שערן די האר

איך מיין נישט צו גרינגשעצן אין די ענין פון זיך שערן

כ'בין אבער נייגעריג צו ווען זי האט זיך אויפגעהערט שערן האסטו זיך פארדעם מתיר נדר געווען אויף די מנהג פון זיך שערן?

די גמ' זאגט אז בעוון נדרים ליידט אשתו
יא
 
מיין ווייב האט אויפגעהערט זיך צו שערן בתשעה ירחי לידה, זיך אנגעהויבן מוטשענען, האט זי זיך געשוירן און אלעס האט זיך אויסגעגליכן ב"ה
דאס איז מיין עקספיריענס
איך האב געהאט א זייער ענדליכע עקספיריענס.

מיין ווייב האט זיך שטארק געמוטשעט מיט עפעס אן ענין, און ווי נאר זי האט זיך אויפגעהערט שערן איז יענע ענין געווארן מסודר.

זעהט אויס די סגולה ארבעט ביידע וועגן.
 
איך האב געהאט א זייער ענדליכע עקספיריענס.

מיין ווייב האט זיך שטארק געמוטשעט מיט עפעס אן ענין, און ווי נאר זי האט זיך אויפגעהערט שערן איז יענע ענין געווארן מסודר.

זעהט אויס די סגולה ארבעט ביידע וועגן.
דאס איז זיכער עצת היצר...
 
איך האב געהאט א זייער ענדליכע עקספיריענס.

מיין ווייב האט זיך שטארק געמוטשעט מיט עפעס אן ענין, און ווי נאר זי האט זיך אויפגעהערט שערן איז יענע ענין געווארן מסודר.

זעהט אויס די סגולה ארבעט ביידע וועגן.
מסתם טאקע דער ענין זי האט זיך געלוסט נישט צושערן
און פאר דעם איז די סגולה בדוק ומנוסה .
 
אפשר ווייז אים די תשובה פון ר' משה?
דער תשובה איז נישט מספיק ווייל ער קריגט אויף חת״ם סופר ביי ענין פון שערות, און ביי יוצאי הונגריה נעמט עס אוועק זיין קרעדיביליטי, ביי דעם ענין פון שערות באשה.
 
איך מיין אז דעי גאנצע זאך איז א מיספארשטענדעניש, פון אינגערלייט וואס וואוינען אין די טריי סטעיט- חסידישע באקסי קאמיוניטי
שערן די האר האט גארנישט מיט צניעות איינגעלייגט, (נישט קלאר פונקטליך מיט וואס עס האט יא איינגעלייגט אבער נישט מיט דאס)
עס איז א אונגארישע מנהג, אין די גרויסע וועלט אינדרויסן פון די באקס דרייען זיך ערליכע חאניאקישע אידן פון אלע קרייזן, פוילישע פארפרומטע חסידישע, ציקוועטשטע ליטווישע, תמימות'דיגע ספרדישע, און אזוי ווייטער און ווייטער, עס פאלט זיי נישט איין צי שערן די האר און עס איז זאגאר א פראבלעם אלס 'לא תהיה כלי גבר על אשה'

עס איז אזוי ווי א סקווערער זאל שרייבן: איך האב אויפגעהערט עסן צוויבל קוגל און עס איז געווארן קאמפליקאציעס.... כ'מיין סיריעסלי
 
איך מיין אז דעי גאנצע זאך איז א מיספארשטענדעניש, פון אינגערלייט וואס וואוינען אין די טריי סטעיט- חסידישע באקסי קאמיוניטי
שערן די האר האט גארנישט מיט צניעות איינגעלייגט, (נישט קלאר פונקטליך מיט וואס עס האט יא איינגעלייגט אבער נישט מיט דאס)
עס איז א אונגארישע מנהג, אין די גרויסע וועלט אינדרויסן פון די באקס דרייען זיך ערליכע חאניאקישע אידן פון אלע קרייזן, צופוילישע פארפרומטע חסידישע, ציקוועטשטע ליטווישע, תמימות'דיגע ספרדישע, און אזוי ווייטער און ווייטער, עס פאלט זיי נישט איין צי שערן די האר און עס איז זאגאר א פראבלעם אלס 'לא תהיה כלי גבר על אשה'

עס איז אזוי ווי א סקווערער זאל שרייבן: איך האב אויפגעהערט עסן צוויבל קוגל און עס איז געווארן קאמפליקאציעס.... כ'מיין סיריעסלי
עס איז מער דומה צו א סקווירא ייד ווען ער זאגט קדיש
און ער זאגט נישט קץ צו למשל א סטאלינער ייד וועט נישט זאגען הלל ליל פסח מיט א ברכה צו למשל א ליובאוויטשער ייד וועט זאגען הלל ראש חודש מיט א ברכה - הזהרו במנהג אבותיכם
 
איך טרעף עס נישט
 
מ'דארף זיך אריינלייגן אין די פרויען שיך
צי קענען דאס פארשטיין, לאזן וואקסן די האר איז פשוט זיי זאלן זיך פילן מענטשליך (אזוי ווי די תורה זאגט אז מ'טוט דאס פאר א שקלאפטע כדי צי דערנידערן)
פארוואס טראכסטו נאר פון דיך??!!! טראכט וויאזוי דיין ווייב פילט אן האר -אויב זי האט דיך נאכנישט געזאגט
עס איז פשוט א גרויל!

לגבי די מקווה לעידי, מ'קען עס נישט אוועקמאכן, עס איז א מורא'דיגע פראבלעם, די שווערסטע חלק פון די גאנצע זאך איז די גילטי פילינג וואס קומט מיט דעם, און ווען די מקווה לעידי שרייט טוען זיי עס מיט א גאנצע מעניפילעישאן זיי רייטן אויף די 'דערהויבענע הייליגע ריינע מקווה', זיי באניצן זיך מיט קליפות און נשמות צי דערשרעקן #פרויען, (מיין ווייב האט שוין געכאפט פון די מקווה לעידי ווייל איר שייטל האט א סיעם :eek: עס האט איר גוט געבאדערט....)
און פאר די רעקארד; מיין ווייב האט מיך געזאגט אז אויף imamother איז דא צענדליגע מעשיות פון פרויען וואס זאגן אז זיי האבן געשניטן זייער אויסגעהארעוועטע האר וועגן א פסק פון די מקווה לעידי

נ.ב. איך זיך א גוטע מקווה אין קראון הייטס פליז שיק אין אישי
זי האט באקומען א פסק נאר אויף איר שייטל אדער אויך אויף איר האר?
 
Back
Top