שבתות ויו"ט פארברענג

אינטעליגענט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
555
רעאקציע ראטע
1,709
א גוטן ערבי יו"ט, ווי מ'גרייט זיך צו די יו"ט האב איך געקלערט אז ס'איז א צייט צו טראכטן פון די וואס זייער יו"ט איז "נישט" אויף די מעינסטריעם נוסח.
איך האב עס איבערגעשמועסט מיט די הנהלה און זיי האבן מיר געגעבן די OK אז מ'מעג עפענען א שנירל אויף דערווייל.

וויבאלד דא אין קרעמל זענען דא אוטידי'ס און ס'איז א נקודה אין דעם פלאץ אז מיר זאלן מעגן זיין זיך אן זיך פארשטעקן און צווישן מיר און @שפרה לאווען און @חוקר ודורש איז שוין דא א עולם און ס'איז מסתמא דא נאך... מיין איך מ'זאל מעגן זיך דורכרעדן אפילו אין צייטן ווען אנדערע זענען נישט אנליין, אמאל האב איך דוקא צייט סוף וואך פארוואס דארף מען זיין געבינדן צו א זמן? איך זעה אז דא איז דא א פריוואטע שנירל שוין, ווער עס איז נישט אינטערסירט אדער עס טריגערט זיי מוז נישט דא ליינען, איך מוז אבער נישט ווערן שטיל פאר 25 שעה...

אין פאליש פלעגט אויך ליידער זיין א שבת ווינקל, נישט דוקא אז מ'מוז קאנדאנען חילול שבת לאל אבער ווער עס איז ממילא פארוואגלט זאל דא קענען שמועסן... כאטש א גוט שבת זאגן! א אידיש ווארט...

אפשר איז עס נאר מיין דאגה און קיינער איז נישט נייגעריג, לאמיר זעהן...
 
הלוואי פאר מיר געזאגט איינמאל איך בין אינדער היים .. שוין וויל איך נישט רעדען ווייטער,
פאר 11 טאג ג'יי איך זיין אויסגעשלאסן ג'יי ווייס פארוואס נאר פאר פחד ווייל איך הייס את נארמאלע מענטש און גאס, אפשר אביסעל אן אנגזענער שוין דארף מען ליידן אבער ווארטס איך קום נאך צריק....
 
כ'וועל מן הסתם נישט קאמענטן ווען ביי מיר איז שבת.

אבער אין די צייטן וואס כ'האב גענוצט א פאון אום שבת (זיך פארלאזנדיג אז ס'איז מותר אדער אז ס'איז נישט שבת?) האבעך געזעהן ציווישען פערציג און זעכציג מענטשן זעהן מיין פרייטאג'דיגע סטאטוס אויף שבת. ציווישען זיי ציילן זיך מענטשן וואס טוהן אין חינוך, קירוב, תלמידי חכמים, מייסדי מוסדות, ובעלי חיזוק מיט גרויסע בערד. ס'קוקט מיר אויס ווי ס'איז א חלק פונעם דיעל פונעם היינטיגען דור 'מ'פראבירט נישט קיינעם צו טריגערן, ווער ס'דארף נישט וויסן ווייסט נישט'
זינגערס און סעלעבס וואס רייכענען ביי שבת סאַבּאַבּאַ אבער זינגן מיטן קאפל.
רידערעס און סטארס מיט א גירל פרענד.
מ'מאכט עס נישט אבוויעס כדי דער וואס וויל נישט וויסן זאל נישט וויסן.

אבער כ'האב אמאל געלייגט א קאמענט דערוועגן אויף א גרופע אום שבת און איינער האט מוחה געווען אז ס'איז נישט רעספעקטפול פאר די שומרי שבת פונעם גרופע.

כ'זעה נישט פארוואס מ'דארף מאכן א באזונדערע שנירל פאר קאמענטארן אין שבת, מ'קען זיך פונקט אזוי אפרעדן צו ווייטער קאמענטן און קיינער דארף נישט באטראכטן ווען ס'איז ארויפגעלייגט געווארן.

אבער ס'קען זיין אז דעם שנירל וועט אמאל צוניץ קומען פאר א ברודער אין א שווערע מינוט וואס וועט זיך מחזק זיין מיט א ליבליכן גוט שבת פון א חבר. נו אויב אזוי, ווי האט דער אמשינאווער געזאגט צו זאגן פאר דער וואס רייכנט אום שבת 'זאג כאטש לכבוד שבת!
 
מיט די פולסטע רעספעקט פאר יעדן׳ס געפילען און וועג פון טראכטן, איז מיר זייער אינטערסאנט די געפילן צו געפילישע אידישקייט וואס געוויסע או.טי.די׳ס האבן. אין א סענס קענעך זאגן הלוואי אויף מיר געזאגט, צו זיין מקושר בלב ונפש צו יהדות 🫣.

ס׳דערמאנט מיר וואס א חבר וואס איז געווארן אביסל אויפגעקלערט און זיך געצויגן פון ווילי צו מאנסי האט מיר געזאגט; איך בין שוין ארויס פון וויליאמסבורג, אבער די שאלה יעצט איז, וויאזוי נעמט מען ארויס וויליאמסבורג פון מיר…?
 
אפשר אביסעל אן אנגזענער
ביסט א מזרח וואנט זיצער מיט א שפאגל שווארצע עסקעלעיד, מיט אן אכצן הונדערט דאלארדיגן אתרוג, וואס איז מקפיד אויף תנור ראשון לאחר חצות מצות פאר גאנץ פסח? סתם נייגעריג וואספארא מין אנגזענער מענטש דו ביסט??🤣 דו טוהסט אפשר אויך וואלענטירישע ארבייט פאר א וועד החינוך אדער אפשר באלאנגסטו גאר צו עפעס א וועד ההורים??
 
כ'וועל מן הסתם נישט קאמענטן ווען ביי מיר איז שבת.

אבער אין די צייטן וואס כ'האב גענוצט א פאון אום שבת (זיך פארלאזנדיג אז ס'איז מותר אדער אז ס'איז נישט שבת?) האבעך געזעהן

אדער בדרך היתר אז א פאון אום שבת איז די ווערסיע פון מנוחה צו וואס חכמני ז"ל האבן נישט באגריפן
ציווישען פערציג און זעכציג מענטשן זעהן מיין פרייטאג'דיגע סטאטוס אויף שבת. ציווישען זיי ציילן זיך מענטשן וואס טוהן אין חינוך, קירוב, תלמידי חכמים, מייסדי מוסדות, ובעלי חיזוק מיט גרויסע בערד. ס'קוקט מיר אויס ווי ס'איז א חלק פונעם דיעל פונעם היינטיגען דור 'מ'פראבירט נישט קיינעם צו טריגערן, ווער ס'דארף נישט וויסן ווייסט נישט'
זינגערס און סעלעבס וואס רייכענען ביי שבת סאבאבע אבער זינגן מיטן קאפל.
רידערעס און סטארס מיט א גירל פרענד.
מ'מאכט עס נישט אבוויעס כדי דער וואס וויל נישט וויסן זאל נישט וויסן.

אבער כ'האב אמאל געלייגט א קאמענט דערוועגן אויף א גרופע אום שבת און איינער האט מוחה געווען אז ס'איז נישט רעספעקטפול פאר די שומרי שבת פונעם גרופע.
לאל, יא איך זעה אז ס' נאך דא אידן די ביישנים מיוטעישן אינעם די ען עי, אנשטאט זאגן פאק די שומרי שבת ניין, איך אליין פאר מיר געב נישט קיין שיט אבער יענער זאל מיר נישט מוחה זיין, טוה איך מיינס.
איך האב טאקע באמערקט עטליכע ריפלייס דא אום שבת, איך האב נאר נישט געוויסט אז ס'איז אפישל, איך האב ליב אפישל.
כ'זעה נישט פארוואס מ'דארף מאכן א באזונדערע שנירל פאר קאמענטארן אין שבת, מ'קען זיך פונקט אזוי אפרעדן צו ווייטער קאמענטן און קיינער דארף נישט באטראכטן ווען ס'איז ארויפגעלייגט געווארן.

אבער ס'קען זיין אז דעם שנירל וועט אמאל צוניץ קומען פאר א ברודער אין א שווערע מינוט וואס וועט זיך מחזק זיין מיט א ליבליכן גוט שבת פון א חבר. נו אויב אזוי, ווי האט דער אמשינאווער געזאגט צו זאגן פאר דער וואס רייכנט אום שבת 'זאג כאטש לכבוד שבת!
 
לעצט רעדאגירט:
מיט די פולסטע רעספעקט פאר יעדן׳ס געפילען און וועג פון טראכטן, איז מיר זייער אינטערסאנט די געפילן צו געפילישע אידישקייט וואס געוויסע או.טי.די׳ס האבן. אין א סענס קענעך זאגן הלוואי אויף מיר געזאגט, צו זיין מקושר בלב ונפש צו יהדות 🫣.

ס׳דערמאנט מיר וואס א חבר וואס איז געווארן אביסל אויפגעקלערט און זיך געצויגן פון ווילי צו מאנסי האט מיר געזאגט; איך בין שוין ארויס פון וויליאמסבורג, אבער די שאלה יעצט איז, וויאזוי נעמט מען ארויס וויליאמסבורג פון מיר…?
נו טאקע? ווייס אביסל עקסעפטענס, האלז ארום א ברודער...

איך פיל דיין ליבע דורכ'ן פאפיר, עמי ביזט א גוטע מענטש! ניין איך האלט מיך נישט פאר די גרויסע צדיק, איך בין נאר זייער ליבעראל און פעשינעט פאר אינקלוסיוויטי פארוואס דארף די איין קרעמלער זיין אין דאוט ווייל מ'וועט זיי אראפקוקן? ס'איז דא פון אלעם, יעדער זאל פילן באקוועם, אויב נישט פארוואס איז מען אוועק פון קאווע, טוטס אויס די פארס'מטע מאסקעס!

יא איך דארף נישט קיין שבת, איך דארף מיין ספעיס! "מיין שבת"
 
ביסט א מזרח וואנט זיצער מיט א שפאגל שווארצע עסקעלעיד, מיט אן אכצן הונדערט דאלארדיגן אתרוג, וואס איז מקפיד אויף תנור ראשון לאחר חצות מצות פאר גאנץ פסח? סתם נייגעריג וואספארא מין אנגזענער מענטש דו ביסט??🤣 דו טוהסט אפשר אויך וואלענטירישע ארבייט פאר א וועד החינוך אדער אפשר באלאנגסטו גאר צו עפעס א וועד ההורים??
אמפ"ג די תנור ראשון... און די ליטוואקעס האבן אזוי 60% רידזשעקט רעיטס וואס זענען נישט גענוג כשר גיטס מיר א ברעיק... ס'איז דא היינט גוטע הילף פאר דעם איך זאג ענק, זיי טוען אויף א וועלט!
 
די איינציגסטע רוחניותדיגער זאך וואס איך אינדשוי נאך פינעם שבת איז דאס נישט נוצן די פאון שבת.

נאכן זיין עדיקטעט דערצו א גאנצע וואך...

די דיסטרעקשאן איז אזוי דערפרישענד אין געזונט, אין פארשטיי נישט ווי אנדערע לעבן אן דעם.
 
זייער אמת פאר מיר.
 
כ'וואלט נישט געזאגט אז ס'איז די איינציגסטע זאך ביי מיר אבער ס'איז דעפענעטלי א גרויסע פארט פון מיין שבת עקספיריענס.

כ'ארבעט יעצט עס אריבער צוברענגן אויף די ששת ימי המעשה...
 
גא"מ. דאס איז הצלת נפשות. איך ווייס נישט וויאזוי איך וואלט סורווייווד אן זיין דיסקאנעקטעד פון אינטערנעט אויף שבת
 
ביסט א מזרח וואנט זיצער מיט א שפאגל שווארצע עסקעלעיד, מיט אן אכצן הונדערט דאלארדיגן אתרוג, וואס איז מקפיד אויף תנור ראשון לאחר חצות מצות פאר גאנץ פסח? סתם נייגעריג וואספארא מין אנגזענער מענטש דו ביסט??🤣 דו טוהסט אפשר אויך וואלענטירישע ארבייט פאר א וועד החינוך אדער אפשר באלאנגסטו גאר צו עפעס א וועד ההורים??
די ערשטע נישט אביסעל פון די צווייטע
 
איך מוז אבער נישט ווערן שטיל פאר 25 שעה...
אז דו העפענסט שוין א שנירל ערב יום טוב
זאג שוין אז דאס איז א בחינה פון מעבדות לחירות
צו קענען טוהן ווי אזוי מ׳וויל אן קיין דין וחשבון פאר קיין שום האר
 
די איינציגסטע רוחניותדיגער זאך וואס איך אינדשוי נאך פינעם שבת איז דאס נישט נוצן די פאון שבת.

נאכן זיין עדיקטעט דערצו א גאנצע וואך...

די דיסטרעקשאן איז אזוי דערפרישענד אין געזונט, אין פארשטיי נישט ווי אנדערע לעבן אן דעם.
אה דאס איז די עקסטרעמע קראנקע קיצוני חרדי טאלק: אדער שווארץ אדער ווייס.
איז לאמיר עס אביסל אויסקלארן
ווער האט געזאגט אז מיין נוצן טעכנאלאגיע מיינט אז איך מוז עס נוצן 12 שעה און טאנצן פון עפפ צו עפפ און זיין טויט ביזי? ס'הייסט צווישן יא נוצן און נישט נוצן בכלל איז נישט דא קיין מידל גראונד?

איך מיין צו זאגן האו אבאוט מיין דעפינישן פון שבת וינפש איז נאכן ענדיגן דעם קארטאפל קוגל מיטן בהמה אדער הינדל פלייש וויל איך ענדיגן דעם טאג מיט פאררייכערן א downer אויפן סאפע (קאוטש לאוקער בלע"ז)
מיט א ברייטן אכציג אינטישיגן קלוגע טעלעוויזיע סקרין און "אנוויינדן" מיט א מאווי? איך האלט אפילו נישט חשבון וואס ס'שפילט אדער וואס די מעשה איז! איך טשיל אוועק... איך האלט נאך שבת אויך! נישט איך זוך צו זיין א חצוף....

און רבינו הקדוש צו עזרא הסופר וואס האבן דאס אין זייער לעבן נישט אויספרובירט, ווייל מ'האלט נאך טויזנטע יאר פאר די יוונים און די רוימענס האבן אנדעקט שאו ביזנעס קומט מיר אויפקלערן וואס רוען שבת מיינט? כ'פארשטיי נישט.

אז דו ווילסט נישט איז נישט, איך האב נישט קיין טענות, ס'איז סתם א פערספעקטיוו פון וואס רילעקסן מיינט ביי מיר

א טאג וואס מ'ארבעט נישט זאל זיין א טאג וואס מ'טוט וואס די הארץ גלוסט, גיין אויף א הייק, גיין אין א ווארימע שוויץ, קוקן א מאווי וואס מ'האט נישט אנגעיאגט. אבער אלע פון די זאכן זענען ליידער מלאכות... אלטע זאך אז רעליגיע נעמט ארויס די פאן פון לעבן. וואס איז דאס?

ווער רעדט נאך פון די פאוסט האק רעשינאלזעישן אז איינמאל מ'האט דיר שוין געגעבן די פיל און דו שלונגסט עס שוין יארן, אוודאי וועסטו נאר זעהן אז ס'איז א גוטע און געזונטע זאך וואס די גאנצע וועלט דארף טאקע נאכמאכן, איך גיי נישט אריין אין דעם, איין זאך העל איך דיר יא זאגן די וועלט וואס מאכט עס נאך האט א טשויס...
 
לעצט רעדאגירט:
כ'וואלט נישט געזאגט אז ס'איז די איינציגסטע זאך ביי מיר אבער ס'איז דעפענעטלי א גרויסע פארט פון מיין שבת עקספיריענס.

כ'ארבעט יעצט עס אריבער צוברענגן אויף די ששת ימי המעשה...
שווערע הונדערטע טויזנטע רעפארמער באווייזן עס וואך נאך וואך
 
Back
Top