ר' ישראל מאזעס

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
1,205
רעאקציע ראטע
11,062
פונקטן
1,943
שוין צייט צו עפענען א שנירל פאר קליפס פון ר' ישראל מאזעס

כ'גיי נישט אריינגיין אין די קטנותדיגע גדלות אז ער שלאפט ווייניג און עסט ווייניג. כ'רעד פון איין זאך ווי ער גייט מיט זיין אמת און וויל געבן.

א גאלדענער הארץ, העלפט אסאך אלמנות מיט יתומים, קאללעקט געלט פאר זיי. פראבירט צו דערפרייען יעדער איד וואס קומט זיין וועג. מענטשן פיהלן באקוועם זיך צו דורכרעדן מיט אים זייערע פריוואטע שוועריגקייטן ווייל מ'זעט אז ער דשאדשד נישט און קוקט מיט א בליק פונעם נשמה. (אין א גשמיותדיגער שפראך, ער איז דאך סייווי א משוגענער...)

מענטשן וואס קומען נישט ארויס פון בעט פאר חדשים וועלן ארויסקומען צו דשוינען זיין שבת ווען ער קומט אין אמעריקע.

ווען ער טרעפט זיך אהן אין א שטייפקייט פון איינער וואס דארף נישט קיין ליבשאפט זעהט ער אז דו דארפסט עס נאך אסאך מער.

זאל ער זיין געבענשט צו קענען ווייטער דערפרייען אידן און שיינען זיין ליכטיגקייט פאר א יעדעם. אמן!

ויהי רצון אונז זאלן שעצן די גוטע אידן וואס געבן זייער הארץ, שטייצעך ס'איז געשמאק און מ'לאכט, אבער מ'זאל אויך דורכזעהן זיין ברענענדיגער נשמה וואס פלאקערט פארן באשעפער!
-
כ'הייב אהן מיט איין דא און מ'איז מכובד ארויפצולייגן ווען מ'טרעפט זיך אהן אין א גוטס צו שעירן א שמייכל מיט נאך ברודערס
View: https://youtu.be/1X7tGDOWjlY
 
ווי קען מען וויסן ווען ער מאכט א שבת
 
כ'מיין כ'האב אויך געהערט דעם נוסח
(ניגון כ'דארף נישט דיין בעקטישע)
🎶 איך דארף נישט דיין קעטאמין איך דארף נישט דיין מאושרומס, דער עיקר וואס איך דארף איז דיר
 
ער איז אן אייניקל פון די אמאליגע וויזניצער חבר הכנסת מאזאס.

געדענק איך די גוטע צייטן אין ארץ ישראל אלס בחור ווי ער פלעגט אנפירן א גרופע. (איי, עפעס א גוטע זאפטיגע נאמען האט עס געהאט, ווער קען מיר דערמאנען? עפעס בערך ששון ושמחה, אדער ואמונתך בלילות) וואס פלעגט יעדע נאכט פארן צו קברים אין די געפארפולסטע פלעצער אין די אראבישע שטחים.
 
מנוחה ושמחה = מנוחה ביום ושמחה בלילה...
 
ער איז אן אייניקל פון די אמאליגע וויזניצער חבר הכנסת מאזאס.

געדענק איך די גוטע צייטן אין ארץ ישראל אלס בחור ווי ער פלעגט אנפירן א גרופע. (איי, עפעס א גוטע זאפטיגע נאמען האט עס געהאט, ווער קען מיר דערמאנען? עפעס בערך ששון ושמחה, אדער ואמונתך בלילות) וואס פלעגט יעדע נאכט פארן צו קברים אין די געפארפולסטע פלעצער אין די אראבישע שטחים.
לויט ווי מען זעהט אויף יוטיוב פארקויפט ער נישט קיין עמקות אדער ראציונילזם, ער רעדט און ער פאהרט מענין לענין באותו ענין פון זיין בשמחה ובטוב לבב מיט אן אופן פון נישט מיושב׳דיג נאר אזוי פון צומישעניש מיט ווינציג מחשבה און מער מיט די איידיע -איי דאונט גיוו עי דעמם- ער זאגט אז דאס איז דרך הישר והטוב,עס איז דא א מימרא און אין העולם מתקיים אלא במי שמשים עצמו כבהמה
פונדעסטוועגן דארף מען דאך נישט זיין א בהמה ,
כבהמה ולא בהמה .
 
ר' ישראל איז געוואלדיג!!! אזוי ווי @שעפטאל האט געשריבן ער טוט אויף א געוואלד, צו זיינע דרשות זענען טיף אדער נישט איז נישט עכט נוגע דא, ער גיבט זיך אוועק בלב ובנפש צו ראטעווען און העלפן צופליקטע נפשות, ער איז משמח און מחזק ווער עס געפינט זיך נאר אין זיין ד' אמות,
כן ירבו בישראל אנשים כמוהו!!
 
כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו
אשרי חלקו .
 
Back
Top