אנקעטע שערט אייער ווייב די האר פון קאפ?

שערט אייער ווייב די האר פון קאפ?

  • יא

    Votes: 119 72.1%
  • ניין

    Votes: 46 27.9%

  • Total voters
    165
האר איז נישט קיין פענטעסי, עס איז נישט קיין גאלדענע שאוער פעטיש, יעדער מענטש וויל א שיינע פרוי וואס זעט נישט אויס ווי קיין לעסביען.
יעצט די פרוי מעג אויך זאגן ניין, זי מוז נישט מסכים זיין צי לאזן וואקסן די האר.
די בעסטע איז אז די געסט איר לאוו און די זאגסט איר אז די וואלסט עפרישיעטעד זי זאל לאזן וואקסן די האר, און אז זי זעט אויס שיין עז איז אפילו אן די האר אבער זי וואלט אויסגעזען נאך שענער מיט האר.
זי איז גארנישט ״מחויב״ צי טון, אבער בדרך כלל ווען סע איז דא א גוטע שלום בית, און די פרוי באקומט איר לאוו און עטטענטשן וועט זי וועלן צופרידן שטעלן די מאן.
עס מיינט נישט אז זי גייט שוין לאזן וואקסן איר האר, ספעשילי אז עס קומט מיט פיער פרעשור פון די עלטערן און חבר׳טעס, אבער דאס איז די בעסטע מהלך און די האסט גיטע טשענסעס אז זי זאל לאזן וואקסן די האר.
די פראבלעם איז אז איך האלט שוין נאכן האבן א שמועס דערוועגן, איך האב איר געפרעגט איין נאכט נאכן זינקען אביסל מיט איר אין מעמארי לעין, ווי אזוי ס'האט זיך געפילט דאלמאטס ווען איר מאמע איז איר געקומען שערן, זי זאגט אז זי איז בכלל נישט טראמאטייזט דערפון, זי האט געפילט ווי ס'באלאנגט אזוי, בקיצור נאכן שמועסן אזוי פאר א שיינע 15 מינוט זאג איך איר, ווייב טייערע, איך בין פארחאלעשט צו זעהן דיין הערליכע פעיס צוזאמען מיט דיין האר, און איך האב איר געפרעגט צו מ'קען בכלל האבן אזא דוסקאסיע, די תירוץ איז געווען שיינערהייט, לא מיט א א'.

איך זעה נישט קיין האופ פאר מיר אין די שערן נושא,.
 
איינער מיט עקספיריענס מיט א שפיצל אויב עס איז מעגליך
איך האלט שוין א שטיק צייט נישט שערן די שאלה איז וויפיל מער קען איך אנגיין
 
די פראבלעם איז אז איך האלט שוין נאכן האבן א שמועס דערוועגן, איך האב איר געפרעגט איין נאכט נאכן זינקען אביסל מיט איר אין מעמארי לעין, ווי אזוי ס'האט זיך געפילט דאלמאטס ווען איר מאמע איז איר געקומען שערן, זי זאגט אז זי איז בכלל נישט טראמאטייזט דערפון, זי האט געפילט ווי ס'באלאנגט אזוי, בקיצור נאכן שמועסן אזוי פאר א שיינע 15 מינוט זאג איך איר, ווייב טייערע, איך בין פארחאלעשט צו זעהן דיין הערליכע פעיס צוזאמען מיט דיין האר, און איך האב איר געפרעגט צו מ'קען בכלל האבן אזא דוסקאסיע, די תירוץ איז געווען שיינערהייט, לא מיט א א'.

איך זעה נישט קיין האופ פאר מיר אין די שערן נושא,.
איך זעה די עולם באווארפט מיר מיט סעד אימאודזשיס, איך זיץ נישט ממש אין טרויער דערוועגן, איך וויל פשוט וויסן צו איך זאל צומאכן דעם סובדשעקט אין מיין קאפ? אדער ס'איז א זאך וואס איך טאר נישט אויפגעבן.

האט א מאן בכלל א סעי וואס זיין פרוי טוט צו איר באדי?
 
די מיטלייד איז געווען ווייל ס'האט אויסגעזען ווי ביסט געגאנגען זייער איידל און שיין מיט עס, אויף אן אופן וואס עפנט אמאל די טיר אויפן אנדערע זייט, און ס'איז נישט געגאנגען אזוי גיט ווי ס'האט געקענט זיין. געוויסע פרויען וואלטן אזא פאל געזאגט אז זיי וועלן עס איבערטראכטן, וכדומה. אבער ס'איז אויך גארנישט ראָנג (אין מיין אפיניען) אז א פרוי איז קלאר אויף איר מהלך, יתכן אז ס'איז צוליב די קאפוויי מיט פאמיליע אדער מקוואות ווי אויסגעשמועסט בעפאר, במילא איז זי קלאר אז "זי גייט נישט אין יענע דירעקשען", ווי איינער זאגט, מה לי לצרה הזאת? לאמיך געמאכט.

אויב איך מעג געססען, האט זי א געזונטע זעלבסט זיכערקייט און שטארקייט, וואס די עפרישיעיטסט 99% פון די צייט. דאס איינע מאל האט עס געארבעט נישט צו דיין צופרידנהייט, גם זה יעבור. (אנטשולדיגט פאר די אומגעבעטענע טערעפי סעשען. לפחות טשארדזש איך נישט פארדעם).

צו א מאן האט א סעי וואס א פרוי טוט צו איר באדי? אידישליך-ווייז לכאורה נאר אויף איר צו מאכען ערליכער און פארשטייט זיך נאר מיט א ריכטיגע צוגאנג. גויאישלעך-ווייז עבסלוטלי נאַט, קענסט געבען דיין רעקוועסט אבער אָלטאָמעטלי איטס אָפ טו היער. נאכדערצו אויף אן ענין וואס ביז מיטגעגאנגען מיט עס ביז יעצט, בלא יודעים צו באונס, ס'איז געווען שתיקה כהודאה. אויף ענגליש זאגט מען "איטס טאָפ".
 
מאכט סענס, ס'האט מיר אבער געבאדערט אז זי האט עס ניטאמאל געוואלט אויסשמועסן, זי האט עס געמאכט פאר א נאו טאלק זאון.

גראדע נישט ממש, נאר דא איז עס ממש געווען א הוראת שעה.

איך רעדט מער אין די אלגעמיינע גויאישע וועלט אין הלכות שלום בית. קען א פרוי דיסיידען צו אפשערן איר האר? אדער איר מאן קען איר צירוקהאלטן.
 
איך זעה די עולם באווארפט מיר מיט סעד אימאודזשיס, איך זיץ נישט ממש אין טרויער דערוועגן, איך וויל פשוט וויסן צו איך זאל צומאכן דעם סובדשעקט אין מיין קאפ? אדער ס'איז א זאך וואס איך טאר נישט אויפגעבן.

האט א מאן בכלל א סעי וואס זיין פרוי טוט צו איר באדי?
אבסעלוטלי!!!! רב האי גאון שרייבט "תבא מאירה פאר א פרוי וואס באפוצט זיך נישט פאר איר מאן " דאס הייסט אז אויב דער מאן וויל עפעס (ווילאנג ס'איז נישט קעגן די תורה) איז זי מחוייב עפ''י תורה צו פאלגן ''איזהו אשה כשירה שעושה רצון בעלה'' און אויב דער מאן זאגט איר נישט וואס ער וויל פון וואו זאל זי וואוסן?
 
הרב דזשעמיניי ברענגט אויף דעם ווי פאלגענד: אָלטאָמעטלי, האט א פרוי די פולע רעכטען אויף איר גוף, אריינגערעכנט איר האר. הגם פארטנערס אין א געזונטע רילעישענשיפ וועלען געווענליך אויסשמועסן גרעסערע טוישונגען אויסן געמיינזאמע רעספעקט, ליגט אבער די פיינעל באשלוס אינגאנצן ביי איר. עכ"ל

גענוג קלאר און גענוג גויאיש?
 
מאכט סענס, ס'האט מיר אבער געבאדערט אז זי האט עס ניטאמאל געוואלט אויסשמועסן, זי האט עס געמאכט פאר א נאו טאלק זאון.

גראדע נישט ממש, נאר דא איז עס ממש געווען א הוראת שעה.

איך רעדט מער אין די אלגעמיינע גויאישע וועלט אין הלכות שלום בית. קען א פרוי דיסיידען צו אפשערן איר האר? אדער איר מאן קען איר צירוקהאלטן.
פרעגט פעגי,
הלכה'דיגע איז עס א אלטע מחלוקה אין די גמרא צו זי קען זאגן איך גיי מיט א שייטל איז עס גענוג, אדער די מאן קען ווילן דווקא איר האר,

איך וואלט דיר געזאגט אויב ווערסט משוגע פאר איר האר פאלאנג עס אויב נישט לאזן עס לויפן
 
איך זעה די עולם באווארפט מיר מיט סעד אימאודזשיס, איך זיץ נישט ממש אין טרויער דערוועגן, איך וויל פשוט וויסן צו איך זאל צומאכן דעם סובדשעקט אין מיין קאפ? אדער ס'איז א זאך וואס איך טאר נישט אויפגעבן.

האט א מאן בכלל א סעי וואס זיין פרוי טוט צו איר באדי?
וואסערע קאפ צודעק גייט זי?
 
אבסעלוטלי!!!! רב האי גאון שרייבט "תבא מאירה פאר א פרוי וואס באפוצט זיך נישט פאר איר מאן " דאס הייסט אז אויב דער מאן וויל עפעס (ווילאנג ס'איז נישט קעגן די תורה) איז זי מחוייב עפ''י תורה צו פאלגן ''איזהו אשה כשירה שעושה רצון בעלה'' און אויב דער מאן זאגט איר נישט וואס ער וויל פון וואו זאל זי וואוסן?
ווי איז דער רב האי גאון?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין מיין קובץ חידו"ת לב"ק ווערט דערמאנט אז שערן די האר איז לכאו' אן ערנסטע חשש פון בל תשחית
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אבסעלוטלי!!!! רב האי גאון שרייבט "תבא מאירה פאר א פרוי וואס באפוצט זיך נישט פאר איר מאן " דאס הייסט אז אויב דער מאן וויל עפעס (ווילאנג ס'איז נישט קעגן די תורה) איז זי מחוייב עפ''י תורה צו פאלגן ''איזהו אשה כשירה שעושה רצון בעלה'' און אויב דער מאן זאגט איר נישט וואס ער וויל פון וואו זאל זי וואוסן?
און וואס וואלסטו געזאגט אויף א מאן וואס וויל אז זיין ווייב זאל זיך אנהייבן שערן? (ווען מנהג בית אמה איז זיך נישט צו שערן. איר מאמע און שוועסטערס שערן זיך נישט) דעמאלטס איז אויך איזהו אשה כשרה שעושה רצון בעלה, אדער דעמאלטס וואלסטו געהאלטן אז א מאן האט נישט קיין רעכט.

אדער לאמיר זאגן איינער וויל זיין ווייב זאל גיין מיט א שפיצל, און מנהג אמה איז גיין מיט אן אפענע שייטל. איז אויך גילטיג די מאמר איזהו אשה כשרה?

אויב קענסטו זאגן קלאר אז יא, פארשטיי איך דיר דא אויך. דו האלטסט אז די פרוי איז גענצליך משועבד פארן מאן. אבער אויב נישט, דאן קענסטו דא אויך נישט ניצן קיין מאמרים. א מאמר גייט ביידע וועגן.

עכ''פ. איך בין זיכער אז געוויסע וואס לייקן דיין פאוסט, וואלטן עס נישט געלייקט ווען דו שרייבסט פארקערט.
 
הונדערט פראצענט ס'גייט ביידע וועגן (לגבי זיך אפשערן ווענדט זיך עס אין די מצב אויב איז זי א ספרדישע למשל און ביי זיי האט מען זיך נישט געשוירן קען זיין א שאלה פון לא יהיה כלי גבר על אשה)
 
Back
Top