א רייכע שמועס צווישן ״עבי שטיין״ און ״נחי יאבאו״

האסט א מקור אז אן ערשטע נאמען קען חלילה ברענגן הורהורים רעים?
זיכער קוק אויף אלע עדס, א דרשה דורך רעבעצען א. שטינקאוויטש געספאנסערט דורך מרס ב. קאקעוויטש וכו׳ 😂
הריני מוכן ומזומן לעבור על לא תתורו אחרי לבבכם. שרה רבקה רחל לאה בלאה זלפה
 
זיי הסבר וואס גאט איז פארשטיי איך בכלל נישט, קיקט מיר עס אז האט נישט די קאנפידענס צי זאגן אז ער גלייבט נישט אין גאט, לגבי זיין קינד קיקט אויס אז ער האט גילטיק פילינגס אדער האט ער מורא אז מבאשילדיגט אים, אין הרגענען זיין קינדס לעבן ווייל ער האט געוואלט ווערן א טרענס,
עס איז אזא שפינוזה סארט גאט
 
די איינציגסטע חידוש וואס איך בין געוואר געווארן פון די פאדקעסט איז אז זיין טאטע ריספאנד צו זיינע ערב יום טוב מעסעדזשעס! קדוש יאמר לו

(אויכעט אז זיין טאטע פארמאגט פיקטשער mail... - א חידוש אז א רב בוויליאמסבורג זאל דאס פארמאגן, אפשר פארדעם איז זיין קינד ארויס לתרבות רעה, כ'מיין מ'ברויך דאס מפרסם זיין אין גליון 'השמיעני את קולך')
 
דער אמת איז אז איך בין אביסל אנטוישט פון דעם נחי, פון איין זייט האט ער די בצים צו אינטערוויואירן כל צרוע וזב און גיין אויף א שמועס מיט רעלאטיווע רעספעקט, מאידך פארפאסט ער גאר אסאך אינטערסאנטע שאלות און קאנטער טענות וואס וואלט געקענט סאך ברייטער און טיפער מאכן די שמועסן ווען ער זאל נאר טון זיין בעיסיק דו דילידשענס ריסערטש אויף די מענטשן וועם ער אינטערוויואירט און זייערע וועלט-קוק און אידעאלאגיעס.
סתם זאגן אז דו ביסט מחולק מיט איינעם אן דעם וואס דו זאלסט קענען אפווארפן יענעמ'ס טענות, אדער כאטש ברענגן קאנקריט אייגענע סברות לצדך, איז אבי געזאגט, ס'גיבט דעם איינדרוק ווי כאילו יענער זאל האבן געזאגט דברים של טעם, בשעת וואס דער רעדט פון אחור ארויס און האט זיך סך הכל אויסגעלערנט אפאר אויבערפלעכליכע טאלקינג פוינטס פון אן אידעאלאגיע וואס קען גרינג ווערן געטשעלענדשד.

ווען איך וואלט געפירט אזא שמועס מיט עבי'ן, וואלט איך קודם גערעדט צו לפחות פינף פון זיינע יוגנט חברים, זיי אויסגעפרעגט אויף עטליכע הינזיכטן בנוגע זיין הלוך ילך אין די יוגנט, צו איז אמת וואס מען שמועסט אז ער איז פון יונגווייז אן געווען א געפערליכן עטענטשאן זיכער (HPD?), האט ער געהאט כאטש איין פעמינאן שטריך צו זיך אין די יוגנט, האט ער בכלל געטראכט פון די קאנסעקווענצן וואס זיינע נאנטסטע מענטשן (אריינגערעכנט זיין אייגן קינד) וועלן דורכגיין א דאנק זיינע שריט, וכו' וכו'.

אזוי אויך, דורכגעטון די אידעאלאגיעס וואס יענער האט אנגענומען, און געפרעגט די הארבסטע שאלות דערויף (כאטש א בעיסיק בליק אויף AI איבער'ן נושא).

דערווייל לאזט ער אים פארגלייכן כאמאס צו צה''ל וויבאלד ער איז קעגן מדינות און ארמייען... און באגניגט זיך מיט'ן זאגן אז ער איז מחולק.
 
וואס ער איז נישט מסביר, צווישן צווי טעראריסטן פארוואס האט ער געטשוזט צי גיין מיט כאמאס, אויב מיינט ער גערעכטיקייט פארוואס גייט ער נישט אויך פראטעסטירן אז מזאל באפרייען די משכנות?
הער איבער דעם אינטערוויו, ער רייסט אראפ ביידע סיי כאמאס און סיי די איי די עף.

און עפעס זאגט זי אז זי גייט צו געוויסע אווענטס וואו מען פראטעסטירט אדער מען דאווענט (נישט פארשטאנען פונקטליך) לטובת באפרייען די משכונות.
 
זיי הסבר וואס גאט איז פארשטיי איך בכלל נישט, קיקט מיר עס אז האט נישט די קאנפידענס צי זאגן אז ער גלייבט נישט אין גאט,
מאכסט מיר לאכן, הייסט דאס זי האט קאנפידענץ צו פראטעסטירן לטובת פאלעסטינע (דאס קען אים ווירקליך קאסטן א טייערע פרייז אינעם היינטיגע ראדיקאלע אמעריקע) כאטש וואס דאס איז טאטאל אפגעפרעגט ביי רוב פון די היימישע צוהערער.

ער האט קאנפידענץ זיך צו טרענזישאנען, ארומשפאצירן וויליאמסבורג מיט ליפסטיק און בריסטן.

אבער זי האט נישט די קאנפידענץ צו לייקענען אין גאט? לאל!

(יעדעס פופטע היימישע איד וואס איך כאפ א שמעוס מיט, נאך עטליכע שאטס וויסקי שבת ביים ליינען גלייבט נישט אין גאט)
 
דערווייל לאזט ער אים פארגלייכן כאמאס צו צה''ל וויבאלד ער איז קעגן מדינות און ארמייען... און באגניגט זיך מיט'ן זאגן אז ער איז מחולק.
נחי אלץ א פאדקעסטער איז גוט אין צוויי זאכן, 1) ער איז שטארק כאריזמאטיש, 2) ער פרעגט גוטע שאלות.

נחי איז בכלל נישט נאלידזשעבל אדער אינטולעקטועל, ממילא ווען ער ציעט ווען אריין די שמועס אין א טענה׳ריי, וואלט עס געווען ״כמים שאין להם סוף״…

נחי האט זייער גוט געטון מיטן לאזן עבי אויסרעדן, און נישט אים פארשטילן מיט זיין אייגענם מיינונג, דאס איז דאך באמת די מטרה פון אן אינטערוויאער.
 
לעצט רעדאגירט:
כהאב נישט פארשטאנען זיין חילוק צווישן ווערן א פרוי אין א דשראף, ער טענעט אז ווערן א פרוי זעיט מען ביי פריערדיגע, קודם ווען און וואס גלייבט ער אין פריערדיגע?

נאכדעם, ווייל יעצט איז די וועלט נאך נישט אזוי עדווענסט אז מקען נאך נישט ווערן א דשראף, וועגען דעם דארף איך נישט אנערקענען אז איינער דערקלערט זיך אלס דשראף, די וועלט שטייט שוין ביליאנען יארן לויט אים, אין ביליאן יארן ארים וועט שוין זיין אזא מציאות אז מזאל קענען ווערן א דשראף, אין ביליאן יאר צוריק איז נאך אויך נישט געווען קיין מציאות אז מזאל ווערן א פרוי,
אין ביליאן יאר ארום (נאך וואס טרענס וועט שוין נישט זיין אזא מיעוט), וועט טאקע זיין א איגוד פאר די וואס אידענטציפירן זיך אלס דזשיראף (די וועלן נאר מוזן פארשטיין אז זיי זענען אינמיטן די טשעין פון פוד...).
לגבי פאלעסטינע, ער האלט אז די איזראלעיס זענען פינקט אזאנע טעראריסטן ווי כאמאס, אבער ער איז מודה אז כאמאס זענען טעראריסטן, וואס ער איז נישט מסביר, צווישן צווי טעראריסטן פארוואס האט ער געטשוזט צי גיין מיט כאמאס, אויב מיינט ער גערעכטיקייט פארוואס גייט ער נישט אויך פראטעסטירן אז מזאל באפרייען די משכנות?
קודם כל זאגט זי נישט אז איי די עף זענען פונקט אזאנע טעראריסטן, נאר ס'דא טעראריסטן אינערהאלב די מיליטער, און די מיליטער האט נישט קיין פארענטפערונג ווייל ס'איז א מיליטער - וואס דאס איז גראדע א שטארקע שיינע מהלך.
צווייטנס, זי זאגט קלאר אז זי פראטעסטירט יא מ'זאל באפרייען די משכונות.

דריטנס והוא העיקר, זי האט נישט געטשוזט איינעם איבערן צווייטן, זי פייט פאר גערעכטיגקייט אויף די וועלט, גערעכטיגקייט פאר אינדיווידואלע מענטשן. אויב זענען די פאלעסטינער קינדער וואס ווערן באקריוודעט, וועט זי פייטן פאר זיי. און אויב איז עס די ביבס קינדער וואס ווערן פארשוועכט, וועט זי פייטן פאר דעם. דאס אז דו ווייסט בעיקר איר פרי פאלעסטיין מחאות, איז נאר ווייל דאס איז א סענזאציע.
לגבי זיין קינד קיקט אויס אז ער האט גילטיק פילינגס אדער האט ער מורא אז מבאשילדיגט אים, אין הרגענען זיין קינדס לעבן ווייל ער האט געוואלט ווערן א טרענס,
דאס איז די מערסטע בעיסיק זאך וואס עני פעימעס מענטש בעט זיך, לאז מיינע קינדער ארויס פון דיינע מיילער. ווייל איך בין פלוני ופלונית דארף מען יעצט וואשן מיינע קינדער'ס שמוץ וועש בכל חוצות?!
 
דער אמת איז אז איך בין אביסל אנטוישט פון דעם נחי, פון איין זייט האט ער די בצים צו אינטערוויואירן כל צרוע וזב און גיין אויף א שמועס מיט רעלאטיווע רעספעקט, מאידך פארפאסט ער גאר אסאך אינטערסאנטע שאלות און קאנטער טענות וואס וואלט געקענט סאך ברייטער און טיפער מאכן די שמועסן ווען ער זאל נאר טון זיין בעיסיק דו דילידשענס ריסערטש אויף די מענטשן וועם ער אינטערוויואירט און זייערע וועלט-קוק און אידעאלאגיעס.
סתם זאגן אז דו ביסט מחולק מיט איינעם אן דעם וואס דו זאלסט קענען אפווארפן יענעמ'ס טענות, אדער כאטש ברענגן קאנקריט אייגענע סברות לצדך, איז אבי געזאגט, ס'גיבט דעם איינדרוק ווי כאילו יענער זאל האבן געזאגט דברים של טעם, בשעת וואס דער רעדט פון אחור ארויס און האט זיך סך הכל אויסגעלערנט אפאר אויבערפלעכליכע טאלקינג פוינטס פון אן אידעאלאגיע וואס קען גרינג ווערן געטשעלענדשד.

ווען איך וואלט געפירט אזא שמועס מיט עבי'ן, וואלט איך קודם גערעדט צו לפחות פינף פון זיינע יוגנט חברים, זיי אויסגעפרעגט אויף עטליכע הינזיכטן בנוגע זיין הלוך ילך אין די יוגנט, צו איז אמת וואס מען שמועסט אז ער איז פון יונגווייז אן געווען א געפערליכן עטענטשאן זיכער (HPD?), האט ער געהאט כאטש איין פעמינאן שטריך צו זיך אין די יוגנט, האט ער בכלל געטראכט פון די קאנסעקווענצן וואס זיינע נאנטסטע מענטשן (אריינגערעכנט זיין אייגן קינד) וועלן דורכגיין א דאנק זיינע שריט, וכו' וכו'.

אזוי אויך, דורכגעטון די אידעאלאגיעס וואס יענער האט אנגענומען, און געפרעגט די הארבסטע שאלות דערויף (כאטש א בעיסיק בליק אויף AI איבער'ן נושא).

דערווייל לאזט ער אים פארגלייכן כאמאס צו צה''ל וויבאלד ער איז קעגן מדינות און ארמייען... און באגניגט זיך מיט'ן זאגן אז ער איז מחולק.
יאך האב געלערנט מיט אים אין ישיבה פאר צוויי יאר (געמקוה'ט צוזאמען), ניטעמאל געשמעקט ווי א זכר... לעט עלאון א מיידל... אוי ווי עס בענקט די זאפטיגע דאווענען מיטן וויזיצער נוסח... עמיצער גוט ארויסגעברענגט, אויב וואלט ער זיך כאטש געשויערט וואלט מען אפשר געקענט טראכטן... וכו'
 
יעצט געקוקט די קאמענטס אויף יו טוב. איך פארשטיי אז נישט יעדער עגריט צו אים, און איך קען הערן די צד אז טרענס איז א גייסטישע מחלה אין איין וועג אדער אן אנדערע.

וואס איך פארשטיי נישט איז, דער עולם טאנצט פון די הויט ווי קאץ געביסענע! וואס טריגערט זיי אזוי? זעהט אויס ווי עפעס באדערט זיי טיף טיף, נישט קלאר וואס.
 
עס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ער האט צוגעצייכנט דעם פיוט פון ר' קלונימוס בן קלונימוס
מה טוב גורלה של אשה / קלונימוס בן קלונימוס - פרויקט בן־יהודה
מי אני האט מיר צוגעשיקט אהער ווי ער האט גערעדט דערפון
 
הער איבער דעם אינטערוויו, ער רייסט אראפ ביידע סיי כאמאס און סיי די איי די עף.
ער רייסט אראפ כאמאס נאר נאך וואס נחי טאשאלענטש אים אז כאמאס זענען טעראריסטן, און אנפאנג טרייעט ער צי דרייען אז סאיז דא אפאר גרופעס אין כאמאס, אבער די איי די עף זענען זיכער טעראריסטן אן קיין בלינק פין די אויג,
 
אין ביליאן יאר ארום (נאך וואס טרענס וועט שוין נישט זיין אזא מיעוט), וועט טאקע זיין א איגוד פאר די וואס אידענטציפירן זיך אלס דזשיראף (די וועלן נאר מוזן פארשטיין אז זיי זענען אינמיטן די טשעין פון פוד...).

קודם כל זאגט זי נישט אז איי די עף זענען פונקט אזאנע טעראריסטן, נאר ס'דא טעראריסטן אינערהאלב די מיליטער, און די מיליטער האט נישט קיין פארענטפערונג ווייל ס'איז א מיליטער - וואס דאס איז גראדע א שטארקע שיינע מהלך.
צווייטנס, זי זאגט קלאר אז זי פראטעסטירט יא מ'זאל באפרייען די משכונות.

דריטנס והוא העיקר, זי האט נישט געטשוזט איינעם איבערן צווייטן, זי פייט פאר גערעכטיגקייט אויף די וועלט, גערעכטיגקייט פאר אינדיווידואלע מענטשן. אויב זענען די פאלעסטינער קינדער וואס ווערן באקריוודעט, וועט זי פייטן פאר זיי. און אויב איז עס די ביבס קינדער וואס ווערן פארשוועכט, וועט זי פייטן פאר דעם. דאס אז דו ווייסט בעיקר איר פרי פאלעסטיין מחאות, איז נאר ווייל דאס איז א סענזאציע.

דאס איז די מערסטע בעיסיק זאך וואס עני פעימעס מענטש בעט זיך, לאז מיינע קינדער ארויס פון דיינע מיילער. ווייל איך בין פלוני ופלונית דארף מען יעצט וואשן מיינע קינדער'ס שמוץ וועש בכל חוצות?!
אקעי וועל איך אים מיזען איבערהערן,

לגבי דשראף זאגט ער קלאר אז סהאט נישט צי טיען אלס מיעוט, ווייל אפילו סאיז נאר דא 5 טרענס אין די גאנצע וועלט, מיז מען זיי עקסעפטן, ער מאכט נאר א תורה אז טרענס צי א פרוי איז דא אזא מציאות, אין צי א דשראף נישט, איך בין זיכער אז ווען סאיז דא אזא פארלאנג קען מען אויס ארבעטן מיט די היינטיגע מעדיצינישע וועלט, למחצה ושליש, סגייען זיך ארים דרייען אזאנא מענטשען/דשראףס מיט לאנגע העלזער...
 
מאכסט מיר לאכן, הייסט דאס זי האט קאנפידענץ צו פראטעסטירן לטובת פאלעסטינע (דאס קען אים ווירקליך קאסטן א טייערע פרייז אינעם היינטיגע ראדיקאלע אמעריקע) כאטש וואס דאס איז טאטאל אפגעפרעגט ביי רוב פון די היימישע צוהערער.

ער האט קאנפידענץ זיך צו טרענזישאנען, ארומשפאצירן וויליאמסבורג מיט ליפסטיק און בריסטן.

אבער זי האט נישט די קאנפידענץ צו לייקענען אין גאט? לאל!

(יעדעס פופטע היימישע איד וואס איך כאפ א שמעוס מיט, נאך עטליכע שאטס וויסקי שבת ביים ליינען גלייבט נישט אין גאט)
איך מיין נישט די ווארט קאפענדעס אלס קוראזש, ער וויל זיך נישט אפיציעל דערלערן אלס אטעיסט פאר סיי וואס פארע סיבה, מיז ער בהכרך אויפקומען מיט א פשעטעל וואס גאט מיינט,
 
עס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ער האט צוגעצייכנט דעם פיוט פון ר' קלונימוס בן קלונימוס
מה טוב גורלה של אשה / קלונימוס בן קלונימוס - פרויקט בן־יהודה
מיינט ער עס טאקע ערענסט אדער איז עס מער אזא פורים פאעזיע ארויסצוברענגען די מעלות פון פרויען?

וואס איך פארשטיי נישט איז, דער עולם טאנצט פון די הויט ווי קאץ געביסענע! וואס טריגערט זיי אזוי? זעהט אויס ווי עפעס באדערט זיי טיף טיף, נישט קלאר וואס
נישט קיין סאך אנדערש ווי אין די גויאישע וועלט, ס'טריגערט די סאמע באזע פון אונזער פארשטאנד אין רעאליטעט, ס'דא מענער און ס'דא פרויען - ס'איז אזוי אריינגעבאקן ווי טאג מיט נאכט. שטעל דיר פאר ווען דאס הייבט אן ווערן צומישט.. חוץ פון די עצם פאקט אז פרויען זענען טאבו פאר זיך אליין אין אונזער קהילה, און דאס טריגערט סיי איר עצם פערפארמענץ און סיי די אינערליכע דיסייערס אין אונז..

________________

צו די עצם שמועס, איך האב הנאה אז נחי (נוחי, נכי, נאכי, - ס'שוין באלד א לייוו עקזעמפלאר פון 'נח' מיט 7 גרייזן..) ברענגט איר ארויף. פארשטייט זיך ער האט נאך א וועג צו גיין מיט זיין אינטערוויואינג סטייל, אבער ווער בין איך צו קאמענטירן אויב דאס גאנצע וואס איך טויג איז צו קריטיקירן אינטערוויוערס...

איך בין ווייט נישט מסכים מיט עבי איבער פאלעסטינע, הגם זי קומט פון א גוטע פלאץ האלט איך, און נישט אלע פוינטס קען מען אזוי גרינג אוועקמאכן ווי נחי פראבירט עס אהערצושטעלן.. זי האט אן ערנסט אויסגעבויטע פילאזאפיע (הגם, פאלש לדעתי..)
@עבי אויב ליינסטו וואלט איך געוואלט דעבאטירן דא ברבים..

די טרענס שמועס איז אינטרעסאנט און רעספעקטפול. קודאס צו ביידע פון זיי.

לגבי די שאלה פון דזשעראף, קאץ, 65, עלאן מאסק, און וואס נישט. איך האלט די פאלאסי אין דעם פראגע ליגט אין דעם אז מ'האט פשוט נישט קיין דוגמא פון איינעם עס טון באמת, און אפי' ווען איינער וואלט עס יא געטון וואלט געווען שווער צו גלייבן אז יענער איז טאקע ערענסט און נישט סתם קראנק, דמיונ'ט, אדער א טראל.
און באמת דרייט זיך א גרויס טייל פון די דעבאטע ארום דעם נקודה, ס'איז דא די צד אז טרענס איז א חלק פון נאטור, איך בין פערזענליך נישט איבערצייגט (און נישט גענוג אינפארמירט) איבער דעם. וואס איך האלט יא איז פון רעספעקטירן א צווייטנס פאזיציע אפי' אויב עס איז פרינדזש - ווילאנג עס שעדיגט מיר נישט אדער אנדערע. די איינציגסטע קאנדישאן איז אז עס זאל טאקע זיין יענעם'ס פאזיציע און ער זאל מיר נישט סתם נעמען אויף א רייד.
איך בין גרייט צו רופן איינעם א קאץ אויב געפעלט אים אזוי - כל זמן ער באצאלט זיינע חובות ווי א מענטש.. און טאקע דא ווערט אביסל פאהויכט כלפי טרענס מענטשן אין פרויען ספארט - וואו זיי נעמען שוין מעגליך יא צו עפעס ממשות'דיג..
די זאך איז נאר, אז לגבי מענער און פרויען איז שוין דא די פרעצעדענט, און עס זענען שוין דא טויזענטער מענטשן וואס שרייען פה אחד אן ענליכע זאך איבער זיך, וואס געבט פשוט לעגיטימאציע פאר אזא שטעלונג, ווילאנג איך הער אבער נישט גענוג א גרויסע/באזעצענע מאוומענט פון דזשעראף אידענטיפיצירונגען וועל איך גיין מיט אוקאם'ס רעיזאר אז יענער איז לכאו' א טראל אדער א משוגע'נער. אבער נישט פשט אז אין פרינציפעל בין איך דערקעגן דוקא..
(הגם ווען מ'האלט דארט וואלט איך עס זיכער ריקאנסידערט, פאר יעצט איז עס אבער אן אירעלעוואנטע הייפאטעטיק.)

און איך פארשטיי אויך די ארגומענט אז זאגן ליגנט איז א שאדן פאר סאסייעטי, און פונקט ווי איך וויל נישט ארומגיין שרייען אז נאכט איז טאג פאר גארנישט וויל איך נישט אננעמען אז א מענטש איז א דזשעראף אדער גאר א פרוי - ווייל עס פארדרייט רעאליטעט. דא אבער קומט אריין די חלק אז צווישן א מאן און א פרוי זענען דא קלענערע חילוקים ווי צווישן א מענטש און א דזשעראף, און מ'קען יא אביסל ארומווישן און פארבלאטערן די וואסערן איידער מ'ווערט געדרוקט צום וואנט, וכל זה אכניס ווען די סאבטאטעל איז א פראגע פון רעספעקט ווס ליגנט..
נאר אינטרעסאנט אז עס איז יוזשעלי די זעלבע מענטשן (בען שפירא ודעימיה) וואס וועלן שרייען חי וקים אז ס'דא א ג-ט - בלויז פאר די טובה פון סאסייעטי על אף די ווייניג עווידענס דערפאר - אבער דא פלוצלינג ווילן זיי נאר גיין מיט די אלטימעטע 'אמת' און עווידענס - על אף די טובה פאר סאסייעטי...
 
לגבי די שאלה פון דזשעראף, קאץ, 65, עלאן מאסק, און וואס נישט. איך האלט די פאלאסי אין דעם פראגע ליגט אין דעם אז מ'האט פשוט נישט קיין דוגמא פון איינעם עס טון באמת, און אפי' ווען איינער וואלט עס יא געטון וואלט געווען שווער צו גלייבן אז יענער איז טאקע ערענסט און נישט סתם קראנק, דמיונ'ט, אדער א טראל
איך האב גראדע שוין געזען עטליכע אזעלכע נייעסלעך. צו זיי מיינען עס ערנסט צו נישט ווייס איך נישט

Hundreds of people who identify as dogs gather in city center: ‘Call animal control’
 
Back
Top