שְׁמֵי שָׁמַיִם

שומו שמייעם

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 23, 2025
מעסעדזשעס
187
רעאקציע ראטע
1,111
פונקטן
213
היינט בין איך עפעס אריין אין אזא מוד צי שרייבן איבער 'היינטיגע חסידישע סיסטעם' והמסתעף, אבער כ'האב עס נישט געהעריג געקענט צאמנעמן צי א מסודר'דיגע ארטיקל, החלטתי צי עפענען אזא שנירל צי פריזן מיינע געדאנקען ביז איך טרעף די צייט און פלאץ פאר א נארמאלע ארטיקל: וזה החלי בעזרת צורי וגואלי

ישמחו שמי השמים ותגל הארץ! (כ'האב געמיזט אריינלייגן די 'שמי' ווייל אז נישט וואלט עס געווען 'שיימעס'....)

א קורצע אריינפיר פאר מ'העמיר רעדן איבער די חסידישע קאמיוניטי, באקאנט די ווארט פארוואס מ'מאכט די ברכה 'שלא עשני גוי' באופן שלילי, אנשטאט באופן חיובי, 'שעשני יהודי' און די תירוץ איז "ווער קען דען זאגן אויף זיך אז ער איז דער 'איד' וואס מ'ברויך מיר צי זיין??? אבער עכ"פ א גוי בינעך זיכער נישט, מילא 'שלא עשני גוי'
הגם איך האב נישט ליב דעהם ווארט, וואס גייט אין שפאן מיט די פאר'סמ'טע מהלך וואס מ'פרעדיגט ביינונץ שטענדיג צי זיין אראפגעקלאפט אז 'איך בין נישט גוט'
אבער איך זאג עס לגבי א צווייטע זאך, ווען אונז רעדן איבער היינטיגע חסידים און יעדער איינער פארשטייט אז אונז זענען גאר גאר ווייט פון די יסודות החסידות המקורית, בפרט אין די נושא הנ"ל פון זיין פרייליך מיט די עבודת ה', וואס איז אויסגעריסן ביי אונז, ועוד ועוד ועוד, איז ווער קען דען זאגן 'שעשני חסיד'??

געב איך אבער א קוק אויפן ליטוואק און ס'שרייט זיך אויס 'שלא עשני ליטוואק'!!!!! א סיסטעם (כמעט) ווי אונזערע, עצבות, ציקלאפטקייט און פעיר פרעשור, גיסט זיך אין די מאסן, פון אידישקייט מאן דכר שמי', אויב קוועטשטו נישט אויף א שטיקל ר' חיים ביזטו נישט קאונטעט......

אויב איז דא איין געמיינדע, שיכט, קרייז, און כלל ישראל, וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט בכלל א שטיקל רצון צי געהערן דארט איז עס די ליטווישע.....
 
זייט איך בין דא אויף קרעמל האב איך שוין אזויפיל מאל מיך געטראפן מיט די צימישטקייט און אי הבנה איבער וואס פונקטליך איז די 'הגדרה' פון די 'סיסטעם'
מ'הערט נישט אויף רעדן, קלאגן, שימפן, אויפן סיסטעם, (ויש שמוסיפין הידועה לשימצה...)
ווער פירט עס? אויב איינער בכלל..... וואס זענען די כללים??? און וויאזוי האט זיך עס געפארעמט???
און די שנירל 'אונטערנעט, סיסטעם והמסתעף,' נאך וואס געוויסע האבן אראפגעלייגט די סיסטעם, כאילו עס איז דא עפעס א בונקער ווי עס זיצן רבנים אינטער די טיש און פירן אונז ביי די נאז....... ממש א דיפ-סטעיט טעאריע....
האבן עטליכע באצייכנט, אז די סיסטעם איז אויב עפעס 'אינערליך'.... נישט קיין רבנים, עסקנים.... פארשטייט זיך אז עס איז דא מוסדות, קהילות, תקנות, וכו' אבער 'רוב' פון די טענות וואס מען ווארפט ארויף אויף די סיסטעם, בעיקר אויף זאכן וואס מ'קען נישט טון, שטאמט פון פשוטע 'פעיר פרעשור' צי 'פחד' 'מה יאמרו' וכדו'.... און אפי' ווען עס איז יא דא א תקנה צי וואס, זענען ווייטער צימאל די קאנסיקווענצן עפעס וואס איז א פראבלעם נאר אלס 'פעיר פרעשור' אדער ענדליך............ נישט אז יעצט איז שוין נישטא קיין פראבלעם, ווייל זיין אריינגעדרייט אין א סאסייעטי איז א וויכטיגע זאך, אבער ווען מ'רעד פון 'אנפייפן די סיטעם' כאילו עס איז א מוחשיות'דיגע זאך איז א גרייזיגע בליק.... ווען די וועסט ארבעטן אויף די 'פחד' פון 'מה יאמרו' און איבערגעטריבענע פעיר פרעשור, וועסטו זען אז מ'קען גיין גאר ווייט....

בכלל איז דא בעצם א סימפל זאך וואס האלט אן די גאנצע זאך, דאס איז די פאקט אז אונז וואוינען באגרעניצט אין 4/5 געגנטער.... די רגע די ציסט דיך אוועק צי לדוגמא: קאסא גראנדא אריזאנע, פארשטייסטו אז קיין סיסטעם איז נישטא.... איז פארוואס נעמט נישט די עולם די מי צי מאכן נאך אזעלכע געגנטער פאר א מציאות??? ווייטער לכאורה א אינערליכע אפהאלט פון טון געוואגטע, דראסטישע זאכן.....

נו שוין..... נאכאלץ נישט פארענפערט, די הגדרה פון 'סיסטעם'....

נאך א זאך: איך האב געהאט אזא מחשבה אז די גאנצע זאך פון מגדיר זיין און רעדן פון א 'סיסטעם' איז נאר אויף א נעגאטיווע אופן, למשל ווען מ'האקט אויף דעהם, אדער ווען מ'רעדט פון די וואס האקן אויף דעהם, אבער די וואס זענען טיף אין די 'סיסטעם' האלטן בכלל נישט אז ס'דא א 'סיסטעם' נאר ליבערשט 'דאס איז אונזער לייפסטייל....' וזהו,
בינעך געווען איבערראשט די וואך שבת, איך האב געליינט אידישע אויסגאבעס, און איך האב מיך גאנצע '3' מאל אנגעשטויסן אין א זאץ וואס רעדט פון די 'סיסטעם' פארשטייט זיך אין א פאזאטיווע וועג, און ריפט עס נאך ביים נאמען, ברחל בתך הקטנה, 'סיסטעם', אין איין פאל איז עס גאר געווען באטיטלט 'הייליגע סיסטעם'.....

איינער האט גראדע גערעדט טאקע פון די חלק אז מ'טאר נישט אוועקמופן פון די 'סיסטעם' געגנטער, ווייל טאקע נאר דעיס האלט אידישקייט.... (הודאת בעל דין..... נע נישט דא קיין בעל דין.... צעמישט...) און פארדעם זענען די אידן אוועקגעפאלן פארן קריג ווייל מ'האט געוואוינט אויסגעשפרייט.....

א צווייטער האט גערעדט פון די חלק אז ביי אונז איז די 'סיסטעם' 'צי זיין שטרענג' (פייניגען בלע"ז) די בחורים און ישיבה קטנה.... און בעצם ארבעט עס גוט..... נאר ווייל מ'גייט צי ארץ ישראל צי ליטווישע ישיבות, פאלן בחורים....... אבער ווען מ'איז ווען ממשיך אין אונזערע ישיבות וואלט עס געארבעט.... נא נא..... בעצם איז דער דוקטער א גוטע דאקטער נאר די פאציענט איז געשטארבן, מילא זעסטו נישט ווי ער וואלט געווארן אויסגעהיילט.......

עכ"פ, דאס האט מיר געמאכט טראכן אז עס איז יא א 'דבר שמה בכך', און מ'וואלט ווען יא געדארפט מער אויסקלארן די 'הגדרות' פון אונזער 'סיסטעם'
 
אז מ'האט געשריבן פון חסידישע בחורים וואס לערנען אין ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל, איז טאקע שווער וואס איז פשט? אויב אונזער 'סיסטעם' ארבעט אזוי גוט, פארוואס קען נישט זיין 'איין' חסידישע 'פרעיגער'ס'.... איין 'מיר', איין נארמאלע ישיבה ווי מער ווי '100' בחורים נאך די 18 האלטן ביים לערנען? נישטא.
פארוואס?! אה! ווייל מ'האט חתונה פרי, ביי די 18...... איי געב א קוק וויפיל בחורים ווערן 'חתנים' ביי די 18 און ווער רעדט פון חתונה האבן.... קוק וויפיל איבער די 22 'זענען דא.....

עס איז זיכער נאך א פאקטאר, דאס אז מ'איז אין שידוכים פרי

אבער ס'דא נאך א פאקטאר..... א אינגערמאן זאגט מיר שבת אז זיין זון גייט אריין אין ישיבה גדולה, און ער (די בחור) האט געדארפט חתמ'נען א צעטל מיט תקנות פון די ישיבה, געציילטע וויכטיגע תקנות.... און איין גאר וויכטיגע תקנות למשל איז געווען.... "אז איך גיי נישט אנטון אין די ווינטער א סוועדער וואס האט א זיפער......." (נישטא ווער זאל לאכן.....) ווען דאס איז וואס ליגט די הנהלת הישיבה אין קאפ, פארשטייט מען שוין פארוואס די בילד איז אזוי......

איך האב שוין אסאך מאל געטראכט אויב ס'איז דא נאך א געמיינדע אין די וועלט וואס די חברה פון 18+ טוען נישט גארנישט מיטן טאג, און כ'רעד פון נארמאלע אינטעליגענטע מענטשען, ביי די גוים איז ער אין קאלעדש לערנט פאר א דעגרי.... אין איזראעל איז ער אין צבא, ביי די ליטווישע קוועטשט ער אויף א שטיקל ר' חיים, ביי די חבד'סקע איז ער פארנימען מיט זיינע לימודים אין חסידות............ און ביי די חסידישע איז די לייטס אויסגעלאשן און מ'שלאפט זיך געמיטלעך.... אה! פארשטייט זיך מיט א ציגעקנעפלטע סוועדער....
 
@שומו שמייעם דו ביסט אן אויסגעצייכנטער שרייבער!!

שרייב מיין קינד שרייב, זאל די וועלט אביסל הנאה האבן...

לגבי די דעפיניציע פון סיסטעם: זייט emancipation אין אייראפע איז נישטא קיין סיסטעם דורך מאכט וואס האלט א איד אין א ספעציפישע ארט. דעמאלט האבן זיך טאקע פארמערט די דענאמינאטארס ווי רעפארמער און אנדערע, ווי אויך איז אויפגעקומען די מושג פון unaffiliated. פארדעם איז נישט געווען אזא זאך. אדער ביסטו א איד אדער א משומד...

די סיסטעם (ווי עני אנדערע סיסטעם היינט צוטאגס) איז א קולטוראלע פענאמענען. פעיר פרעשור און די צורך צו באלאנגן אין א קאמוניטי איז א ביאלאגישע עוואלוציענערישע צורך פארן עמאציאנעלער געזונט. ווען ס'איז נישט בנמצא אזא זאך ווי מה יאמרו הבריות איז נישט דא קיין איין סיסטעם.
 
די סיסטעם איז טאקע נישט א געוויסע איינער אדער אפאר עליטס.
אבער ס'איז אזוי ווי א פארטיי, ווער פירט די לינקע אבער ס'איז דא activists, leaders, און אינדיווידואלע מענטשן וואס יעדער unconsciously געבט צו צו די צום.
און אזוי די reform, ווער איז בראש פון reform אבער ס'איז א סיסטעם.

ס'ליגט אין דעם shame פאר איינער וואס שטעקט ארויס פון ליין צו אפן, consciousness אויב די גייסט קעגן דעם.

וכן ביינונז, די רבנים, עסקנים, מוסדות, און יעדער וואס שרייט און פארשעמט איינער וואס גייט נישט נאך די נאראטיוו.
יעדער איינער געבט צו די נאראטיוו ווערט געמאכט מיט יעדעמס אינדיווידואלע אינפלוענס, און evolved דארך דעם אויך.

אין הכי נמי אז ס'האט נישט קיין פונקטליכע הגדרה, אנדערע זאכן איז קלאר ארויס פון ליין, אנדערע ווייניגער, און אנדערע נאר אביסל, און אנדערע ווענדט זיך לויט די אייגענע מיינונג.

אבער טאקע וועגן דעם האבן מיר א שטארקע השפעה אויף די סיסטעם ווייל יעדע איינציגסע מאכט א גרויסע ריפל עפעקט, און בפרט מיט זאכן וואס resonate מיט אנדערע גייט א לאנגע וועג.

אבער דאס יא, די סיסטעם האט נישט קיין קלארע רולס (חוץ פון געוויסע זאכן כגון כפירה וואס איז קעגן די גאנצע כח אונטער די סיסטעם), און איז נאר אין קאפ.
און טאקע צוליב דעם יעדער איינער וואס לעבט מער אמת'דיג אָן די illusion וואס די סיסטעם טראגט, אפילו אין קליינע וועגן רוקט די גאנצע פעלד.
די כח פון די סיסטעם איז נאר מיט דעם וואס יעדער האלט אז ער איז די איינציגסטער וואס האט קשיות.

און ממילא ווי לאנג די מאכסט נישט קיין פייט נאר דו טוסט וואס דו ווילסט, ביסטו אוטומאטיש אינדרויסן פון די סיסטעם, און די סיסטעם האט נישט קיין שום השפעה אויף דיך בכלל.
נאר עס זאגן ברבים קענסטו נישט.

וועסט עס מוזן האלטן ביי זיך אינעווייניג (אבער טרעף חברים און פלעצער וואו דו קענסט זיין זיך), ויעשה מה שלבו חפץ.
 
אומאן ראש השנה!
רעדנדיג פון 'חסידישע לבוש' און די 'סיסטעם' ברענגט מיר צי זיכן ווי קומט עס אן אז חסידות האט זיך דערקייקלט עד כדי כך אז עס הייבט זיך אן ביי סיסטעם אן ענדיגט זיך ביי לבוש, האב איך טאקע געזען אז עס איז נישט ממש א נייע זאך.... עס איז פארשטייט זיך געשען ציביסלעך און פון 'א הייפעלע וואס האט ארויסגעטשעקט פון די קהילה סיסטעם' בימים ההם, איז עס גאר טראנספארמירט געווארן צי 'די סיסטעם' זעלבסט, אבער ר' נחמן מברסלב האט שוין געשריבן בשעתו קעגן די 'חסידות' וואס האט אנגעהויבן ווערן פארמאל.... און שפעטער און די צייטן פון די 'השכלה' איז עס געבליבן נאר מיט דעם אז מ'טוישט נישט די לבוש, מער ווייניגער....

פארשטייט זיך אבער אז פאר אינזער דור הגאולה, וואס לעכצט פאר עפעס העכערס איז די אלע זאכן נישט גענוג..... און די נשמות האבן אנגעהויבן זיכען מער משמעות.... עפעס וואס 'ארגינעלע חסידות' פארקויפט, און מ'פראבירט עס צי אריינלייגן אין ווערטער וואס רעדן צי אונז, אין אונזער צעפארענע שנעלע וועלט,

עס האט זיך געשאפן א מציאות פון 'נייע חסידות' וואס נעמט אריין אסאך וואס האבן לאו דווקא מיט די 'חסידישע לבוש' אדער 'חסידישע סיסטעם' איינגעלייגט... און די גרעסטע געמיינדע וואס איז אזוי איז די 'מזרחיסט'ן'..... אידן פון איבערראל זיכן מיט לעכט אינספיראציע, איז דא אזעלכע וואס ריפן די ערשיינונג 'חבקו"ק', די מקורות פון 'ניי חסידות' זענען אריינגעלייגט אין די ווארט 'חבד' 'ברסלב' 'קוק' 'וקרליבך'..............

ביי די סיסטעם אידן איז האט די ערשיינונג נישט איבערגעהיפט און געוויסע האבן זיך אנגעהויבן ארויסשיילן....., און די סיסטעם האט עס אויסגעקלאפט אין פארעם פון 'משפיעים' אנגעהויבן ביי 'האחים בידערמאן' וואס איז נאך עקסעפטעט ביי די אל"ד עיד"ש סיסטעם. אריבער צי ר' שמעון שפיצער, און אזוי ווייטער און ווייטער ביז טיף אריין אין ברסלב, מארגענשטערן, קלאגער, (וואס פאר סאם ריזען זענען מענטשען געפלויגן פון זייערע פלעצער פארן זיך ציטשעפענען צי זיי) אזוי ווייט אז היינט ווען מ'רעד שידוכים גייט עס שוין: 'ער איז פאפא סלעש ר' צבי מאיר זילבערבערג....'

אבער ווען ס'קומט צי אומאן ראש השנה, קומט ארויס די בילד בתפארתו, ווען מ'זעט אז ס'איז דא א נייע דור מבקשים, וואס קערן נישט אז זייערע זיידעס האבן פארברענט ברסלב'ע קונטריסים, און זיי זענען בכלל, נישט אפציעל באשטעמפלט ברסלב, נאר זאגאר פשוטע 'סיסטעם אויסזעהנדע אידן' וואס טון וואס זייער הארץ זאגט זיי, און גייען צי ווי זייער נשמה ציט זיי =אומאן

עד היכן הדברים מגיעים: ווען יצחק שלמה דרעזנער וויל אינטערוויוען איינעם וועגן אומאן - מלחמה אין אוקראינע, וכו' איז עס געווענדליך אן איינוואוינער פון מאנראו אדער קרית טאהש, גאר

'אשרינו שזכינו לדור כזה'!!!!!!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין ברסלב'ר (דערווייל) און איך פאר נישט היי יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל איך האלט נאכנישט דארט.....
 
Back
Top