ר' משה וואלפסאן'ס מלחמה מיט איראן

אהבה בתענוגים

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
נאוו. 2, 2024
מעסעדזשעס
15
רעאקציע ראטע
95
פונקטן
13
ר' משה וואלפסאן זצ"ל האט כידוע מיטגעהאלטן די נייעס, און געזאגט תורה דערויף.

בערך צעהן יאהר צוריק האט ער צאמגערופן זיין קהילה אין א היסטארישער דינסטאג(?) נאכן מיטהאלטן אז איראן איז גאר נאנט צו האבן נוקלעארע וואפן. (עפעס האבן זיי געסטראשעט דעמאלס אז זיי גייען ח"ו אויסמעקן א"י ווען זיי קענען)

ער איז געווען זייער דערשראקן פאר כלל ישראל.
ער האט גע'עצה'ט צו זאגן עפעס א קאפיטל תהילים (כ'געדענק נישט וועלכע)
ער האט צוגענדיגט זיין דרשה מיטן זאגן אז ס'קומט נייעס, האפנטליך גאר גוטע נייעס.

(כ'געדענק נישט פונקטלעך די פרטים, פיהלט באקוועם צו אויסגראדן די פאקטן)

למעשה איז עס געווען א פלאפ, קיין נייעס שלעכט אדער גוט, ועולם כמנהגו נוהג. (פונקט ווי באמא איז געווארן פרעזידענט הגם ער האט געזאגט אז נישט, און אזוי אויך ביי פרעזידענט בוש (בוש מלשון בוֹש האט ער געזאגט). אבער ער האט ווייטער אנגעהאלטן מיטן תהילים און געזאגט אז מיר ווייסן נישט וואס מיר טון אויף דערמיט.


היינט י"ז סיון איז זיין יארצייט
איז דא עפעס נייעס מיט איראן היינט?
עפעס מיט נוקלעארע וואפן?
גרויסע נייעס!
פונקט אנגעפאנגן אויף זיין יארצייט!


איך גלייב אז א מענטש איז סאך גרעסער און שטערקער פון וואס ער מיינט. קיין חילוק וואספארא ספיריטואלעטעיט און דרך עבודה ער טוט, אויב איז מען אמת'דיג און מ'מיינט עס ערענסט קומט מען אהן נענטער (צו זיך און צום שורש)!

(אקעי. כ'ווייס ס'נישט פראווען, ס'סתם טעאריא, אבער דאס איז מיין טריפ יעצט.)
-


לכבוד דרעזנער, און אלע וואס קאפירן מיין באמערקונג.
ביטע געטס קרעדיט פאר אהבה בתענוגים פון קרעמל.
און בעיקר פארגעסט נישט צו זאגן אז "נישט אלע נביאות'ער פון ר' משה זענען מקוים געווארן."
אז נישט הארגעט עטץ די אמתדיגקייט פונעם זאך! גוטס קומט נאר ארויס מיטן אמת!
 
Back
Top