א רייכע שמועס צווישן ״עבי שטיין״ און ״נחי יאבאו״

אינטערעסאנט אז די אלע ספרים פון צדיקים וואס ער ברענגט נאך צו באפרידיגן זיינע קרענק
זאגן אויך אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. און אז מען דארף היטן שבת און נאך
וועלכע מאכט ער אפ צו הערן און וועלכע נישט ? 🤪
 
לעצט רעדאגירט:
אינטערעסאנט אז די אלע ספרים פון צדיקים וואס ער ברענגט נאך צו באפרידיגן זיינע קרענק
זאגן אויך אז עס איז דא א באדי פער אויף דער וועלט. און אז מען דארף היטן שבת און נאך
וועלכע מאכט ער אפ צו הערן און וועלכע נישט ? 🤪
איך האב נישט געוויסט אז אויב איך נעם אן א געוויסע זאך וואס א מענטש זאגט מיינט אז איך נעם אן אלעס וואס ער זאגט …
 
איך בין גרייט צו רופן איינעם א קאץ אויב געפעלט אים אזוי - כל זמן ער באצאלט זיינע חובות ווי א מענטש.. און טאקע דא ווערט אביסל פאהויכט כלפי טרענס מענטשן אין פרויען ספארט - וואו זיי נעמען שוין מעגליך יא צו עפעס ממשות'דיג..
איך מיין אז רוב מענטשן האבן נאר א פראבלעם ווען מ'דארף טוישן זאכן נישט בעצם רופן אנדערש
אזויווי די זאגסט אין ספארטס, אדער ווען א "קאץ מענטש" בעט אז די סקול זאל צושטעלן א "ליטער באקס" - די מעשה איז סתם געווען א טראל אבער די פאוינט בלייבט די זעלבע
 
כל האומר רחב רחב מיד נקרי
געהערט איין מאל ווי א וויזשניץ גיבערס אינגערמאן רעגט זיך היתכן מען האט געגעבן א נאמען פארן נייען זאל אין מאנסי "תפארת עלקא"...
הישמע כזאת??? די שיינקייט פון עלקא... ווער ווייסט וויפיל אידן האבן שווערע הרהורים...😅😅😅
 
זאג אים אז תפארת מיינט מען דעם מדה טובה פון רחמנות.
אבער ווען מ'רופט עס ווען נאכן גוף וואלט עס געהייסן "עכירת עלקא".
 
געהערט איין מאל ווי א וויזשניץ גיבערס אינגערמאן רעגט זיך היתכן מען האט געגעבן א נאמען פארן נייען זאל אין מאנסי "תפארת עלקא"...
הישמע כזאת??? די שיינקייט פון עלקא... ווער ווייסט וויפיל אידן האבן שווערע הרהורים...😅😅😅
יעצט גיי איך שוין זיכער האבן.....
 
כ'ווינדער זיך אויב דעי וואס שרייען האבן אויסגעהערט כאטש די ערשטע 50 מינוט פונעם ווידיאו...

כ'האב געהערט איבער עבי אין ישיבה ווי "משוגע ער איז אז ער מיינט ער איז א מיידל" ושבשתא כיוון דעל על. ביז כ'זעה און הער די מענטש דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן.

כ'בין געוואר געווארן ידיעות וואס כ'האב נישט געוויסט. ווי נישט אינטעלעקטועל דער אינטערוויאוער איז, ווערט עבי נישט בארעגט, פארקערט ער שמייכלט גוטמיטיג לאזנדיג פלאץ פאר זיין נישט קענען הערן עבי'ס רייד.

עבי גייט נאך זיין פיליזאפיע אז יחידים האבן די זעלבע רעכט ווי אנערקענטע מדינות און דעריבער איז טעראר אומגערעכט ביי סיי וועם.

כ'האב דאס ערשטן מאל באמערקט אז ס'דא א מענטש וואס וויל באמת זיין דער פארקערטער ג'ענדער, און שפירט א דיסאסאוסיעישאן מיטן חלק הגוף שוין ביי די צוויי יאר אלט, דאווענט א ספעציעלן תפילה אלץ ניין יעריגער קינד יעדע נאכט ער זאל אויפשטיין מארגן א מיידל. פראבירט דאס מערסטע זיך משכנע צו זיין אז ס'איז אן אריבערגאנג וואס חתונה האבן וועט אויסגלייכן. ווייסט אז ער וועט פארלירן אזוי פיל באקוועמליכקייטן, וועט ליידן אזוי פיל בושות, אבער ער שפירט ביי זיך אז די איינציגסטע אנדערע ברירה איז סואסייד.

כ'האב באקומען מער רחמנות און פלאץ פאר א מענטש, ער זאל מעגן לעבן ווי אזוי ער שפירט באמת.

עבי. אויב דו ליינסט עס. כ'בין נתפעל פון דיין שטארקייט. ביסט איין מענטש ציווישן אזוי פיל 'ראבאטן' און 'מאנקי סי מאנקי דא' מענטשן.

כ'שעץ דעם פאקט אז ביסט געבליבן נארמאל נאך אזוי פיל היץ און דערנידערונג. ביסט גאר שטערקער געווארן.

דו זאגסט וואס דו האלסט און דו לאזט יעדעם זיך טענהן און געטריגערט ווערן. אבער דיין אמת ווערט געזאגט און מיט איר ווערסטו געפירט!

*

די וועג פונעם אייגענעם הארץ דארף מען טאקע נאכגיין אפי' אויב ס'מיינט פארלירן פריינט. ווייל אז נישט פארלירט מען "זיך" צו האבן פריינט.
אז מען איז זיך - טרעפט מען פריינט וואס האבן באמת ליב דעם מענטש פאר ווער ער איז.

ברוך אתה ה' עוזר ישראל בגבורה

@שעפטאל, איך הער דיין נקודה, און דו ביזט גערעכט אז עס זענען דא מענער וואס שטעלן פאר פעמיניסטישע טרעיט׳ס און כאראקטארן, כאטש צו זאגן אז דאס מאכט זיי א פרוי קען מען זיך דינגען. בקיצור, אין אונזער פאל, דער עבי שטעלט פאר אסאך מער מוסקוליניטעט ווי הילערי און מישעל אבאמא. אין איך זע נישט קיין שום פעמיניניטעט אין אים, ווי אויכעט אויב וויל ער טאקע פאראויס ברענגן די לגבט אגענדע. ווי קומט פאלעסטינע אריין אין דעם בילד? סיידן די וועסט זאגן אז ער איז א שוואכלינג וואס איז ווי בלאקירט און האט נישט די גאט׳ס ארויסצוקומען און מחבין זיין צווישן די צוויי נושאים. און די טיטל “הירו” קומט זיך אוודאי נישט פאר אזא איינעם וואס נעמט נישט אין באטראכט די גאר שווערע קאנסעקווענצן וואס זיין אייגענע קינד און אייניקלעך וועלן ליידן צוליב אים לדורות.

מיט גרויס הערצה צו דיר פערזענליך,
Reb Yid
 
לעצט רעדאגירט:
ווער זאגט אז זיינע קינדער וועלן ליידן, אפשר וועלן זיי האבן אפענע קעפ און לעבן א פריי לעבן?

און אפשר וועלן זיי סתם אזוי ליידן פונעם היימישע סיסטעם?

ואין לדבר סוף...
 
איך האלט אז ער איז גערעכט ער מעג זיך אנטוען א פרוערישע גוף. ער מעג אבער נישט אריין קומען און ווייבער שול, ווייל ער דארף גיבען די פרויען זייערע רעכטען אז א מאן זאל זיך נישט דרייען צווישען זיי, אפילו אויב ער האט זיך פארשטעלט ווי א פרוי, און ער איז גרייט צו שווערען ביי אלע ספרים הקדושים און זיינע זיידעס (פארוואס נישט באבעס) און ביי א האלבע גאט, אז די מלאך האט ביי אים געזאגט בת פלוני בפלוני.
 
לעצט רעדאגירט:
סאיז ממש א פארגלייך צווישן די איי די עף און מדינת ישראל.
כאילו זי פארשטייט ממש נישט די חילוק…

אין עזה אז איינער רייכערט מאריוואנא, ארעסטירט מען אים, און מ׳ווארפט אים אריין אין א שרעקליכע תפיסה אָן קיין מענטשליכע רעכטן פאר א יאהר צייט. און נאך א יאהר הענגט מען אים.

אין עזה אז א פרוי ווערט גערעיפט, און ווערט נאכדעם טראגעדיג, ווארפט מען אריין די פרוי אין תפיסה צוזאמען מיט די קינד.

אין עזה אז איינער טוט וואס עבי שטיין טוט ווארפט מען איר אראפ פון א דאך פון א בילדינג.

ווען עבי שטיין דארף אויסוועלן צוזיין hostage ביי די פאלעסטינער אדער ביי מדינת ישראל, וואלט זי אויסגעוועלט צוזיין אין עזה אדער מדינת ישראל?

די חילוק צווישן עזה און מדינת ישראל איז זייער פשוט, די מענטשען אין עזה זענען ווייניגער ציוויליזירט ווי איזרעליס. די מענטשען אין עזה זענען ענדליך צו די קריסטן אין די ״מיטעל אלטער״ די ״דארק עידזשעס״ וואו מ׳האט געפייניגט און פארבערענט מענטשען אין די גאסן וועגן רעליגע.

די פאלסטינער (עכ״פ זייערע פירער) האלטן נישט ביים שלום מאכן מיט מדינת ישראל, זיי האלטן נישט ביים שלום מאכן מיט די מצב אז הארט לעבן זיי גייט זיין א פרייע מדינה וואס גלייבט נישט אין זייער נביא שקר, און וואו געי און לעסביאנס קענען זיך ארומדרייען פראנק און פריי.

די שולד פון די געפעכט צווישן מדינת ישראל און די אראבער און פארוואס סאיז נישט דא קיין ראוהיגקייט דארט אין די לעצטע זיבעציג יאר איז הונדערט פראצענט די שולד פון די אראבער, און נישט די אידן, פאר יעדער וואס קען די היסטאריע און האט אפענע אויגן!

די איזרעליס האבן זיי אלעס געאפפערט למען השלום. און זייער ריספאנס איז געוועהן נאר, פייער, פייער, באמבעס, סועייסט באמבעס, יעדע צווייטע נאכט איז אריינגעפלויגן ראקעטס אין מדנ״י און נאכאמאל נאכאמאל די זעלבע זאך. זיי האלטן נישט ביים שלום מאכן, זיי ווילן אז איזראעל זאל זיין אינגאנצען פריי פון אידן. און די אלע מיליאנען אידן זאלן אריינשפרינגן אין ים אדער נעלם ווערן. די ישראלים האבן זיי שוין אלעס געאאפערט במשך די יאהרן, זיי וואלטן געקענט לעקן האניג… אבער זיי האלטן נאכאלץ נישט דערביי

די מוסלעמענער האבן אטאקירט די וועלט מיט זייער טעראר, געהארגעט און טעראריזרט כמעט יעדע לאנד אין די לעצטע פופציג יאר, לויט וויקי אין די לעצטע 45 יאהר אליינס איז פארגעקומען בערך פופציג טויזענט טערעריסטישע אטאקעס אינספערירט ביי די מוסלעמענער רעליגע, אין כמעט יעדע לאנד אויף די וועלט!

און אוואדי איך זאג נישט אז אלע מוסלעמענער זענען טעראריסטן. און איך האב בכלל נישט פיינט קיין מוסלעמענער, איך האב פיינט ״צוריקגעבליבנע מענטשען״ וואס הארגענען און פייניגען מענטשען וועגן זייער רעליגע. קוקטס נאר ווי זיי האבן איבערגעדרייט די וועלט ווען איינער אין אייראפע האט געהאט די חוצפה חוזק צומאכן פון זייער געטשקע. מ׳קען קלאר זעהן די חילוק צווישן מדינת ישראל און די אומציווילזירטע חיות.

איך זאג נישט אז מדינת ישראל און די נתניהו גאווערמענט איז גערעכט מיט אלעס וואס טוהן, איך זאג אז די אידן זענען נישט שולדיג אין די געפעכט, און ווען איינער קומט צו מיין/דיין הויז און אטאקירט מיך יעדע שני וחמישי און הארגעט מיינע קינדער און וויל נישט בשום אופן אראפ לייגן די געווער, וואלט איך און דו אויך געווארן א חיה! ווייל סאיז נישטא קיין אנדערע ברירה. מלחמה איז א שמוציגע ביזנעס, אבער ״הבא להרגך השכם להרגו״ אויב גייט מדינת ישראל נישט אין מלחמה מיט זיי און צוקאלפט זיי נישט גייען זיי מארגען קומען פון אלע זייטן און אטאקירן אלע אידן דארט ווייל זייער ציל איז נישט שלום, זייער ציל איז אז די גאנצע וועלט זאל אננעמען זייער רעליגע און Sharia law.

די Ball ליגט אין זייער קאורט אויב זיי ווילן שלום מאכן און אראפלייגן די געווער וואלטן ביידע זייטן געלעבט און געלאכט. נאר די אראבער האלטן נישט דערביי! פשוט און גראד!

און נאכאמאל כהאב נישט פיינט קיין אראבער, און איך זאג עס נישט ווייל איך בין א איד, איך זאג נאר וואס כהאב צוגעזעהן מיט מיינע אויגן, און וואס די פאקטן זענען.

עבי שטיין כ׳פארשטיי ביסט געווארן ליבעראל, איך בין אויך מעהר ווייניגער ליבעראל, און אלץ א ליבעראלער מענטש האסטו אָנגענומען אז מלחמה איז די ערגסטע זאך אין די וועלט, אבער ליבעראליזם מיינט נישט אז יענער קען רייטן אויף דיר! מלחמה איז נישט ממש די ערגסטע זאך אויף די וועלט, נאר ס׳איז כמעט די ערגסטע זאך אויף וועלט, דו ווייסט וואס איז ערגער?

EVIL!!

דאס וואס זיי האבן געטוהן די לעצטע זיבעציג יאר און וואס זייערע פלענער זענען איז EVIL און דאס קען מען ליידער נאר בייקומען דורך מלחמה האלטן. פארפאלן אזוי ארבעט די וועלט ליידער!
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב פיינט ״צוריקגעבליבנע מענטשען״ וואס הארגענען און פייניגען מענטשען וועגן זייער רעליגע
גראדע א זעלעכע זענען דא אידן אויך

האסטו דען אמאל געהרט פון די כהנא׳יסטן די נוער גבעות ווואס גייען אריין אין אראבישע דערפער אוון פאברענען הרג׳ענען און טוהן ככל העולה על רוחם

ליידער עס איז שוין דא פון די חברה וואס זענען היינט אין כנסת (עוצמה יהודית)
און ליידער זיי ווערן מער און מער און א שיינע טייל היינט פון די איי. די. אף. בפרט אין גולני צו די אנדערע פוס בריגדע׳ס זענען אויך פון די חברה
 
האסטו דען אמאל געהרט פון די כהנא׳יסטן די נוער גבעות ווואס גייען אריין אין אראבישע דערפער אוון פאברענען הרג׳ענען און טוהן ככל העולה על רוחם
נניח פאר איין מינוט אז זיי זענען טעראריסטען, ווי קענסטו זיי מדמה זיין צו די אראבער?! זיי זענען ממש די זעלבע? דיין רעקציע אויף שבת אחים זאגט אז דו האלסט אז יא.

וויפיל אראבערס זענען גע'הרג'ט געווארען במשך השנים דורך תנועת כך און נוער הגבעות? און וויפיל "פון זיי" חוץ פון אלע אנדערע אידן, זענען גע'הרג'ט געווארען דורך אראבער?

והשנית, האסט אמאל געהערט פון self defence? אוודאי איז עס שוין אריבער די גבולים אבער היסטאריע פארציילט פארוואס!
איך בארעכטיג נישט גארנישט אבער משוגע דארף מען זיין זיי צו צאמשטעלען

I dont get it נישט דיר און נישט די וואס האבן געמאכט די (n) פאר שבת אחים, איך פארשטיי אז ס'איז cool צו זיין א ליבעראל און מען מוז מיט טאנצען מיט די סטייל און טרענד אז נישט קען מען חושד זיין אז מען איז פון די פאנאטישע חרדים ח"ו, אבער אזוי פארדרייט צו זיין, גלייבען ענק טאקע און דאס וואס ענק זאגען? אויב יא זעה איך אז האמנתי כי אדבר ארבעט.
 
וויפיל אראבערס זענען גע'הרג'ט געווארען במשך השנים דורך תנועת כך און נוער הגבעות? און וויפיל "פון זיי" חוץ פון אלע אנדערע אידן, זענען גע'הרג'ט געווארען דורך אראבער?
איך שאץ אז די ראדיקאלע ישראלים, האבן געהארגעט אסאך מער פאלעסטינע צעווילע, "בדווקא".

שווער צו האבן נאמבערס, אבער אז די האסט טויזנטער סאלדאטן אין עזה וואס גייען מיט די מיינד סעט צו הארגענען גאנץ עמלק, גלייב איך אז זיי האבן געהארגעט מער.

דו ברויכסט האבן בלויז דריי פיר ראדיקאלע קאמפס עראפלאן פילאטן, און זיי קענען מאכן אן אקטאבער זיבן, יעדעס צוויי וואכן!
 
נניח פאר איין מינוט אז זיי זענען טעראריסטען, ווי קענסטו זיי מדמה זיין צו די אראבער?! זיי זענען ממש די זעלבע? דיין רעקציע אויף שבת אחים זאגט אז דו האלסט אז יא.

וויפיל אראבערס זענען גע'הרג'ט געווארען במשך השנים דורך תנועת כך און נוער הגבעות? און וויפיל "פון זיי" חוץ פון אלע אנדערע אידן, זענען גע'הרג'ט געווארען דורך אראבער?
א טעראריסט איז א טעראריסט אויך אויב הרגעט נאר איין מענטש.
והשנית, האסט אמאל געהערט פון self defence? אוודאי איז עס שוין אריבער די גבולים אבער היסטאריע פארציילט פארוואס!
ס׳האלט שוין לאנג נישט ביי דעם ס׳איז ריכטיגע טעראר אטאקעס
איך בארעכטיג נישט גארנישט אבער משוגע דארף מען זיין זיי צו צאמשטעלען
איך וואס דו זאגסט איך האלט פארקערט
I dont get it נישט דיר און נישט די וואס האבן געמאכט די (n) פאר שבת אחים, איך פארשטיי אז ס'איז cool צו זיין א ליבעראל און מען מוז מיט טאנצען מיט די סטייל און טרענד אז נישט קען מען חושד זיין אז מען איז פון די פאנאטישע חרדים ח"ו, אבער אזוי פארדרייט צו זיין, גלייבען ענק טאקע און דאס וואס ענק זאגען? אויב יא זעה איך אז האמנתי כי אדבר ארבעט.
אה ס׳איז אין סטייל דארף מען שוין סטאפן צו טראכטן אזוי רבי ר׳ מענדל׳י האט דאך נישט געלאזט ג׳יין מיט די מאדע …
 
אויב וואלט מען איהם גענומען צו א גוטען פסיכיאטר טאקע פון אלץ קליין קינד וואלט מען איהם געקענט העלפען. מיט די תאוות.

זיין אנטיסאמיטישקייט קען מען נישט העלפען דאס איז איינגעווארצעלט פון סאקמר. דאס איז א לאסט קעיס

פונקט

אזוי ווי די מחריבי קרתא אדער נאציס. קיין שום דאקטר קען דאס נישט העלפען
 
איך שאץ אז די ראדיקאלע ישראלים, האבן געהארגעט אסאך מער פאלעסטינע צעווילע, "בדווקא".

שווער צו האבן נאמבערס, אבער אז די האסט טויזנטער סאלדאטן אין עזה וואס גייען מיט די מיינד סעט צו הארגענען גאנץ עמלק, גלייב איך אז זיי האבן געהארגעט מער.
פארקערט, לדאבונינו האט די משוגעת פון צה"ל און פחד פון די "וועלט" (ווער איז עס) געברענגט אסאך פאטאליטעטען במשך די יארן פאר חיילים אבי נישט צו שעדיגען א ספק ספיקא ציווילע, דאס איז שוין נאכן טוען אלע מיני השתדלות זיי צו מודיע זיין און פארשיקען פון פריער, וואס אגב לכבוד דעם פארלירען זיי די כח פון סורפרייז.
ווייז מיר איין מיליטער וואס איז כסדר אונטער אטאקע און באופן כללי פירט זיך אויף אזוי איידל פון רוצחים וואס זיכען "זיי" צו הרג'נן.
דו ברויכסט האבן בלויז דריי פיר ראדיקאלע קאמפס עראפלאן פילאטן, און זיי קענען מאכן אן אקטאבער זיבן, יעדעס צוויי וואכן!
צייכן אהן ווען אזאנס איז געשעהן
אלא מאי אז ס'איז נישט איז דאך א ראי' אז אפילו זיי קענען טוען זיי עס נישט.
 
איך קען עבי אביסל, זו איז אסאך קליגער ווי זו קומט אדורך אויפען פאדקעסט, עס זעט מיך אויס ווי זו איז נישט געווען גרייט און איז געווארן emotionally activated
אגב ווער קומט צום פלעי?
 
Back
Top