שבתות ויו"ט פארברענג

דאס איז פשוט,
מען קען פרעגן פון די וואס פרעקטיסן דעם שבת מיט די חומרות חז"ל צי זיי פילן מנוחה - קאמפערד צו די וואס האלטן נישט,
מען קען נעמען א סייענטיפיק סטאדי צו וויסן די רעזולטאטן -
לויט מיין השערה, וועט עס קאנפירמען אז שמירת שבת כהלכתה איז דאס וואס מאכט עס שבת מנוחה.
דו רעדסט אין טעאריע, אפשר גייסטיש במביט רוחני, און איך גיב דיר 100% גערעכט, איך היט אויך פולקאם דעם שבת און איך האב ב"ה אמת'ע מנוחה.
איך גיי נישט מחלל שבת זיין ח"ו צוליב מיין קשיא, איך פרעג נאר פאר אינטרעסאנטקייט, אויך נאר טעארעטיש.
האלטסט באמת אז איינער וואס היט שבת כהלכתה אבער אינמיטן שבת גיט ער א רוק איין סוויטש זיך באקוועם צו מאכן, גייט עס שטערן די "אמת'ע" מנוחה?
 
קהלת דעסקרייבט שוין די תענוגים שרים ושרות שדה ושדות (וואטעווער איט מיענס) "הגדלתי על כל". ער איז מעיד אז ער האט זיי אלע געטעיסט. קענסט אים גלייבן, אז מען האט אלף נשים דארף מען מרבה זיין בתענוגות בני אדם.

אבער די אלע תענוגים קומט נישט צו צו "בא שבת בא מנוחה" – מנוחת אמת ואמונה.
איך בין מסכים, אבער די גרעסטע עונג שבת וואס א פרומער האט ביי זיין שבת קומט נישט צו כאין וכאפס וואס א OTD האט ווען ער פארט אויף א הייוועי שבת, ווען די טעיפ שפילט י-ה אכסוף, צו אנדערע שבת ניגונים,
 
יא , ווייל די תורה האט געמאכט כללים , 39 מלאכות אבות ותולדות, אוודאי איז דרוקן א קנעפל א קלייניקייט, אבער ווי לייגסטי די ליין.

סערווירן עסן קען מען נישט פאר שבת, אנצידן הייצונג קען מען יא .

מאך זיכער אז דיין הייצונג איז אנגעצונדן פאר שבת. און ס'איז דא א געוויסע רואיגקייט און ווייסן אז דאס איז מ'רוקט נישט ארויף מ'רוקט נישט אראפ, איטס אלל סעט
איך ספק׳ע זיך אויב ביזט העכט איינגערעדט אדער די רעדסט זיך איין אז דו קענסט אונז איינרעדן אז אזוי ארבעט עס
 
אויב וואוין איך אויף די צענטע שטאק אין די פראשזעקטס זאל איך ענדעשער ענדזשויען מיין צען שטאקיגע שפאציר, ווי ענדעשער נעבעך דארפן קוועטשען מיט מיין גאנצע כח די באטען פון די עלעוועיטער?
 
דו רעדסט אין טעאריע, אפשר גייסטיש במביט רוחני, און איך גיב דיר 100% גערעכט, איך היט אויך פולקאם דעם שבת און איך האב ב"ה אמת'ע מנוחה.
איך גיי נישט מחלל שבת זיין ח"ו צוליב מיין קשיא, איך פרעג נאר פאר אינטרעסאנטקייט, אויך נאר טעארעטיש.
האלטסט באמת אז איינער וואס היט שבת כהלכתה אבער אינמיטן שבת גיט ער א רוק איין סוויטש זיך באקוועם צו מאכן, גייט עס שטערן די "אמת'ע" מנוחה?
מנוחת אמת ואמונה,זאגט דער נוסח ביי מנחה שבת
לפי דבריך, איז זייער נכון די פשט, אז די מנוחה קומט מיט אמונה,מען גלייבט די מסורה אין די הלכה וואס עס מיינט מנוחה , און דרוקען א סוויטש פון אלקטרי נעמט אוועק די מנוחת אמת ואמונה .
 
איך פערזענליך בין זייער העפי צו האבן off שבתים און ימים טובים פונעם טעלעפאן און טעכנאלאגיע, עס רויבט מיר גענוג צייט אוועק במשך די ששת ימי המעשה, אבער איך פארשטיי אז נישט יעדער איז אזוי.

וואס מיר שטערט אבער און כ'וויל פארשטיין איז, די דעפיניציע פון מנוחה האט זיך שוין טויזענט מאל געטוישט פון די צייטן וואס די אידן האבן ערהאלטן די מצוה פון שבת אין מרה, און פון מען האט געבויעט דעם משכן. אויב איז שבת באמת א מתנה, וואלטן אזויפיל זאכן געדארפט זיין אנדערש!

ווינטער. עס איז ביטער קאלט. מיט איין רוק פון א קנעפל קען איך אנצינדן די הייצונג.
זומער, שרעקלעך הייס און יומיד. מיט א פשוט'ע קוועטש פון טערמאסטאט האב איך פיינע עירקאנדישן.
די לעקטער אין מיין בעדרום איז בטעות געבליבן אנגעצינדן און איך קען נישט אזוי שלאפן. מיט א פיצעלע רוק פון א סוויטש איז די זאך מסודר.
מיין קאפ טוט וויי, איין קליינע פיל פון מיין מעדיצין טשעסט קען קעהר נעמען דערפון.
און אזוי ווייטער און ווייטער.

אבער אסור אסור אסור. מען טאר נישט. ווי אזוי איז דאס מנוחה? ווי אזוי איז דאס א מתנה?
נישט געוויסט אז ס'זענען נאך דא אידן, וואס אויב האט מען פארגעסן אנצוצינדן עיר קאנדישן, אדער פארגעסן אויסצולעשן די לעקטער, שלאפט מען אזוי,

ביי אונז האט מען אויסגעלערנט וויאזוי מ'געבט זיך אן עצה דורך א תינוק אדער גוי וכו',
 
אז מ'האט א תינוק אדער א גוי איז טאקע צומאל גרינגער, אבער הני מילי בדאיכא וכו'...
 
אויב וואוין איך אויף די צענטע שטאק אין די פראשזעקטס זאל איך ענדעשער ענדזשויען מיין צען שטאקיגע שפאציר, ווי ענדעשער נעבעך דארפן קוועטשען מיט מיין גאנצע כח די באטען פון די עלעוועיטער?
דו האסט געכאפט די תורה ביים ווארט אויף א קליינע דיטעל. אידישקייט איז א סיסטעם און יעדער סיסטעם האט לעכער. מ'קען קוקן אויף די ביג פיקטשער און מ'קען בלייבן סטאק מיט א קליינע דיטעל און אוועקמאכן די גאנצע זאך. אזוי ווי די נחש מיט די עץ הדעת (העי, האסט אנגערירט און נישט געשטארבן), קרח מיט די טלית שכולה תכלת, אדער די מעשה מיט די ארימע אלמנה, צדוק מיט די מימרא פון זיין רבי וועגן שכר, דעי תנא (כ'האב פארגעסן זיין נאמען) וועגן די למען ירבו ימיך פון שילוח הקן, און נאך משלים וואס די גמרא ברענגט.

לענינינו לגבי עלעוועיטערס, שמירת שבת באופן כללי איז דעזיינט מיט א מורא'דיגע חכמה צו געבן פולשטענדיגע אמת'ע מנוחה פאר א יוד ביום השבת, דא און דארט זענען דא פרטיות'דיגע לעכער (אדם פרטי, במקרה פרטי) וואס איז לא ימלט אז אזא ברייט פארצווייגטע סיסטעם זאל נישט האבן קיין לעכער דא און דארט.
אבער, דא איז איז דא אן עדווענטעדזש וואס נישט יעדע אלטע סיסטעם האט, ובפרט די וואס לויפן שוין פאר יארן: מ'האלט אין איין אפדעיטן די סיסטעם, כדי צו קאווערן אט די לעכער וואס איז נאכנישט געווען בזמן וואס מ'האט געבויט די סיסטעם.

ס'איז דא אסאך דוגמאות אויף דעם, אבער איך וועל מיך באציען צו דיין דוגמא פון איינער וואס וואוינט אויפן צענטע שטאק.

די פראבלעם איז נישט באשטאנען גלייך אין אנהייב, און אפי' שפעטער אויך נישט. ביז די מלחמה איז כמעט נישט געווען אזא זאך פון וואוינען אויף הויכע שטאקן, און אפי' שפעטער ווען מ'האט אנגעפאנגען איז נישט גלייך געווען עלעוועיטערס איבעראל, דאס הייסט אז די שטאקן איז געווען א כלליות'דיגע פראבלעם נישט נאר שבת, און אפי' שבת איז דאס אין אנהייב נאר געווען אין אמעריקא, וואס למעשה די נערוו צענטער פון יודישקייט איז, זייט'ן קריג, אין ארץ ישראל.

איינמאל דער פראבלעים איז אנגעקומען אין א"י, האט מען נישט לאנג דערנאך געפיקסט דעם פראבלעם. מ'האט געמאכט א שבת עלעוועיטער. איי נישט יעדער ניצט עס? ווארט, געב עס צייט. געב עס אפאר יאר און ס'גייט ווערן א לעגיט זאך. איי די 30, 40, יאר וואס מ'האט זיך געמוטשעט (א קליינע פראצענט מענטשן מיט א קליינע פראצענט פונם כלליות'דיגע שבת)? פארפאלן, אזוי גייט עס מיט א קאמפליצירטע סיסטעם. ס'נעמט צייט ביז מ'פיגערט אויס די נייע לעכער, ביז מ'טרעפט סעלאשענס און ביז די עולם הייבט עס אן נוצן.

און ס'קען זיין נאך דוגמאות ווי שמירת שבת מאכט שווערער אנשטאטס גרינגער, אבער רוב פון די זאכן זענען פרטיות'דיגע זאכן, נאר נוגע פאר א קליינע פראצענט מענטשן, און מ'ארבעט אויף א סעלאשן.
 
זייער קלאר.
אמאל האב איך געמיינט אז די תורה איז נצחי, הייליג און העכער, זאגסטו מיר אז ס׳נישט און עס איז א סיסטעם ככל הסיסטעם׳ס.
סאו טון א מלאכה און שבת איז בערך אזויווי א פארקינג טיקעט.
 
זייער קלאר.
אמאל האב איך געמיינט אז די תורה איז נצחי, הייליג און העכער, זאגסטו מיר אז ס׳נישט און עס איז א סיסטעם ככל הסיסטעם׳ס.
סאו טון א מלאכה און שבת איז בערך אזויווי א פארקינג טיקעט.
די נצחיות התורה מיינט אז ס'איז constantly adjustable and adaptable צו יעדע צייט
 
אדרבה, קום אריין קלאר מיט עצות, איך טרעף עס נישט אין מיין לאקאלע שו"ע....
ביטע ,שרייב די פראבלעם אפשר וועט נולד ווערן א סאלושען , גיוועהנליך גיט מען זיך אן עצה אין די ראמען פון הלכה , עס איז גענוג עלעסטיק צו אקאמאדירן חיי יום יום כדרך העולם .
 
איך ספק׳ע זיך אויב ביזט העכט איינגערעדט אדער די רעדסט זיך איין אז דו קענסט אונז איינרעדן אז אזוי ארבעט עס
איז אזוי, דיך איינרעדן גיי איך נישט און וויל איך נישט, זאל יעדער טראכטן און טון וואס ער וויל.

יעצט אויף דיין ערשטע שאלה צו איך בין איינגערעדט, קען איך דאך נישט וויסן ווייל אויב איך בין איינגערעדט בין איך דאך איינגערעדט.
 
זייער קלאר.
אמאל האב איך געמיינט אז די תורה איז נצחי, הייליג און העכער, זאגסטו מיר אז ס׳נישט און עס איז א סיסטעם ככל הסיסטעם׳ס.
סאו טון א מלאכה און שבת איז בערך אזויווי א פארקינג
לא זכיתי להבין דבריך הקדושים.

פארוואס איז נצחי א סתירה מיט א סיסטעם?

און אויב עס איז פארט פון א סיסטעם וויזוי ווערט עס אזוי ווי א פארקינג טיקעט ?
 
Back
Top