ערנסקייט שאצונג - חברי כנסת ישראלי 25'

א דזשוק איז מיר אריין אין קאפ, צו אפשרייבן מיינע 'ערנסקייט' אפשאצונגען איבער די חברי כנסת הישראלי.

די 'ערנסקייט' פון וואס איך רעד, נעמט אריין צוויי עיקר קריטעריעס.
א. די ערשטע קריטעריע, איז ווי וויכטיג די לאנד איז פאר זיי, קעגן זייער פערזענליכע אדער פארטייאישע טובה.
ס'זענען טאקע דא ווייניג מענטשן וואס מ'קען זאגן אויף זיי, אז זיי וועלן אינגאנצן בעפארצוגן די לאנד, איבער זייער פערזענליכע טובה (דאס נעמט א ודאי אויך אריין, לייגן די מדינה העכער א אייגענע שאדן), ובפרט צווישן פאליטיקאנטן. אבער יעדער פארשטייט, אז א נבחר ציבור דארף שטעלן די לאנד אויף דער ערשטער פלאץ – לפחות אין די ערשטע צען מחשבות – און נאר דערנאך זיין אייגענע אדער פארטייאישע טובה.
סאו די ערשטע קריטעריע איז ווען קומט זיין פערזענליכע טובה? איז עס זיין ערשטע מחשבה, צווייטע, אדער נאר די צענטע?

ב. די צווייטע קריטעריע, איז ווי ערנסט זיינע סטעיטמענטס זענען, און וויפיל ער מיינט די טובה פון די לאנד מיט זיינע סטעיטמענטס.
דאס מיינט, ווען א פאליטיקאנט זאגט א סטעיטמענט, קען ער מיינען 100% זיינע ווערטער וואס ער זאגט, אדער ער קען מיינען 100% עפעס אנדערש, און ער דרייט דיר נאר דא א קאפ. און פארשטייט זיך, עס קען זיין 25%, 75%, אדער עפעס אינצווישן.
צווייטנס, ס'קען זיין א פאליטיקאנט וואס זאגט טאקע 100% וואס ער האלט, אבער כאטש ער רעדט כאילו ער מיינט די טובה פון די לאנד, מיינט ער באמת גאר עפעס אנדערש (צו אייגענע פאליטישע טובה, צו פאליטישע אגענדעס וכדו').

בקיצור: ווען איך שאץ אפ א פאליטיקאנט, וועל איך קוקן ווי וויכטיג די לאנד איז פאר אים. און ווי ערליך ער מיינט עס ווען ער רעדט פון די מדינה.

פארשטייט זיך אז ווען כ'שרייב 100% מיינט עס נישט פשוטו כמשמעו, ס'שווער צו טרעפן א פאליטיקאנט איבער די וועלט וואס מ'קען אים געבן א 100% צייכן (אויסער אפשר מוסי רז). 100% מיינט די נענסטע צו שלימות וואס מ'קען פאדערן פון א פאליטיקאנט. פון 90% און העכער.
אזוי אויך, ווען איך שרייב 100% מיינט עס נישט אז איך בין מסכים מיט זיינע השקפות און ווערטער, כמובן.

גילוי נאות א': איך בין מער גענויגט צו לינקס, ווי די קרעמלער ווייסן שוין מסתמא.
גילוי נאות ב': מיין אפשאצונג איז נישט קיין אקאדעמישע אפשאצונג, אויסהערנדיג שמועסן און אינטערוויא'ס וכדו' כדי אפצולערנען דעם מענטש. נאר ס'קומט בהשקפה ראשונה, מיין איינדרוק נאכן הערן און זעהן במשך די יארן, שמועסן פון דעם מענטש, ארטיקלען בעד און קעגן וכדו'.
א פאליטיקאנט וואס איך קען אים קוים (כמעט נישט געהערט, געליינט וכו'), אדער כ'האב נישט קיין אפגעמאכטע מיינונג, האב איך בכלל נישט אריינגעלייגט אין די ליסטע.

פארשטייט זיך אז יעדער קען מוסיף זיין, קריטקירן אדער אראפנעמען. ויגדיל תורה ויאדיר.

מפלגת הליכוד
נאמען%טיטל
ביבי נתניהו0 (אפשר אפילו מיינוס אדער צוויי...)ראש ממשלה
יולי אדלשטיין35יו"ר ועדת חוץ ובטחון (ארבעט איבער די חוק הגיוס)
אמיר אוחנה0יו"ר הכנסת
דוד ביטן0יו"ר ועדת הכלכלה
יואב גלנט45מלפנים שר הבטחון
יריב לוין100שר המשפטים
ישראל כץ0שר הבטחון
מאי גולן0השרה לשוויון חברתי וקידום מעמד האישה
אביחי בוארון, טלי גוטליב, גלית דיסטל אטבריאן, ניסים ואטורי, חנוך מילביצקי, בועז ביסמוט, אריאל קלנר0חברי כנסת
משה סעדה30חבר כנסת
שלמה קרעי0שר התקשורת
עמיחי שיקלי10שר התפוצות והמאבק באנטישמיות
עידית סילמן0שרה להגנת הסביבה

מפלגת ש"ס
אריה דרעי0יו"ר ש"ס, חבר כנסת

מפלגת יהדות התורה (אגודה ודגל)
משה גפני100יו"ר ועדת הכספים (דגל)
יצחק גולדקנופף0שר השיכון (אגודה)
מאיר פרוש0שר ירושלים ומסורת (אגודה)
ישראל אייכלער0יו"ר ועדת העבודה והרווחה (אגודה)

מפלגת ציונות דתית
בצלאל סמוטריץ'0שר האוצר
שמחה רוטמן40יו"ר ועדת חוקה ומשפט
אורית סטרוק100שרת ההתיישבות
צבי סוכות15חבר כנסת
אופיר סופר50שר העלייה והקליטה

מפלגת עוצמה יהודית
איתמר בן גביר0שר ביטחון לאומי
לימור סון הר מלך100חברת כנסת
יצחק וסרלאוף0שר הנגב והגליל והחוסן הלאומי
עמיחי אליהו0שר המורשת

מפלגת הימין הממלכתי
גדעון סער0שר החוץ
זאב אלקין0 (פלעגט זיין קרוב צו 100, אבער לעצטנס, א רונדעכיגע אפס)שר במשרד האוצר
שרן השכל0סגנית שר החוץ

מפלגת נועם
אבי מעוז100מ. סגן שר במשרד ראה"מ

מפלגת יש עתיד
יאיר לפיד35יו"ר המפלגה
ולדימיר בליאק100
קארין אלהרר50
נאור שירי15
עידן רול0פרש מיש עתיד

מפלגת המחנה הממלכתי
בני גנץ100יו"ר המפלגה
גדי אייזנקוט100
חילי טרופר, מתן כהנא65

מפלגת ישראל ביתנו
אביגדור ליברמן30יו"ר המפלגה

מפלגת העבודה
יאיר גולן100יו"ר המפלגה (אינו בכנסת)
נעמה לזימי100
גלעד קריב65

מפלגת רע"ם
מנסור עבאס100יו"ר המפלגה
 
ס'איז שטארק כדאי צו זעהן די אלטע איזרעילי טיווי שאו, "פולישוק" דארט קען מען זעהן וויאזוי א פאליטישאנס לעבן קוקט אויס, ס'איז גאר פאני.
 
לעצט רעדאגירט:
בקיצור, דו זאגסט קלאר אז זיי זענען נישט קיין חסידים פון די מדינה, און פון זייער זייט זאלן די אראבערס צירוק נעמען...
סא אין מיין אפשאצונג כלפי זייער ערנסקייט אין די תחום פון זיין א חבר הכנסת איז 0
ווייל זיי זיכן בכלל נישט אז ס'זאל זיין א מדינה, וא''כ גייט זיי בכלל נישט אהן די מדינה'ס אינטערסן
ווען איך זאג אז די לינקע זענען נישט אזעלכע גרויסע חסידים פאר א"י. מיין איך צו זאגן, אז זיי זענען פאטריאטן פאר איזראעל, פונקט ווי אמעריקאנער איינוואוינער זענען פאטריאטן פאר אמעריקע, און ענגלישע איינוואוינער וכו'. זיי האבן אבער נישט די תוספת קדושה, וואס די רעכטע ציונים האבן אריינגעלייגט אין ישראל - די חלק פון ארץ ישראל, אז ס'איז אן הייליגע לאנד, און ג-ט האט דאס אונז צוגעזאגט וכו'. פונקט אזוי ווי די אמעריקאנער האבן נישט די חלומות, און נישט די ענגלישע.
ווען ס'ווערט א מלחמת דת - אין אנדערע ווערטער א דזשיהאד גלויבונג, דעמאלטס איז צרות ווי א בארג, כמובן.


@הורקנוס כ'זעה מער ווייניגער ביזסטו מיט מיר. אגב יולי אדלשטיין האב איך געגעבן 35. פארוואס סטרוק 20? און פארוואס טרופר און כהנא 100?


@כספי דיין חשבון איז נישט קאהערענט. דו גיבסט יאיר גולן א הונדערטער ווייל ער כלשונך איז "אן ערנסטער מענטש וואס איז געווען א סגן רמטכ"ל און זיינע שיטות זענען לדעתו לטובת די מדינה"- לייג אין א זייט אז לדעתי איז די מיליטעריסטישע קרייטעריע נישט די ריכטיגע ווייל די גענעראלן זיינען די זעלבע חדלי אישים פון פאליטישענס און די מיטאס פון "ער האט מקריב זיינע יארן צו דינען די מדינה" איז גוט אויף א חייל גולני וואס צורייסט זיין תחת אין מילואים נישט אויף גענעראלן וואס דאס איז זייערע לעבנס קאריערע מיט א דזשאב מיט א ריזן געהאלט, כבוד און פעטע פענסיעס- לויט דעם איז ביבי נאך אזוי ערנסט ווי גולן. ער איז געוען א מפקד צוות אין סיירת מטכ"ל זיך באטייליגט אין מבצע סבנה און אין נאך געהיימע אקציעס, זיך פארוואונדעט איינמאל און זיך כמעט דעטראנקן אן אנדערע מאל. אפגעהאקט זיינע שטודיעס אין MIT צו קומען מאכן מילואים אין א"י ביי מלחמת יום הכיפורים. ער איז אן אינטעלעקטואל א יודע ספר מיט אן אוועקגעשטעלטע בליק אויף אסאך נושאים. ער קומט פון א פאטריאטישע שטוב איך האב נישט קיין ספק אז לדעתו איז ער דא נאר לטובת המדינה. און ער האט טאקע אסאך דעגרייכונגען געברענגט פאר די מדינה.
ביידע דיינע טענות זענען אמת, סיי אז מיליטערישע קאריערע איז נישט צו א שטארקער ראיה (פאר זיך). און סיי אז ביבי איז א באקרוינטער מיליטערישער וועטעראן.

אבער קודם כל, קיינער ווערט נישט גענעראל פון זיצן אין אפיס, גולן איז ארויפגעקראכן די וועג פון זיין א אינפענטרי סאלדאט, דורך א פאראשוטיסט, וכו'. אבער בעיקר עס ווייזט זיין געשטעל, אלס איינער וואס איז גרייט זיך צו מקריב זיין פאר די לאנד, די זעלבע איז זיין ארומלויפן אין עוטף עזה 7/10, א זאך וואס גאר ווייניג האבן געהאט די גאטס צו טון. און מ'רעדט דא סך הכל פון די לעצטע פאר יאר, גולן איז געווארן אויס סגן רמטכ"ל אין 18'.

ביבי ווי געשריבן האט טאקע גאר א שטארקע מיליטערישע פארגאנגענהייט, אבער נאך ווי א פארגאנגענהייט - מ'רעדט דא פון באלד 50 יאר צוריק, און ס'קלאר אז ער האט גאר אסאך זאכן אויפגעטון פאר די לאנד. אבער די לעצטע פאר יאר איז דער מענטש גאר שטארק אוועקגעפארן, און ער איז גרייט אלעס צו טון אבי נישט צו זיצן אין תפיסה (וכמבואר בדברי זאב אלקין), און מ'זעהט עס קלאר אויף טריט און שריט, אז ער איז גרייט חרוב צו לייגן די לאנד, פאר זיין פעזענליכע טובה. דאס איז חוץ המעשה, וואס ער איז דער טאטע פון אלע טאטעס פון די פאליטיקאנטן וואס דרייען א קאפ. קיין איין ווארט קען מען אים נישט גלייבן. אויב ווייסטו נישט פונדעם, פרעג בצלאל סמוטריץ', ניר ברקת, בני גנץ וכו'. און די אלע וואס ער האט ארומגעדרייט און ארומגעפאפט, אויף אן עקסטרעמען אופן, שוין לאנג נישט דער נארמאלער פאליטיקאנט וואס דרייט אביסל מיט די צונג.
 
ס'איז שטארק כדי צו זעהן די אלטע איזרעילי טיווי שאו, "פולישוק" דארט קען מען זעהן וויאזוי א פאליטישאנס לעבן קוקט אויס, ס'איז גאר פאני.
איך האב אמאל געזען אן אנדערן שאו, שלטון הצללים. אויך גאר גוט, אנפאנג איז עס בעיקר די לעבן פון א פאליטישן, נאכדעם ווערט עס שוין א דראמא.
 
ווען מדנ״י האט אין 2005 איבערגעגעבן עזה פאר כאמאס קעגן די ווילן פון רוב באפעלקערונג, האבן די רעכטע נישט גערופן פאר סרבנות.
דאס צוריקגעבן עזה האט דער רעכטער שרון געטון און ביבי האט למעשה אויך דעמאלטס געשטימט אז מזאל עס טון
 
ווען מדנ״י האט אין 2005 איבערגעגעבן עזה פאר כאמאס קעגן די ווילן פון רוב באפעלקערונג, האבן די רעכטע נישט גערופן פאר סרבנות.
פון וויקיפדיה (און דא רעדט מען נישט פון סרבנות למילואים, אדער אין אנדערע ווערטער הפסקת ההתנדבות. נאר סרבנות לשירות פעיל).

סרבנים בזמן ההתנקות - מעריב

FsAjSxWWAAIag0K.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
פון וויקיפדיה (און דא רעדט מען נישט פון סרבנות למילואים, אדער אין אנדערע ווערטער הפסקת ההתנדבות. נאר סרבנות לשירות פעיל).

סרבנים בזמן ההתנקות - מעריב

View attachment 5149
מען רעדט נישט פון סרבנות פון שירות בכלל מען רעדט פון סירוב פקודה אינגאנצן א צווייטע טערמין
די געזעץ זאגט אז ווען א פקודה איז "בלתי חוקי בעליל" דארף מען מסרב זיין (און מען קען אפילו אנקלאגן פארן יא פאלגן) און לטענתם איז עס אריינגעגאנגען און די קריטעריע
 
איך האב אמאל געזען אן אנדערן שאו, שלטון הצללים. אויך גאר גוט, אנפאנג איז עס בעיקר די לעבן פון א פאליטישן, נאכדעם ווערט עס שוין א דראמא.
איך האב שוין יענץ אויך געזעהן, שלטון הצללים איז א באבע מעשה, און פולישוק איז סאך נענטער צו די מציאות, ס'איז טאקע נישט עכט, אבער ס'שפיגלט סאך מער אפ וויאזוי די פאליטישע אפיסעס קוקן אויס.
 
איך האב איצט געזען די ערשטע צוויי פרקים פון פולישוק. מיר זעט אויס - ביזדערווייל - פונקט פארקערט, פולישוק איז סתם חוזק, שלטון הצללים - עכ"פ אנפאנג, איז גאר שטארק די עבודה הפרלמנטרית וויאזוי ס'גייט וכו'. אויב געדענק איך גוט.
 
סתם להערה בעלמא:

ביידע זייטן אין מדנ״י זענען בכלל נישט אנעסט וואס זיי האלטן באמת.

דהיינו די רעכטע וואלטן ווען געדארפט זאגן קלאר אז זיי האלטן אז די פארניכטונג פון כאמאס איז וויכטיגער ווי ראטעווען די 20 משכונות, און נישט בלאפן כאילו מען מוז מלחמה האלטן כדי צו באקומען די משכונות.

און די לינקע זאלן זיך נישט מאכן כאילו מען קען יעצט ארויסגיין פון עזה און כאמאס וועט נישט בלייבן ביי די מאכט, נאר זאגן קלאר אז זיי האלטן אז בכל אופן איז נישט ריכטיג צו הארגענען אזוי פיהל צווילע, ענדערש זאל מען ארויסגין פון עזה אפילו דאס מיינט אז כאמאס בלייבט אין פאוער, נאר מען וועט שוין זיכער מאכן אז מער פירן זיי נישט דורך אזאנע אקטאובער 7 אטאקעס.
 
סתם להערה בעלמא:

ביידע זייטן אין מדנ״י זענען בכלל נישט אנעסט וואס זיי האלטן באמת.

דהיינו די רעכטע וואלטן ווען געדארפט זאגן קלאר אז זיי האלטן אז די פארניכטונג פון כאמאס איז וויכטיגער ווי ראטעווען די 20 משכונות, און נישט בלאפן כאילו מען מוז מלחמה האלטן כדי צו באקומען די משכונות.

און די לינקע זאלן זיך נישט מאכן כאילו מען קען יעצט ארויסגיין פון עזה און כאמאס וועט נישט בלייבן ביי די מאכט, נאר זאגן קלאר אז זיי האלטן אז בכל אופן איז נישט ריכטיג צו הארגענען אזוי פיהל צווילע, ענדערש זאל מען ארויסגין פון עזה אפילו דאס מיינט אז כאמאס בלייבט אין פאוער, נאר מען וועט שוין זיכער מאכן אז מער פירן זיי נישט דורך אזאנע אקטאובער 7 אטאקעס.
בצלאל סמוטריץ אורית סטרוק און נאך האבן עס אפן געזאגט
נתניהו האט עס אויך געזאגט כמעט קלאר
 
Back
Top