שוין אזוי קוקט אויס ווען מען ווערט פארפארן אין א דיסקוסיע, אן האלטן חשבון פון וואס מען רעדט!
האסט א טענה, אין ס'איז טאקע אסאך מאל זייער שווער דא אויף קרעמל, ווייל אסאך מאל געשעהט א האסטיגע אפשטעל אינמיטן א זאפטיגע שמועס, פלוצלינג נאך אפאר חדשים ווערט עס צוריק לעבעדיג, און מ'דארף נאך געדענקען וואס מ'האט אליינס געהאלטן, געדענק, מ'רעדט דאך דא פון בשר ודם'ס וואס אמאל האט ער געהאלטן אז גאט האט באשאפן די וועלט, און היינט האלט ער, אז די אלטע עלעפאנט פון בראנקס זו האט געגעבן א האפטשו און א וועלט איז ארויסגעקומען פון ביהיינד..
סא כ'האב געטרייט צו קאנעקטן די דאטס ביז משותלח, דיס איז וואט איי גאט.
@נייגעריגער האט געפענט די שנירל צו הערן פון אנדערע אידן ווי אזוי ס'איז צוגעגאנגען פאר זיי צו קאנווינסן די ווייב צו לאזן די האר.. און מענטשן האבן געווארפן איידעיס און מעשיות, אזוי ווי די סדר איז דא ביי חברה ה'קרעמל, מ'העלפט זיך ארויס אויף א דעילי בעיסיס קע"ה,
נעקסטע טאג קומט ער אריין מיט א שארפקייט, צי די פרויען וואס לאזן וואקסן די האר מאכן אויך דראסטישע אידישקייט טשעינדזשעס, יעס אר נאו?!!
לכאורה, מיין טעאריע, נייגעריגער קארעקט מי איף איים ראנג, האט ער געמאכט א מאוו אויף זיין ווייב, און זי האט לכאורה רידזשעקטעט מיט די טענה, אז די אלע חברה וואס לאזן זיך וואקסן די האר זענען סתם אזוי נישט קיין גרויסע מר בר רב אשי'ס, סאו מ'קען זיך נישט קיין ראיה ברענגען פון זיי,
האט ער עס געוואלט קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל, דא ביי נונז.
קומסטו הרב
@שטַאטסמַאן און דו זאגסט אים, דיין ווייב איז גערעכט, די חברה וואס לאזן וואקסן "קומט דאס געווענליך נישט צוליב שטארקע יראת שמים'דיגע החלטות" מכלל לאו.... פיר אויס.... ס'קומט פון פיצי יראת שמים,
קומט א אורח
@איש מבקש און ער זאגט נע, זיי האבן פיין יראת שמים, זיי האבן ווייניג יראת סיסטעם, וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, זיי האבן די סיסטעם טיף אינעם בית השחי פונעם עלעפאנט..
קומסטו זאגן דא:
ניין. פון סיסטעם האט זי נישט מורא געהאט.
והא ראי' זי שערט זיך מער נישט.
איר החלטה קומט געווענליך אויכעט נישט פון גרויס יראת שמים
איז אזוי, די ערשטע צוויי שורות זאגסט דאך די זעלבע זאך ווי מיר, ס'א שאד זיך צו קריגן אויב ס'פעלט נישט אויס,
די לעצטע שורה טענה'סטו אז חוץ וואס זי האט נישט קיין אימה פון די סיסטעם, האט זי אויך נישט מורא פון די הימל,
אתא די
@פראפעסאר ושחט ל'
@שטַאטסמַאן דשחט ל'
@איש מבקש דשחט ל
@שטַאטסמַאן... אין ער צישרייט זיך..
יראת שמים איז נישט קיין פעקטאר דא, וואן וועי אר די אדער!!
ידיד נפש
