- זיך איינגעשריבן
- מאי 18, 2025
- מעסעדזשעס
- 520
- רעאקציע ראטע
- 2,072
- פונקטן
- 413
אז מען האט אמונה אז ער עגזעסטירט, פאלאוט שוין פאר רוב מענטשן אז מען פראבירט כאטש אים צו דינען. וואס דאס וויל ער דאך. דיין חילוק פון גלייבן "אז", און "אין" פארשטיי איך נישט.די אלע קושיות קומען לכאורה אראפ צו בּעיסיקעלי צוויי:
1). ארגומענט פון דיוויין באהאלטענקייט - אז פון דעם אז עס זענען דא מענטשן וועלכע, אָנע זיין שולדיג דערין, וואלטן געוואלט זיין מאמינים און האבן אַן אנערקענונג אין ג-ט וכו׳ אבער האבן נישט מחמת שכל׳דיגע שיקולים אא״וו, צייגט אז עס עקזיסטירט נישט
2). די אלגעמיינע פראבלעם פון שלעכטס (וואס די פריערדיגע דיוויין באהאלטענקייט קען זיין נכלל אין דעם) - אז דאס עקזיסטענץ פון שלעכטס אויף די וועלט איז אינקאנסיסטענט מיט א ג-ט וועלכער איז כל יכול און אַמניבּענעוואָלענט
איך האב געקלערט אז טעקניקעלי רירט די סיפור יציאת מצרים אָן אויף ביידע פון די שאלות דירעקט. דאס איז ווייל די ערשטע ארגומענט איז בעיקר זיך סומך אז ג-ט וואלט דאך געוואלט האבן א ״רילעישאנשיפ״ (וויאזוי אימער מ׳איז דאס מגדיר) מיט זיינע ברואים, און טאמער איז מציאותו נישט מוכרח בעיני בני אדם אויף כדי צו קענען שאפן די רילעישאנשיפּ, דאן איז דאס א ראיה קעגן מציאותו. די סיפור פון יציאת מצרים, און איר סיִקוועל(ס) פון די סיפור עם ישראל אינעם מדבר און ווייטער, ברענגט ארויס אין א ליטעראטורישע וועג אז אפילו ווען מציאות הא-ל איז גאנץ מוכרח בעיני בני אדם, איז בכלל נישט מוכרח אז מ׳וועט גלייבן ״אין״ אים אויף נישט סורר צו זיין פון אים, וכמאמר הכתוב (במדבר יד יא) ועד אנה לא יאמינו בי בכל האותות אשר עשיתי בקרבו - און דאס מוז נישט זיין ווייל זיי זענען געווען ״יודעים ריבונם ומתכוונים למרוד בו״ (וואס דאס קען זיין א תירוץ אויף די קשיא פון הסרת הבחירה מפרעה בהסיפור, כדברי הרמב״ם בפ״ח משמונה פרקים ובהל׳ תשובה פ״ו ה״ג). אין אנדערע ווערטער, אין א וועלט וואו עס איז דא מער עווידענס פאר מציאות הא-ל אז ער עקזיסטירט, האסטו אפשר אויפגעטוהן אז עס איז טאקע דעמאלטס דא אמונה ״אז״ ער עקזיסטירט (און אפילו דעמאלטס איז דאס אויך נישט זיכער), אבער נישט אמונה ״אין״ אים. (דאס איז ענליך צו וויאזוי דר. בּרעדלי רעטלער האט אפגעלערענט די סיפור פון טעד טשיענג.) ונמצא מזה אז, פון א אידישן רעגליגיעזן מבט, וואס פארדינט מען פון א וועלט וואו ג-ט׳ס מציאות איז מער מוכח, אז דאס זאל זיין א קשיא פון דעם אז ס׳נישט אזוי מוכח אין אונזער וועלט? (סתם צו פארדינען און זיך באגנוגען מיט דעם אז ס'איז כאטט דא אמונה "אז" ער עקזיסטירט, איז מער א קריסטליכע רעיון.) דאס איז בעצם געווען די שטאנד פון די וועלט ביז אפאר הונדערט יאר, בעפאר עס איז אפירגעקומען די סעקולארע עידזש, וואס אין יענע צייטן איז אמונה אז (א) ג-ט עקזיסטירט געווען אנגענומען בפשטות. איז דאן געווען, פון א טעאיסטישן מבט, מער א ״געטליכע״ וועלט אין טערמינען פון דאס וואס ג-ט ״וויל״?
דאס קען ליגן אונטער דעם וואס דער באקאנטער רמב״ן טענה׳ט בסוף הסיפור של יציאת מצרים (שמות יג טז):
והיינו, אז הגם נסים ומופתים צייגן אויף מציאות ה׳ ויכולתו, איז דאס אבער נישט קיין סאָפישענט קאָז צו ברענגן צו ״אמונה אין״ הקב"ה, וואס דערפאר גייט דאס נישט געשעהן לעיני כל רשע וכופר. אנשטאטס דעם דארף מען (פון א טעאיסטישן מבט) צו אנערקענען דאס געטליכקייט און אמונה אין די טבע כמו שהיא, די נסים נסתרים, פונקט ווי מ'אנערקענט דאס פון די נסים מחוץ לדרך הטבע. דאס קען זיין א מעסעדזש וואס מ'קען טאקע ארויסנעמען פונעם סדר און די סיפור.
ולגבי די צווייטע קשיא איבער די פראבלעם פון שלעכטס, איז דאס אויך א מקום מחשבה וואס די סיפור מצרים ברענגט ארויס. והיינו, אז ביי די סיפור שטעלט זיך גראד די שאלה אז פארוואס האט ג-ט אין די סיפור צוגעברענגט/צוגעלאזט אז אידן זאלן זיין משועבד און געפייניגט אין מצרים? די פשוט׳ע תירוץ איז אז עס האט אויסגעפעהלט דעם כור הברזל כדי צו שאפן דעם אידענטיטעט פון כלל ישראל אלס א פאלק און ענטיטי פאר זיך אא"וו. אבער דאן שטעלט זיך ווייטער די פשוט׳ע שאלה אז איז עס דען נישט געווען מעגליך, ובפרט פאר א כל יכול, דאס צו מאכן אָן דעם? אויף דעם קען מען בייסן די בולעט און זאגן אז דאס איז א לאגישע אומעגליכקייט, וממילא איז דאס נמנע אפילו פון א כל יכול; אט דאס איז א תירוץ אויף די אלגעמיינע פראבלעם פון שלעכטס בכלל.
דאס פירט דעמאלטס אריין אין צו אַן אקסיאלאגישע שאלה פון וועליוּ. מיינענדיג, אויב איז נישט מעגליך אנדערש, ואפילו פאר א כל יכול, איז דעמאלטס ענדערשער אז עס זאל בכלל גארנישט זיין? די שאלה איז בנוגע די וועלט בכלל, אז טאמער איז נישט שייך צו האבן א וועלט פון חומר אָן די רעות, דאן איז בעסער אז ס׳זאל גארנישט זיין (ווי אל-ראזי און פּיער בּעיל און אנדערע האבן געהאלטן), אדער אז (ווי דער רמב״ם האט גע׳טענה׳ט) דאס איז על הכלל כולו יא גוט אז ס׳זאל זיין הגם ס׳איז נישט מעגליך בלי הרעות? און דאס איז אויך בנוגע די סיפור גלות וגאולת מצרים בפרט: האט זיך געלוינט די רע פון גלות ושיעבוד מצרים פאר גוטע תוצאה פון דאס קולטוראלע אידישע איידענטיטי און תרומה אא"וו דאס האט אונז (און דער וועלט) געגעבן אדער נישט? (ובפרטי פרטיית איז דאס א שאלה בנוגע בחירת ישראל, וויאזוי אימער מ׳זאל דאס טייטשן, און זייער מעסעדזש און תרומה צו די וועלט: לוינט זיך דאס פאר די פרייז וואס מ׳צאלט בהכרח מיט רדיפות אא״וו אדער נישט?) מ׳קען זאגן אז די געדאנק פון די סדר נאכט (צי מ׳איז מסכים מיט דעם צי נישט) איז אז יא, און אט דאס איז דאס וואס ס׳וויל אז מ׳זאל אריינבאקן אין די קינדער: אז עס האט זיך צום סוף יא געלוינט.
איך גלייב(…) אז אפילו פון א רעליגיעזע/טעאיסטישע פּערספּעקטיוו, זענען די שאלות, און רעיונות אונטער זיי, ראוי ארויפגעברענגט צו ווערן און אויסגעשמועסט ווערן מיט די קינדער (לפי דרגתם) ביים סדר. כמובן נישט אין א פּאלעמישע וועג, נאר ארויסצוברענגן די צדדים אין דעם אלעם.
בנוגע שלעכטס, אמתדיג? ס'איז מן הנמנע פאר אים צו הרגענען אפאר מיליאן ווייניגער קינדער? קאם אן.
און בד"וו, טוב לו לאדם שלא נברא, בעסער באשאף נישט גארנישט ווי איידער יא אויב נישט אז עס איז פערפעקט אינגאנצן.