אויב וואוין איך אויף די צענטע שטאק אין די פראשזעקטס זאל איך ענדעשער ענדזשויען מיין צען שטאקיגע שפאציר, ווי ענדעשער נעבעך דארפן קוועטשען מיט מיין גאנצע כח די באטען פון די עלעוועיטער?
דו האסט געכאפט די תורה ביים ווארט אויף א קליינע דיטעל. אידישקייט איז א סיסטעם און יעדער סיסטעם האט לעכער. מ'קען קוקן אויף די ביג פיקטשער און מ'קען בלייבן סטאק מיט א קליינע דיטעל און אוועקמאכן די גאנצע זאך. אזוי ווי די נחש מיט די עץ הדעת (העי, האסט אנגערירט און נישט געשטארבן), קרח מיט די טלית שכולה תכלת, אדער די מעשה מיט די ארימע אלמנה, צדוק מיט די מימרא פון זיין רבי וועגן שכר, דעי תנא (כ'האב פארגעסן זיין נאמען) וועגן די למען ירבו ימיך פון שילוח הקן, און נאך משלים וואס די גמרא ברענגט.
לענינינו לגבי עלעוועיטערס, שמירת שבת באופן כללי איז דעזיינט מיט א מורא'דיגע חכמה צו געבן פולשטענדיגע אמת'ע מנוחה פאר א יוד ביום השבת, דא און דארט זענען דא פרטיות'דיגע לעכער (אדם פרטי, במקרה פרטי) וואס איז לא ימלט אז אזא ברייט פארצווייגטע סיסטעם זאל נישט האבן קיין לעכער דא און דארט.
אבער, דא איז איז דא אן עדווענטעדזש וואס נישט יעדע אלטע סיסטעם האט, ובפרט די וואס לויפן שוין פאר יארן: מ'האלט אין איין אפדעיטן די סיסטעם, כדי צו קאווערן אט די לעכער וואס איז נאכנישט געווען בזמן וואס מ'האט געבויט די סיסטעם.
ס'איז דא אסאך דוגמאות אויף דעם, אבער איך וועל מיך באציען צו דיין דוגמא פון איינער וואס וואוינט אויפן צענטע שטאק.
די פראבלעם איז נישט באשטאנען גלייך אין אנהייב, און אפי' שפעטער אויך נישט. ביז די מלחמה איז כמעט נישט געווען אזא זאך פון וואוינען אויף הויכע שטאקן, און אפי' שפעטער ווען מ'האט אנגעפאנגען איז נישט גלייך געווען עלעוועיטערס איבעראל, דאס הייסט אז די שטאקן איז געווען א כלליות'דיגע פראבלעם נישט נאר שבת, און אפי' שבת איז דאס אין אנהייב נאר געווען אין אמעריקא, וואס למעשה די נערוו צענטער פון יודישקייט איז, זייט'ן קריג, אין ארץ ישראל.
איינמאל דער פראבלעים איז אנגעקומען אין א"י, האט מען נישט לאנג דערנאך געפיקסט דעם פראבלעם. מ'האט געמאכט א שבת עלעוועיטער. איי נישט יעדער ניצט עס? ווארט, געב עס צייט. געב עס אפאר יאר און ס'גייט ווערן א לעגיט זאך. איי די 30, 40, יאר וואס מ'האט זיך געמוטשעט (א קליינע פראצענט מענטשן מיט א קליינע פראצענט פונם כלליות'דיגע שבת)? פארפאלן, אזוי גייט עס מיט א קאמפליצירטע סיסטעם. ס'נעמט צייט ביז מ'פיגערט אויס די נייע לעכער, ביז מ'טרעפט סעלאשענס און ביז די עולם הייבט עס אן נוצן.
און ס'קען זיין נאך דוגמאות ווי שמירת שבת מאכט שווערער אנשטאטס גרינגער, אבער רוב פון די זאכן זענען פרטיות'דיגע זאכן, נאר נוגע פאר א קליינע פראצענט מענטשן, און מ'ארבעט אויף א סעלאשן.