רעליגיע.

ביי אונז איז עס מיט א שטאפל מער ווייל עס איז מער ווייניגער קינדער פון איין טאטן.

אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
משה האט שוין געפרעגט די קשיא,
דעס אז ביליאנען מענטשן האבן יא צו עסן איז א גרעסערע פליאה.
 
דאס איז לא רישא סיפא ולא סיפא רישא
אז מען פארשטייט נישט גאט איז מען אויך נישט ברוגז אויף גאט - סתם רוגז בלי תבונה איז א טענטראם פון א תינוק.
פארוואס עפעס איך גלייב אז די ביסט דא, איך גלייב אויך אז די ביסט נאר גיט, אבער מיינע פילינגס (וואס די האסט געמאַכט) טיען וויי, און אז ס'וועט וויי שרייט מען
 
דאס איז מיט רעכט אז עס טוט וויי שרייט מען אויס, ווי אסתר האט געזאגט, א-לי א-לי למה עזבתני רחוק מישועתי דברי שאגתי, מיין הערה איז נאר אויף די באנוץ פון די ווארט "ברוגז" אז עס פיט נישט.
 
ווייל ער וויל מיר זאלן צוקומען פון אונזער אייגענע הכרה אז אין עוד מלבדו, (כדי צוגעבן שכר) און כדי אז ווען ער גייט זיך באווייזן זאל עס זיין מיט די גרעסטע מאס איבעראשונג וואס קען נאר זיין,
זעסט דאך אז עס איז דא אן א שיעור אטעאיסטן וואס קומען נישט צו דערצו מיט די אייגענע הכרה. מען קען זיך טענה'ן אהער און אהין, לאגישע סברות לכאן ולכאן, פארוואס זאל ער דאס לאזן אפן פאר ספק?
אויב ווייסט מען אלעס איז נישטא קיין נסוינוית מווייסט סיי ווי אלעס און די ציל, פונקט ווי די פארשטייסט אז כדי צו מאכן געלט מוז מען שוויצן,
נישט אמת, אמאליגע צייטן ווען מכלומר'שט איז יא געווען אפענע ניסים איז דאקומענטירט פילע זינד פון כלל ישראל בשעת מעשה.
אמאל איז געווען כישוף גאר גרויס איז די מופתים זענען נאך אלץ נישט געווען אז סזאל נישט זיין קיין מינדעסטע ספק, און עבודה זרה האט דעמאלטס געפלאקערט, און סהאט אוועקגענומען אלע הוכחות פון מופתים,
פארוואס דען איז אמאל געווען מופתים? אליהו הנביא האט אראפגעברענגט א פייער פון הימל אויף הר הכרמל צו פראוון וואס?
איך מיין סאיז יא דא,
למשל?
איך ווייס נישט וואס וואלט ווען געקענט איבערבלייבן פון מתן תורה,
למשל וויסן וועלכע בארג סאיז געווען אויף
למשל מערת המכפילה האבן די מוסלאמענער אויפגעבויעט, (און בעיקר די מקום המקדש וואס אויב איינער רירט אהן א שטיין דארט גייט זיך די וועלט שאקלען וואס האט נישט קיין נארמאלע הסבר,)
פראביר אנצירירן א שטיין אין מעקא... אודאי האט עס א הסבר.
(גראדע מיך באדערט אז אויב יוסף איז געווען קעניג פאר 80 יאר פארוואס איז ער נישט און די היסטאריע פון מצרים,
שטארק יתכן אז נאך יציאת מצרים איז מצרים געווען אזוי ווי נאך נאגעסאקי אדער עזה, איז די I guess מהאט די זאכן פון פון די פאראמידן און די היסטאריע פון נאכדעם, און בכלל יוסף האט דאך געבעטן מזאל אים ארויסטראגן, אבער איי דאנט קנאו)
ועוד יש לומר פשוט...
סאיז א journey אנצוקומען צום אמת, און מען האט אסאך נגיעות
(אונזער ריליגיע איז די פונדעמענט אויף די ריליגיע וואס 3 בליאן מענטשן גלייבן, )
און פארוואס לאזט ער איבער גענוג לעכער אז גענוג ראציאנאלע מענטשן זאלן נישט דערגרייכן די סוף פונעם דזשורני?
סהאט בעצם נישט קיין שייכות נאר הוית די עלטערן זענען מחנך די קינדעלעך איז קינד וואקסט אויף מיט א מהלך איז שרעקלעך שווער צו אויסרייסן א גאנצע מהלך און ציל פארן לעבן וואס מען ווייסט ביז היינט איז אמת, וועגן דעם האט גענומען 30 יאר די לב טהור חברה זאלן ארויסקריכן פון זייער רילגיע
איז דאס דען יושר אז איינער וואקסט אויף ביי א פאלשע רעליגיע?
משה האט שוין געפרעגט די קשיא,
דאס איז נישט קיין תירוץ.
דעס אז בליאנען מענטשן האבן יא צו עסן איז א גרעסערע פליאה
וועלכע פארט איז א פליאה? מען גייט אריין אין גראסערי און מען קויפט עסן.
 
דאס איז לא רישא סיפא ולא סיפא רישא
אז מען פארשטייט נישט גאט איז מען אויך נישט ברוגז אויף גאט - סתם רוגז בלי תבונה איז א טענטראם פון א תינוק.
דעטס פאני, ווייל ס'דא עפעס א ניק וואס איך פארשטיי נישט זיינע מעסעדזשעס, און מיט דעם אלעם בין איך ברוגז אויף אים. :unsure:
 
מי הוא זה ואיזהו , אויף א ניק אז מען איז ברוגז קען מען איהם פאהרהאלטען ער זאל מתקן זיין אשר עוות
 
Back
Top