קוויטלעך

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
328
רעאקציע ראטע
1,943
קוויטלעך (מלשון קארטל/Note אזויווי דעם רבי'שן קוויטל) איז א פאראידישטע ווערסיע פון א פאפולערע געמבלינג קארטל שפיל אין אייראפע פונעם אכצנטן און ניינצנטן יאהר-הונדערט, גערופן איין און צוואנציג (twenty one אדער vingt-un).

לויט די היסטאריקער איז עס פון גאליציאנער אידן וואס האבן נישט געוואלט נוצן די גויאישע קארטן ווייל ס'האט געהאט קריסטליכע בילדער דערויף.

די באקאנטע קאסינאו געים 'בלעקזשעק' איז א מער סאפיסטיקירטע ווערסיע דערפון.

פארשטייט זיך די רבנים זענען געווען דערקעגן אבער ס'האט זיך אריינגעכאפט סיי ווי.

גיט א קוק א גאונות פון א מארקעטינג.
דאס איז א סקרינשאט פון קוויטלעך אויף אייכלערס וועבזייטל.
1000327709.png

פונקט 3 איז א פשוטע פארגרעבטע ווערסיע פון דעם באקאנטן פאלקלאר איבער שפילן דריידל צו פארדרייען די יוונים א קאפ. (פארשטייט זיך דאס אליין איז שיינע פאלקלאר, און האט פארשידינע ווערסיעס. באמת איז דריידל געווען א באקאנטע געמבלינג געים אינעם פופצנטן יארהונדערט בערך, און די 'נ. ג. ה. ש.' איז פאראידישט פונעם דייטשן N G H S וואס איז פאר ניט, גאנץ, העלפט, שטעל... א פשוטע חלק פונעם שפיל). עיין כאן פאר אן אינטערעסאנטער אנאליז איבער די פארשידענע ווערסיעס פון די פאלק-לעגענדע.

פונקט 4 איז ווארט ביי ווארט גענומען פון אן ארטיקל אינעם JPS Chanukah Anthology .
1000327717.png


אויך א שיינע לעגענדע/פורים תורה פארשטייט זיך. איך ווייס נישט צו ס'איז בכלל געווען א ווערסיע פון איין און דרייסיג קארטלעך. (אין די טראדיציאנאלע 21 שפיל איז דא ווערסיע וואס האט 32 קארטלעך...).


איך שטיי!
שפיל מיר אויס!
 
לעצט רעדאגירט:
קוויטלעך (מלשון קארטל/Note אזויווי דעם רבי'שן קוויטל) איז א פאראידישטע ווערסיע פון א פאפולערע געמבלינג קארטל שפיל אין אייראפע פונעם אכצנטן און ניינצנטן יאהר-הונדערט, גערופן איין און צוואנציג (twenty one אדער vingt-un).

לויט די היסטאריקער איז עס פון גאליציאנער אידן וואס האבן נישט געוואלט נוצן די גויאישע קארטן ווייל ס'האט געהאט קריסטליכע בילדער דערויף.

די באקאנטע קאסינאו געים 'בלעקזשעק' איז א מער סאפיסטיקירטע ווערסיע דערפון.

פארשטייט זיך די רבנים זענען געווען דערקעגן אבער ס'האט זיך אריינגעכאפט סיי ווי.

גיט א קוק א גאונות פון א מארקעטינג.
דאס איז א סקרינשאט פון קוויטלעך אויף אייכלערס וועבזייטל.
View attachment 2353
פונקט 3 איז א פשוטע פארגרעבטע ווערסיע פון דעם באקאנטן פאלקלאר איבער שפילן דריידל צו פארדרייען די יוונים א קאפ. (פארשטייט זיך דאס אליין איז נאר אז פאלקלאר און אגענדע, און האט פארשידינע ווערסיעס. באמת איז דריידל געווען א באקאנטע געמבלינג געים אינעם פופצנטן יארהונדערט בערך, און די 'נ. ג. ה. ש.' איז פאראידישט פונעם דייטשן N G H S וואס איז פאר ניט, גאנץ, העלפט, שטעל... א פשוטע חלק פונעם שפיל). עיין כאן פאר אן אינטערעסאנטער אנאליז איבער די פארשידענע ווערסיעס פון די פאלק-לעגענדע.

פונקט 4 איז ווארט ביי ווארט גענומען פון אן ארטיקל אינעם JPS Chanukah Anthology .
View attachment 2355

אויך א שיינע לעגענדע/פורים תורה פארשטייט זיך. איך ווייס נישט צו ס'איז בכלל געווען א ווערסיע פון איין און דרייסיג קארטלעך. (אין די טראדיציאנאלע 21 שפיל איז דא ווערסיע וואס האט 32 קארטלעך...).


איך שטיי!
שפיל מיר אויס!
זייער אינטערעסאנט
ס'מיר קיינמאל אפי' נישט איינגעפאלן צו קוועסטשענען די דריידל היסטאריע
 
קוויטלעך (מלשון קארטל/Note אזויווי דעם רבי'שן קוויטל) איז א פאראידישטע ווערסיע פון א פאפולערע געמבלינג קארטל שפיל אין אייראפע פונעם אכצנטן און ניינצנטן יאהר-הונדערט, גערופן איין און צוואנציג (twenty one אדער vingt-un).

לויט די היסטאריקער איז עס פון גאליציאנער אידן וואס האבן נישט געוואלט נוצן די גויאישע קארטן ווייל ס'האט געהאט קריסטליכע בילדער דערויף.

די באקאנטע קאסינאו געים 'בלעקזשעק' איז א מער סאפיסטיקירטע ווערסיע דערפון.

פארשטייט זיך די רבנים זענען געווען דערקעגן אבער ס'האט זיך אריינגעכאפט סיי ווי.
איך מיין אז קוויטלעך האט מען יא געשפילט אפילו ביי חסידישע מקומות. די האקעריי איז געווען אויף קארטן נישט קוויטלעך. וואס די חילוק איז ווייס איך נישט, אפשר טאקע די קריסטליכע סימבאלן וואס קארטן האט געהאט און קוויטלעך נישט.
 
Back
Top