ר' ישראל פריי: א היימישער גור'ער חסיד וואס איז אויך א גרויסער אנטי-ציוניסטישער זשורנאליסט והוגה דעות

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
329
רעאקציע ראטע
1,186
פונקטן
213
1752147476931.png


ר' ישראל פריי, ממקורו א גור'ער חסיד, אבער היינט מער ווי ר' שמואל אויבערבאך'ס תלמידים, דהיינו, ער איז נישט קיין סאטמארער עדה החרדית ירושלמי קנאי, אבער האט זיך דערקלערט אלץ אנטי-איזראעלישער זשורנאליסט און דעה זאגער, ער איז נישט קעגן די ציונים מכח די סאטמארע קנאות פון שלש שבועות חמורות ווי עס איז מבואר אין חז"ל און היינט צו טאגס מסביר געווען להלכה דורך כ"ק אדמו"ר רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר הויואל משה זי"ע, נאר מכח שכל, "קאמאן סענס", ער זעהט איין אז ארץ ישראל האט נישט קיין שום חשבון מיט'ן "פייטן" די אראבער נאר דורך זיי ארויסשטופן פון לאנד. און דאס, זאגט ער, איז כנגד אנושית, ממילא איז דאס אויך נגד התורה וחסידות פון זיין גור'ער אפשטאם.

1752147722436.png

ר' ישראל פריי איז נישט נאר א זשורנאליסט אונטער א קאמפיוטער ווי אלע חרדישע שריפטשטעלער, נאר טרעט אויף יעדע נאכט אויף טעלעוויזיע, זיך טענה'דיג מיט אלע ציונים, און איז זיך משתתף ביי יעדן אנטי-ציוני פרא-פאלעסטינער פראטעסט ווי די נטורי קרתא.

ווי ר' שאול אלטר, קען ער זיך נישט האלטן דאס מויל פארמאכט פון עוולות, מילא ווערט ער גע'רודפ'ט ליידער פון רוב איזראעליס. איצט האט מען אים ענדליך ארעסטירט ווייל ער האט געפייערט די טויט פון א גרופע נצח יהודא צה"ל'ניקעס אין עזה, וואס די כאמאס האט דורכגעפירט אן אמבוש די וואך דארטן, פארוואונדענדיג אסאך וואס די צענזור לאזט נישט די וועלט וויסן פונקטליך וויפיל אבער וויבאלד די פרומע משפחות האלטן דאך יא אפ "פובליק" לוויות ווייסט מען פון 5 זיכער טויט, אבער אסאך מער פארוואונדעטע וואס מ'לאזט נישט פארציילן. זיין ווייב האט זיך ליידער אפגע'גט פון אים, ער האט 2 קינדער פון איר. ער איז אויפגעוואקסן ביי א טאטע וואס לערנט היינט אין כולל אין חצור.

1752147555180.png

ביי קאראנע האט ער פארפירט אז חרדים מוזן אויך איינהאלטן די סאציאלע דערווייטערונג געזונטהייט מאסנאמען.

ביבי נתני' געפינט זיך אין אמעריקע, זיינע קינדער וואוינען אין פלארידע מיאמי, ביים ביעטש. אבער ער שיקט ארץ ישראל'דיגע בירגער זיך לאזן הרג'ענען אין עזה, סתם פאר נקמה פון אקט' זיבן, ער האט נישט קיין שום חשבון וויאזוי צו געווינען אז 2 און א האלב מיליאן אראבער אין עזה זאלן זיך אויפהייבן און מופן קיין סיריע. כאטש די ציונים האבן פארטריבן אראבער אין די הונדערטע טויזענטע, איז דאס נאך קיינמאל נישט געווען אזא גרויסער נומער. און דאן ביים גרינדונג פון די מדינה איז דאס געווען גראד נאכ'ן האלאקאוסט, און בעפאר דעם נאך די פאגראמען אין רוסלאנד פוילן און אנדערע ערטער אין מזרח אייראפע, אבער איצט זענען אידן גאר רייך און סוקסעספול אין וויליאמסבורג מאנדרוי קראונהייטס וכו', אלע אידישע געגענטער ווי מיר וואוינען איצט, ממילא גייען מיר נישט קיין ארץ ישראל זיך לאזן הרג'ענען ווי די ציונים פאר זייער אידעאל.

1752147831698.png


ר' ישראל פריי קוקט היינט אויס ווי א ליטווישער ר' שמואל אויבערבאך תלמיד, אבער ער איז א גורער חסיד ממקורו מחינוכו מילדותו וממשפחתו.

ס'נישט די ערשטע מאל וואס ער איז ארעסטירט, אבער איך האף און איך בעט דעם רבונו של עולם אז דאס זאל אויך נישט זיין די לעצטע מאל, ווייל ביז איצט פלעגן זיי אים סתם אפהאלטן און אויספארשן, אבער איצט האבן זיי פארלענגערט זיין ארעסט.

אין ארץ ישראל איז ליידער נישטא דער מושג פון 'פרייהייט פון ווארט' ווי אין אמעריקע, דארטן איז שטענדיג מלחמה צייטן, דעריבער יעדער איינער וואס זאגט א קרום ווארט פאר די ציונים'לעך, ווערט דאס אויסגעטייטשט ווי געבן מאראלישע שטיצע פאר'ן שונא. זיי לאזן נישט אריינטריט דארטן פאר'ן 'נטורי קרתא' הויפט פון מאנסי, הרה"צ לוחם מלחמת השם יתברך במסירת נפש ממש, רבי ישראל דוד ווייס און פעלדמאן שליט"א, כאילו ער וויל זייער שטארק גיין אויף ארץ ישראל מאכן אן עלי'...

1752147927502.png


ר' ישראל פריי שרעקט זיך נישט צו זיך טענה'ן מיט די גרעסטע ציוני'סטישע שישקעס גבר אלים'ס, סיי אויף טי.ווי., סיי אויף סאשעל מידיע, און סיי אויף די גאסן!

ווי אויך לאזן זיי נישט אפערירן די 'על זשאזירא' זשוראליסטן אין ערגעץ נישט אין זייערע אקופירטע געביטן, די מערסטע מענטשן וועמען זיי האבן שוין גע'הרג'עט אין עזה זינט אקט' 7, ווען זיי האבן געכאפט א געזונטן היסטארישער דורכפאל פון כאמאס, איז זשורנאליסטן. קרוב צו 200 זשורנאליסטן זענען שוין דערמארדעט געווארן אין עזה Killing of journalists in the Gaza war - Wikipedia מהם 5 אידישע זשוראנליסטן אבער על פי רוב גוים.

1752157082185.png

ר' ישראל שטאמט פון זייער א חשובער גורער משפחה, ר' יודא לייב אבראמאוויץ, א תלמיד פון חכמי לובלין ישיבה, א תלמיד פון ר' מאיר שפירא וועמענ'ס געביין ער האט ארויפגעברענגט קיין ארץ ישראל פון פוילן, ער איז געווען ר' איטשע מאיר לעווין'ס חבר, און דער חבר הכנסת מטעם אגודת ישראל און סגן ראש העיר פון תל אביב איז זיין עלטער זיידע פון זיין מאמע'ס זייט. זיין מאמע'ס טאטע, דהיינו ר' ישראל'ס זיידע, איז געווען די גור'ער רב אין חצור ווי ר' ישראל איז געוואקסן, ער איז געווען א זוהן פון ר' יודא מאיר, ער האט געהייסן ר' צבי יצחק אברמוביץ, בעל מחבר ספר טעם הצבי זצ"ל.

1752157584678.png

ר' ישראל'ס זיידע דער רב פון די גורע קהילה אין חצור, הרה"ג רבי צבי יצחק אברמוביץ בעל מחבר ספר טעם הצבי זצ"ל, על התורה ומועדי השנה.


1752147396711.png

ר' אברהם דוד גרינבוים, ישראל פריי'ס גורער חבר רבי און בעל הבית אין זשורנאליזם.

ר' ישראל פריי האט מלכתחילה אנגעהויבן זיין קאריערע ווי אלע היימישע זשורנאליסטן, אונטער הרב ר' אברהם דוד גרינבוים שליט"א, זיין גור'ער חבר, און געלונגענער שרייבער און גרינדער רעדאקטער פון די ש"ס צייטונג, 'הדרך', ווען זייער אלטער טאג-צייטונג 'יום ליום' איז געווען זייער פרא ישי און אנטי דערי, ווי אויך האט ר' אברהם דוד רעדאקטירט דעם 'בקהילה' מאגאזין, און אנגעפירט דעם 'קול חי' ראדיא סטאנציע. ר' אברהם דוד האט היינט אן אייגן מאגאזין וואס הייסט 'מורשה', מיוחד צו פארשפרייטן חסידות, אבער זיינע קאלומס פארשפרייטן זיך אין אסאך צייטונגען, בעיקר אין ארץ ישראל אבער אויך אין אמעריקע אינעם גור'ען ענגלישן המודיע פון רות ליכטנשטיין, איטשע מאיר לעווין'ס אייניקל, אונטער פארשידענע פען נעמען ווי ליבערטי פון קאנטרי און נאך...

1752148071253.png


ר' ישראל פריי האט טאקע אנגעהויבן זיין זשורנאליזם קאריערע אין די היימישע מידיע ווי קול חי און בקהילה, אבער היינט ווערן זיינע ווערק געדרוקט אויף ענגליש איבער די גארער וועלט ווי אין הארץ, און אפילו אין די אראבישע מידיע נעצן ווי דא Yisrael Frey

זעהט זיין טוויטער פיעד וואס האט אויפגעוועקט די רוגזה פון די ציונים פארוואס זיי האבן אים איצט ארעסטירט נאכאמאל.

https://x.com/freyisrael1
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1752148050399.png
    1752148050399.png
    110.7 KB · געזען: 13
דער ברויך זיין אונטער גראטעס פאר אייביג... פינטל!!!
דער איז א נאסע געמיינע אינג וואס לאזט זיך הערן אויף די אומריכטיגע ערטער.. זיך פרייען אזוי ווי די פארשאלטענע; געמיינע; נידריגע; גרוילהאפטיגע פאלעסטינער אראבער, איז זיין ארט אך ורק אונטער גראטעס..!! מיט די שטרענגסטע מאסנאמען אזוי ווי די ארגסטע מחבלים שר"י! אזוי זיך צו לאזן הערן איז אומאקצעפטירבאר..! און איז אינערליכע אנטיסעמיטיזם!.. און מיר האפן אז ער וועט ווערן געברענגט צו גערעכטיגקייט.
נאר אויסצושמועסן אז ווען א חרדישע זשורנאליסט זאגט אזא געמיינע זאך ברענגט עס ארויף ביי די אידן וואס זענען דערווייל ליידער רחוק פון תורה און מצוות גאר א סאך העיט און זייט אן גרויסע חרבנות פאר די פרומע ערליכע אידן אין ארצנו הקדושה.
 
הייסט אויב ביסטע א סאטמארע אדער אנטי-ציוני באקומסטע א טיטל ר'...

כ'זעה נישט וואס ס'איז דא צו מאריך זיין
דער איז אן עקסטרים לינקע דזשורנאליסט
לא רואה אף אחד ממטר

ס'איז א בחינה פון המטרה מקדש את האמצעים, ער האט זיין לינקע אזשענדע, און ער גייט דאס פראמאטן נישט קיין חילוק וואס,
איי די פאקטן מאכן נישט קיין סענס/נישט אמת? הו קעירס
 
"ר' ישראל פריי" דערמאנט מיך פון "הקדוש דע האן". ביי מענטשן וואס זייער גאנצע וועלט דרייט זיך משום מה ארום ציונות באקומט מען די חשיבות לויט די ציונות פאקטאר, נישט קיין חילוק צו מען איז א שטערבליך קראנקער עטענשאן זוכער צו א צווייפלהאפטיגע האמאסעקשועל
 
ישראל פריי איז א וויסטע שונא ישראל, לעצטנס נאך וואס פינף סאלדאטן זענען געהרג'עט געווארן אין עזה האט ער געטוויט "העולם טוב יותר הבוקר, ללא חמשה צעירים שהשתתפו באחד הפשעים האכזריים נגד האנושות" (די וועלט איז בעסער היינט, אן די פינף יונגע סאלדאטן, וואס נעמען אנטייל אין די אכזריות'דיגע עבירות אקעגן די מענטשהייט).

ער האט אנגערופן א טעראריסט וואס האט גע'רצח'ט א סאלדאט "גיבור הזכאי למדליה" (א היראו וואס קומט זיך א מעדאל).
ער איז א שמוציגער אינג וואס חוץ זיך פרייען ווען אידן שטארבן האט ער נישט קיין שום שיטה, ער איז נישט קיין אנטי-ציוני, ער האט פשוט פיינט אידן און ער איז חשוד אויף צו מאכן טעראר אטאקעס, און פאר דעם האט מען איינגעשפארט, צו אויספארשן ווי מען האלט מיט עם.
 
שמייכל, איך זעה האסט שוין גענדיגט דאווענען, זאכן ווערן שוין געדיט,

איין פיצי טובה, פאר די ריספאנדס צום עולם, מאך א לחיים.. איך בעיט דיך..
 
1752158428475.png


די 5 נצח יהודא צהלניקעס וואס מ'ווייסט זיי זענען יא טויט, די אנדערע טויטע באהאלטן די ציונים פון די וועלט איבער זייער טויט. ווייל זיי שעמען זיך פון די נצחונות פון כאמאס איבער זיי.

ווען נישט ישרא' פריי וואלטן מיר ניטאמאל געוויסט פון דעם מעכטיגן מפלה וואס די ציונים האבן ליידער געכאפט די וואך.

נצח יהודא איז א פרומער סעמיי חרדישער פלוגה, עס איז אמאל געווען דער נחל החרדי זיי האבן געטוישט די נאמען ווייל צופיל חברה דארטן זענען געווארן אוי. טי. די. אפגעפארן פון אידישן וועג ווען זיי האבן געזשוינט די איי.די.עף., עס איז דא דארטן בעיקר היינט צוטאגס יוצאים פון ספרדישע ישיבהישע משפחות.

View: https://x.com/SilentlySirs/status/1942642288447951076


ליידער ליידער זענען נאך זייער אסאך פון די נצח יהודא באטאליאן שווער פארוואונדעט געווארן, נאר ווי געשריבן אויבן, האט ארץ ישרא' די ארגסטע 'צענזור' אין די וועלט און אין היסטאריע. מילא ווייסט מען נישט פונקטליך וויפל נאך זענען שטרעבליך פארוואונדעט, און גוססן איצט אפ אין שפיטעלער ה''י.

עס איז א גרויסער צרה ווען אידן ווערן געשעדיגט און געהארגעט, סאטמאר רבי דער ויוא' משה זי''ע איז געווען אן אונגערישער גדול, מילא האט ער יא געוויינט אויפ'ן יעדן ציוני טויט. אבער ר' ישרא' פריי איז נישט קיין סאטמערער חסיד נאר א גורער פוילישער אפשטאמיגער, וואס מיט דעם הינזיכט איז ער ווי הרב דאמב זצ''ל א פוילישער קנאי. אויך א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין וואס האט געוואוינט אין לאנדאן, און געשיקט זיינע קינדער קיין סאטמאר לערנען. - זיי פרייען זיך יא ווען רשעים שטארבן.

עס איז כדי צו דערמאנען אז 'נחל חרדי' איז געגרינדעט געווארן דורך וויזיניץ, דער איידעם פון 'אמרי חיים', הרב ערענסטער ז''ל, עס האט זיך קיינמאל נישט געהעריג אויסגעארבייט, דהיינו, עס איז געבליבן בלויז פאר נושרים, נישט פאר מעין סטריעם חסידים.
 
לעצט רעדאגירט:
דער ישראל פריי , זעהט אויס ציזיין א זשורנאליסט מיט אן אגענדע פאר טובת
עצמו , און איז גרייט צישרייבן ,און אויסדרוקן
פרייד ושמחה ,ווען יידן ווערן גיהארגעט ,
בקיצור - אן עוכר ישראל- און עס איז דא אזעלכע
טיפשים וואס לעקן זיך מיט זיינע ווערטער
כאילו ער איז דער וואס האט אהנגיזעהן דעם
אמת , און לאורו נסע ונלך ,
איי ! עס איז דאך לא אלמן ישראל , אונז האבמיר
מנהיגים , מרביצי תורה , בעלי מחשבה ,
זקנים וישישים פון וועם מקבל ציזיין
איז דא מאנכע וואס ווערן נתפעל פון א
שרייבערל , וואס איז רבשקה און שבנא
צאמגעוויקלט.
 
נאר אביסעלע מקרב זיין אל השכל ווער דער ישראל פריי איז, צויי קליינע אנקדאטן:
1 ער האט נאך אוקטובר דעם זיבענטע געזאגט קדיש פאר די אומגעקומענע פושעים חיות מטורפים בלוטדארשטיגע מחבלים (כן ירבו בעזרת השם יתברך!!) מיטן אויסרייד אז מען האט זיי אומשולדיג געשחטן.
2 דער אינג איז ווייט פון א פרומער ער הוט נישט שומר נגיעה (וואס אגב זענען דא "מסורתיים" וואס איז פילפאכיג וויניגער פרום ווי א "חרדי" וואס הוטן) סאיז דא בילדער ווי ער קושט האלב נאקעדיגע - און ווי ער רופט זיי או.טי.די.- מיידלעך...
דער אינג האט נישט קיין שום מהלך און וויזיע וכל שכן נישט קיין מורה הוראה וואס בעקט אים אדער וואס ער רעדט זיך אדורעך מיט, ער גייט נאר מיטן לבוש פון א חרדי און די צייט וואס און קאפ און אין הארץ איז ער א מחבל מיט א געמיינע פאלעסטינער.
 
ר' ישרא' פריי ממקורו א גורער חסיד, אבער היינט מער ווי ר' שמוא' אויבערבאך'ס תלמידים, דהיינו, ער איז נישט קיין סאטמערער עדה החרדית ירושלמי קנאי, אבער האט זיך דערקלערט אלץ אנטי איזראעלישער זשורנאליסט און בעל דעה זאגער, ער איז נישט קעגן די ציונים מכוח די סאטמארע קנאות, פון שלוש שבועות חמורות ווי עס איז מבואר אין חז''ל און היינט צוטאגס מסביר געווען להלכה דורך כ''ק אדמו''ר רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר הויא' משה זי''ע, נאר מכוח שכל, ''קאמאן סענס'', ער זעהט איין אז ארץ ישרא' האט נישט קיין שום חשבון מיט'ן ''פייטן'', די אראבער נאר דורך זיי ארויסשטופן פון לאנד. און דאס זאגט ער איז כנגד אנושית מילא איז דאס אויך נגד התורה וחסידות פון זיין גורער אפשטאם.
בקיצור, ער האלט קלאר אז בעצם מעגן אידן מאכן א אייגען לאנד, נאר מ'האט עס פשוט נישט גוט אויסגערעכנט, אבער אויב וואלט עס יא גוט געשטימט, וואלט ער געהאלטן פון דעם

דהיינו, לויט ווי די רבי ז''ל פון סאטמאר איז מבאר אין ויואל משה איז ער עכ''פ במחשבה עובר אויף מינות!
ער איז עובר אויף די שלש שבועות החמירות, און האלט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם פון מאכן א מדינה כהיום!
ער האט נישט קיין שום פראבלעם מיט פעולות הציונים מצד התורה, נאר שכל'דיג האלט ער נישט פון דעם!

און דו @שמייכעל האלטסט פון אים?!
דו שטיצט אזעלכע ציונים וכופרים?!

וויי וויי, אז אונז האלטן דא ביי אזא מצב, אז א סאטמארע חסיד, וואס נעמט זיך כסדר אהן פאר די שיטה הקדושה פון די הייליגע רבי ז''ל און זיין הייליג ספר ויואל משה, זאל מחמת פאליטישע אגענדעס, אויסלויבן א פראסטע ציוני!
איינער וואס האלט במחשבה אז מ'מעג עובר זיין אויף די שלש שבועות החמירות!
 
נאר אביסעלע מקרב זיין אל השכל ווער דער ישראל פריי איז, צויי קליינע אנקדאטן:
1 ער האט נאך אוקטובר דעם זיבענטע געזאגט קדיש פאר די אומגעקומענע פושעים חיות מטורפים בלוטדארשטיגע מחבלים (כן ירבו בעזרת השם יתברך!!) מיטן אויסרייד אז מען האט זיי אומשולדיג געשחטן.
2 דער אינג איז ווייט פון א פרומער ער הוט נישט שומר נגיעה (וואס אגב זענען דא "מסורתיים" וואס איז פילפאכיג וויניגער פרום ווי א "חרדי" וואס הוטן) סאיז דא בילדער ווי ער קושט האלב נאקעדיגע - און ווי ער רופט זיי או.טי.די.- מיידלעך...
דער אינג האט נישט קיין שום מהלך און וויזיע וכל שכן נישט קיין מורה הוראה וואס בעקט אים אדער וואס ער רעדט זיך אדורעך מיט, ער גייט נאר מיטן לבוש פון א חרדי און די צייט וואס און קאפ און אין הארץ איז ער א מחבל מיט א געמיינע פאלעסטינער.
נו
איז ער דאך סימילער צי די אזוי גירופענע
נטורי קרתא , וואס קישען די איראנער זכרים
די האבן ליב זכרים און ער נקבות
תיפח רוחם
 
ווען נישט ישרא' פריי וואלטן מיר ניטאמאל געוויסט פון דעם מעכטיגן מפלה וואס די ציונים האבן ליידער געכאפט די וואך.
אויב אזא מפלה הייסט מעכטיג, ווען ס''ה זענען ליידער עטליכע סאלדאטן גע'הרג'ט געווארן הי''ד

וויאזוי רופט מען אהן די מפלות פון חאמאס און חיזבאלא?
ווען טויזענטע פון זייערע סאלדאטן זענען געפאלן כ''י
און אלע זייערע הויפט פירערס און הויפט גענעראלן ימ''ש זענען ב''ה גע'הרג'ט געווארן?

אויב 5 סאלדאטן הייסט שוין א מעכטיגע מפלה, וויאזוי רופט מען אהן אזא מפלה?
 
מען דארף וויסען , אז א מלחמה אז עס זאל זיין
״ולא נפקד ממנו איש״ איז נישט גיוועהן , מימות
משה , במלחמת מדין , אין יעדע מלחמה איז דא
קרבנות , ביי די מלחמות חנוכה , פון די חשמונאים איז אויך גיוועהן הרוגים
אזוי ווי עס באשריבן אין די דריי ספרי מכבי,
אבער מען איז עס מזכיר אין על הניסים
רבים ביד מעטים , טמאים ביד טהורים
רשעים ביד צדיקים
יידן ווערן אהנגירופען טהורים , צדיקים ,
לגבי די גוים העומדים עלינו לכלותנו
כדוגמא ווי עס איז גיוועהן בולט באספקלריה
מאירה די ישועות ה׳ , מיט מפלת פרס , צמוד
לנפילת חמס, לבנון, סוריא ואגפיה,בימינו
כן יאבדו כל אויבי ה׳ .
 
און דו @שמייכעל האלטסט פון אים?!
דו שטיצט אזעלכע ציונים וכופרים?!

וויי וויי, אז אונז האלטן דא ביי אזא מצב, אז א סאטמארע חסיד, וואס נעמט זיך כסדר אהן פאר די שיטה הקדושה פון די הייליגע רבי ז''ל און זיין הייליג ספר ויואל משה, זאל מחמת פאליטישע אגענדעס, אויסלויבן א פראסטע ציוני!
איינער וואס האלט במחשבה אז מ'מעג עובר זיין אויף די שלש שבועות החמירות!
מיין שונא'ס שונא איז מיין פריינט זאגט מען
שיין קוקט מען אויס...
 
קודם כל @שמייכעל דו האסט א געזונטע שפראך! ס'געשמאק צו ליינען (ווען ס'איז נישטא קיין פערזענליכע שטעכערייען וכו').
צווייטנס, דו טרייבסט אביסל איבער, איבער די צענזור אין ישראל, מ'ווייסט געווענליך יא פונקטליך וויפיל חיילים זענען געהרג'עט געווארן, און וויפיל פארוואונדעט. אין די מעשה וואס דו שרייבסט, זענען פינעף געהרג'ט געווארן רח"ל, און 14 פארוואונדעט.

וועגן ישראל פריי, דארף מען וויסן, אז ער איז גאר א עקסטרעמער לינקער, און אפילו עקסטרעמע לינקע האבן פארדאמט און זיך גערעגט אויף זיין נארישן עקלדיגן טוויט פון די וואך. און בכלל זענען זיי נישט מיט אים אויף איין פעידזש.
אבער אים אינגאצן אוועקצומאכן? איך פאלאו אים שוין א שטיק צייט. ער ווייסט וואס ער רעדט, ער געבט זיך אוועק פאר זיין (פארדרייטע) אידיאלאגיע טאג און נאכט. ווען ער וואלט געארבעט פארן אייבערשטן וואלט מען דאס גערופן 'מסירת נפש', אזוי ווי יעצט ווען ער גייט אין תפיסה, און נאך אסאך מאל. זיך צוקריגט מיט זיין גאנצע משפחה און חברים.
איך פארשטיי אז ביים היימישן ציבור איז עס שווער אראפצושלינגען, אבער מ'דארף אויך קענען פארדייען אזעלכע קוריאזע מענטשן, און ווען ער זאגט א גוטע פוינט, דארף מען וויסן עס אנצונעמען.

און בכלל דארף מען געדענקען אז איינשפארן עיתונאים, ווייל זיי שטימען נישט מיט דיין אג'ענדא, איז גאר א סליפערי ראוד. וה"י.
 
לעצט רעדאגירט:
"ר' ישראל פריי" דערמאנט מיך פון "הקדוש? דע האן". ביי מענטשן וואס זייער גאנצע וועלט דרייט זיך משום מה ארום ציונות באקומט מען די חשיבות לויט די ציונות פאקטאר נישט קיין חילוק צו מען איז א שטערבליך קראנקע עטענשאן זוכער צו א צווייפלהאפטיגע האמאסעקשועל
העי האסט מיך אויסגעכאפט!
 
"ר' ישראל פריי" דערמאנט מיך פון "הקדוש דע האן". ביי מענטשן וואס זייער גאנצע וועלט דרייט זיך משום מה ארום ציונות באקומט מען די חשיבות לויט די ציונות פאקטאר נישט קיין חילוק צו מען איז א שטערבליך קראנקע עטענשאן זוכער צו א צווייפלהאפטיגע האמאסעקשועל
איי קענט בעליוו דיס...😮, בעסער געזאגט, איך קען יא...

דעי דר. דעהאן, וואס איך בין אויפגעוואקסן אלע יארן אז ער איז די בעל מסירת נפש פון די 20 סענטרי, וואס שמואל שלמה טעללער (וואס פארשלייערט אויך זיין פאליטישע שנאה צי מ"י אינטער די נאמען סאטמער, אזוי ווי @שמייכעל) האט יעצט געהאט א גאנצע ארטיקל לכבוד זיין יארצייט, מיט טיטלען, "קדוש וטהור"
ווער איך יעצט געוואר אז דער דר. דעהאן איז געווען אפענלי געי?!?!? אין דעי זעלבע מענטשן וואס דעהאן איז ביי זיי א "קדוש וטהור" פארלירן נאכט שלאף אויף די גזירת לימודי חול?!?

איך האב א עצה, סטאפטס די פייט, די מנהלים פון די מוסדות זאלן זיך אראפזעצן מיט די נייע מעיהער מאמדאני, אז מ'קען אריינלייגן אין די קאריקילעם וועגן LGBT, מ'זאל נאר צילייגן אז מ'דארף אויך זיין קעגן די מדינה, אין שלום על ישראל, ניין?
 
Back
Top