ארבע מינים

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
245
רעאקציע ראטע
843
פונקטן
123
וויפיל צאלט איר פאר א סעט ארבע מינים?
זענט איר מקפיד צו קומען אין בעסמעדרעש מיט א מכובדיגע סעט כמנהג בעלבתים חשובים?
אדער ווי די פשוטע המון עם?
 
וויפיל צאלט איר פאר א סעט ארבע מינים?
זענט איר מקפיד צו קומען אין בעסמעדרעש מיט א מכובדיגע סעט כמנהג בעלבתים חשובים?
אדער ווי די פשוטע המון עם?
ווי פשוטע המון עם
די מערסטע וואס איך צאל איז בערך זיבעציג דאללאר אלעס אריינגערעכנט אפילו די קוישעלעך און דאס איז שוין אסאך, עכט וואלט איך געוואלט צאלן נישט מער פון פינף און צוואנציג פאר אלעם.
און דאס איז נישט ווייל כ'קען נישט שפענדן מער נאר אין פרינציפ, ווייל נישט דאס רעפרעזענטירט די ד' מינים אז דער עושר וואס דרייווט ארום דעם עסקעלעיד מיט'ן ארעמאן וואס דרייווט אן אלטן טו טאוזענט ענד וואן סיענע וואס האט נישט, זאל שפענדן פאר ד' מינים אין דער וועלט אריין מיט'ן תירוץ אז ס'איז א מצוה. ציצית איז אויך א מצות עשה און וויפיל ספענד דארט דער עושר? ס'געווארן מער אזא קאלטוראלע זאך ווי א שטריימל
 
איך פראביר מיר צו פארבעסערן אינעם 'הידור מצוה עד שליש' - נאך וואס א ציטרוס פרוכט קומט נישט צו קאסטן מער ווי געציילטע דאלאר מאקסימום.. דערפאר שפענד איך יעדעס יאר אביסל ווייניגער ווי די יאר פריער.

שמחת יו''ט, בשר ויין, בגדי צבעונים, וואס זענען דאורייתות, דארט פראבירט מען מוסיף צו זיין כברכת ה''א אשר נתן לך.
 
איך קויף נישט קיין ד' מינים דעם יאר.
נישטא קיין שום ענין צו האבן אייגענע ד' מינים
כ'שטעל אפ א איד אין גאס (און כ'בין קונה דעם ערשטן טאג, ס'זאל זיין לכם).

$300 קען איך שפענדן און אסאך שיינע וועגן און הנאה האבן פון די געלט וואס דער באשעפער געט מיר אנשטאט פון עס שפענדן אויף צו זיין ווי יעדעם.
 
איך האב געצאלט 35 פונט דאס יאר, הכול בכול, קײשעלעך און רינגלעך אינקלודעט; דאס איז נאנט צו $50. פאראיארן געדענק איך אז ס'האט געקאסט £25 אבער װאס זאל מען טוהן, די פרײזן פון די זילבערנע אתרוג פישקעס הײבן זיך.
 
לעצט רעדאגירט:
צייט איז געלט, איך ווייס נישט וואס מען דארף קוקן, איך האב א משפחה מיינע א סוחר, איך לאז עם ארבייטן פאר מיר, ער קלויבט עס און איך צאל $250
 
איך קום צום אתרוג סוחר. איך קוק אױף דעם אתרוג, האלטענדיג עס אין האנט, בערך 2 מיט א האלב - 3 טפחים אװעק פון די אױגן. אױב זעהט עס אױס שײן איז עס כשר לפי דעתי. ס'גײט מיך נישט אָן װעגן א קלײנטשיג פינטל העכערן נאז, אונטערן נאז. בלאט פלעקן, דאס האב איך נישט ליב. קלײנטשיגע שװארצע פינטלעך װאס מען קען נאר זעהן װען מען שטופט דעם פיטום ארײן אין די אױגן אדער נאר װען מען קוקט אױפ'ן אתרוג דורך א דימאנטן שלײפער'ס לוּפּ הײסן בײ מיר נישט א פסול.
 
ס'האט מיר פארציילט א חשובע איד א ת"ח און אויך א ביזנעס מאן, איז עם אויסגעקומען איין יאר סוכות צו זיין אין די מרחקים, אין א לאנד וואו ס'וואוינען נישט צופיל אידן, איז ער געגאנגן צום מארקעט ערב יו"ט און זיך איינגעהאנדעלט א שיינעם אתרוג, קומענדיג אין שול דעם ערשטן טאג יו"ט האט ער געוויזן זיין אתרוג פאר זיינע חברים און געזאגט אז ס'האט עם געקאסט גאנצע פינף אמעריקאנער דאללער, האבן זיך זיינע חברים צולאכט און עם געזאגט אז דארט ביי וועם דו האסט איינגעהאנדעלט דעם אתרוג האבן דיך אפגעריפּט! פינף דאללער?! א אתרוג ברויך קאסטן נישט מער פון א דאללער מערסטענס!
 
30$ פאר א אתרוג אויף LEE AVE ליל ערב סוכות
איך פאר סיי ווי אוועק אויף יו"ט סוי איך דארף מיר נישט SHOWOFF'ן
 
איך קויף נישט קיין ד' מינים דעם יאר.
נישטא קיין שום ענין צו האבן אייגענע ד' מינים
כ'שטעל אפ א איד אין גאס (און כ'בין קונה דעם ערשטן טאג, ס'זאל זיין לכם).

$300 קען איך שפענדן און אסאך שיינע וועגן און הנאה האבן פון די געלט וואס דער באשעפער געט מיר אנשטאט פון עס שפענדן אויף צו זיין ווי יעדעם.
און וואס טוסטו מיט די נענועים פון הלל?
 
איך וויל פארשטיין איין זאך, פארוואס ווען די אתרוג סוחר זאגט פאר איינעם אז די לולב האט א "קנעפל" הויבט ער די פרייז מיט לפּחות א שליש? וואס מיינט א "קנעפל"אויף א לולב בכלל?
און פארוואס ווערט עס דאן פילפאכיג טייערער ווייל עס הערט זיך בעסטער??
און ער קען קומען אין בית מדרש זאגן אז ער האט א לולב מיט א "קנעפל"?!!?
גיי ווייס א באנדע סאקערס...

זייט קלוג, מ'צאלט מעקס א נישטיגע 70 טאלער א סעט און געגאנגען וואטער...
אויב ס'ברענט דיר הידור מצוה קענסטו קויפן ציצית מנפוץ לשמה א גאנץ יאר..
 
איך צאל יא אסאך אבער סאיז בבחינת צדקה בדרך כבוד
 
איך קויף נישט קיין ד' מינים דעם יאר.
נישטא קיין שום ענין צו האבן אייגענע ד' מינים
כ'בעט מיין מאן זאל מיר בארגען זיינע (און כ'בין קונה דעם ערשטן טאג, ס'זאל זיין לכם).

$300 קען איך שפענדן און אסאך שיינע וועגן און הנאה האבן פון די געלט וואס דער באשעפער געט מיר אנשטאט פון עס שפענדן אויף צו זיין ווי יעדעם.
כ'האב א געפיל אז ביסט נישט קיין מאן...
 
Back
Top