קוויטלעך

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,683
רעאקציע ראטע
12,302
פונקטן
1,943
קוויטלעך (מלשון קארטל/Note אזויווי דעם רבי'שן קוויטל) איז א פאראידישטע ווערסיע פון א פאפולערע געמבלינג קארטל שפיל אין אייראפע פונעם אכצנטן און ניינצנטן יאהר-הונדערט, גערופן איין און צוואנציג (twenty one אדער vingt-un).

לויט די היסטאריקער איז עס פון גאליציאנער אידן וואס האבן נישט געוואלט נוצן די גויאישע קארטן ווייל ס'האט געהאט קריסטליכע בילדער דערויף.

די באקאנטע קאסינאו געים 'בלעקזשעק' איז א מער סאפיסטיקירטע ווערסיע דערפון.

פארשטייט זיך די רבנים זענען געווען דערקעגן אבער ס'האט זיך אריינגעכאפט סיי ווי.

גיט א קוק א גאונות פון א מארקעטינג.
דאס איז א סקרינשאט פון קוויטלעך אויף אייכלערס וועבזייטל.
1000327709.png

פונקט 3 איז א פשוטע פארגרעבטע ווערסיע פון דעם באקאנטן פאלקלאר איבער שפילן דריידל צו פארדרייען די יוונים א קאפ. (פארשטייט זיך דאס אליין איז שיינע פאלקלאר, און האט פארשידינע ווערסיעס. באמת איז דריידל געווען א באקאנטע געמבלינג געים אינעם פופצנטן יארהונדערט בערך, און די 'נ. ג. ה. ש.' איז פאראידישט פונעם דייטשן N G H S וואס איז פאר ניט, גאנץ, העלפט, שטעל... א פשוטע חלק פונעם שפיל). עיין כאן פאר אן אינטערעסאנטער אנאליז איבער די פארשידענע ווערסיעס פון די פאלק-לעגענדע.

פונקט 4 איז ווארט ביי ווארט גענומען פון אן ארטיקל אינעם JPS Chanukah Anthology .
1000327717.png


אויך א שיינע לעגענדע/פורים תורה פארשטייט זיך. איך ווייס נישט צו ס'איז בכלל געווען א ווערסיע פון איין און דרייסיג קארטלעך. (אין די טראדיציאנאלע 21 שפיל איז דא ווערסיע וואס האט 32 קארטלעך...).


איך שטיי!
שפיל מיר אויס!
 
לעצט רעדאגירט:
קוויטלעך (מלשון קארטל/Note אזויווי דעם רבי'שן קוויטל) איז א פאראידישטע ווערסיע פון א פאפולערע געמבלינג קארטל שפיל אין אייראפע פונעם אכצנטן און ניינצנטן יאהר-הונדערט, גערופן איין און צוואנציג (twenty one אדער vingt-un).

לויט די היסטאריקער איז עס פון גאליציאנער אידן וואס האבן נישט געוואלט נוצן די גויאישע קארטן ווייל ס'האט געהאט קריסטליכע בילדער דערויף.

די באקאנטע קאסינאו געים 'בלעקזשעק' איז א מער סאפיסטיקירטע ווערסיע דערפון.

פארשטייט זיך די רבנים זענען געווען דערקעגן אבער ס'האט זיך אריינגעכאפט סיי ווי.

גיט א קוק א גאונות פון א מארקעטינג.
דאס איז א סקרינשאט פון קוויטלעך אויף אייכלערס וועבזייטל.
View attachment 2353
פונקט 3 איז א פשוטע פארגרעבטע ווערסיע פון דעם באקאנטן פאלקלאר איבער שפילן דריידל צו פארדרייען די יוונים א קאפ. (פארשטייט זיך דאס אליין איז נאר אז פאלקלאר און אגענדע, און האט פארשידינע ווערסיעס. באמת איז דריידל געווען א באקאנטע געמבלינג געים אינעם פופצנטן יארהונדערט בערך, און די 'נ. ג. ה. ש.' איז פאראידישט פונעם דייטשן N G H S וואס איז פאר ניט, גאנץ, העלפט, שטעל... א פשוטע חלק פונעם שפיל). עיין כאן פאר אן אינטערעסאנטער אנאליז איבער די פארשידענע ווערסיעס פון די פאלק-לעגענדע.

פונקט 4 איז ווארט ביי ווארט גענומען פון אן ארטיקל אינעם JPS Chanukah Anthology .
View attachment 2355

אויך א שיינע לעגענדע/פורים תורה פארשטייט זיך. איך ווייס נישט צו ס'איז בכלל געווען א ווערסיע פון איין און דרייסיג קארטלעך. (אין די טראדיציאנאלע 21 שפיל איז דא ווערסיע וואס האט 32 קארטלעך...).


איך שטיי!
שפיל מיר אויס!
זייער אינטערעסאנט
ס'מיר קיינמאל אפי' נישט איינגעפאלן צו קוועסטשענען די דריידל היסטאריע
 
קוויטלעך (מלשון קארטל/Note אזויווי דעם רבי'שן קוויטל) איז א פאראידישטע ווערסיע פון א פאפולערע געמבלינג קארטל שפיל אין אייראפע פונעם אכצנטן און ניינצנטן יאהר-הונדערט, גערופן איין און צוואנציג (twenty one אדער vingt-un).

לויט די היסטאריקער איז עס פון גאליציאנער אידן וואס האבן נישט געוואלט נוצן די גויאישע קארטן ווייל ס'האט געהאט קריסטליכע בילדער דערויף.

די באקאנטע קאסינאו געים 'בלעקזשעק' איז א מער סאפיסטיקירטע ווערסיע דערפון.

פארשטייט זיך די רבנים זענען געווען דערקעגן אבער ס'האט זיך אריינגעכאפט סיי ווי.
איך מיין אז קוויטלעך האט מען יא געשפילט אפילו ביי חסידישע מקומות. די האקעריי איז געווען אויף קארטן נישט קוויטלעך. וואס די חילוק איז ווייס איך נישט, אפשר טאקע די קריסטליכע סימבאלן וואס קארטן האט געהאט און קוויטלעך נישט.
 
אינטערסאנט
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1000662848.webp
    1000662848.webp
    279.3 KB · געזען: 39
  • 1000662844.webp
    1000662844.webp
    229.6 KB · געזען: 40
זייער אינטערעסאנט
ס'מיר קיינמאל אפי' נישט איינגעפאלן צו קוועסטשענען די דריידל היסטאריע
אזוי ווי איבעראל, איז דא 2 זייטן.

ער שרייבט גראדע א הערליכע ארטיקל אויף נושא זייער זייער שיין באשריבן פון אלע צדדים, עיין שם ותמצא נחת.

לגופו של עניין , ער ברענגט בעיקר 3 שטארקע ראיות :

1. מזעט נישט אין ערגעץ פיזיקל עווידענס אז ס'איז געווען דריידלעך ביי אידן יענע צייטן

2. אויב ס'האט געשפילט אזא גרויסע ראלע אינעם נס וואלט עס געדארפט דערמאנט ווערן אין די קדמונים

3. די ווערטער נס גדול היה שם קען נישט זיין איז שוין געשטאנען ווייל ווען מ'האט געדארפט שפילן דריידל וועגן די יוונים האט מען דאך געהאלטן פארן נס.

במילא טענה'ט ער אז די גאנצע דריידל געים איז א אלטע רוימישע געים/פון די 15סטע יאר הונדרעט (דא איז ער זיך אביסל סותר) און מהאט עס שפעטער (ער איז דן פונקליך ווען, ער בלייבט אז ערגעץ ממש לעצטנס 1890 און ווייטער) עדאפטעד צו חנוכה, פון די קריסטן. און די נ ג ה ש קומט פון NGHS אין דייטש.

דאס איז תוכן דבריו בקיצור נמרץ.

למעשה זעט מען שוין די דריידל דערמאנט אין בני יששכר (1783-1841)אלטס א פריעדיגע מנהג און אנדערע כהאב נישט קיין געדולט צו זוכן יעצט פונקליך ווער.

אזוי אויך איז אביסל שווער צו זאגן אז סאיז נולד געווארן ממש לעצטנס און אז סשוין געווען 500 יאר צוריק פאלט אוועק די צווייטע קשיא און סקען זיין אז חנוכה בכלל ווערט דערמאנט זייער ווייניג אין די פריעדיגע במילא איז נישט אזוי שווער, לגבי פיזיקל עווידענס איז לא ראיתי אינו ראיה , (סאיז נישט דומה צו א גאנצע פאלק אדער שבט פון הונדערטע יארן וואס מזעט נישט גארנישט, מרעד סך הכל פון אביסל דריידלעך) און די דריטע קשיא קען מען פארענפערן פשוט אז די דעמאלטס האט מען עס נישט געשפילט אזוי און די אותיות איז שפעטער געווארן, און די דורשי רשימות האבן אויף דעם ארויפגעלייגט א רמז פון נס גדול היה שם אבער די עצם מנהג הדריידל קען זיין איז שוין טויזנטע יארן.
 
Back
Top