שלום וברכה חברים וידידים כ"א בשמו הטוב יבורך.
עס איז ב"ה דא א שטארקע ריספאנס צו די קרעמל'ס פארום עס זעהט אויס ווי די חרידישע שריפט שטעלער, און ליינער האבן נאך געזוכט א פלאץ ווי מען קען רעדן און טראכטן אן קיין פארבאט.
טראכטן איז נישט פארבאטן
וועלן מיר זיך אביסעל באקענען מיט מיינע נייע חבירים דא אין קרעמל און זיך אינטראדוסן.
@הק' לייביש שרייבער איז קיין שרייבער, אדער קיין דענקער קיינמאל נישט געווען, און מן הסתם קיינמאל נישט זיין. שוין יארן צוריק ווען ק"ש האט זיך געפענט אין יאר 2012 האב איך זיך איינגעשריבען דארטן, אבער נאך אפאר מינוט בין איך ארויסגעלאפן פון דארט נאך שנעלער ווי איך בין אריין געקומען, און אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז אסאך יארן שפעטער.
דערנאך האב איך מחליט געווען מכח אן הפצרה פון א ידיד נפש כל חי, צו נאכאמאל אריין קומען, און געטראפן דארט א נייער צורה. חכמים און נבונים קונצלער אין שריפט שטעלעריי עס איז געווען ממש זיך צו באלעקען די פינגער.
בעצם לאמיר פארציילן די מעשה ווי אזוי די הפצרה איז צוגעגאנגען. בדרך אשר לא דרך האב איך אריין געבאמפט אין די וועקער. דאס האט מיר אנגעצינדן א גייסט אז מען קען רעדן און שרייבן זאכן, וואס איך שמועס געווענליך זיך אויס מיט דער קליגסטער איד אין די וועלט אני
@הק' לייביש שרייבער, און דא זעה איך אין די וועקער אז עס איז דא נאך מענטשען וואס האבן אייגענע מחשבות. עס האט גקליקט מיט מיר. איך האב עס אויס געשמועסט מיט א אינגערמאן א חקרן, ידען מיט וועם איך שמועס שוין יארן, זאגט ער מיר וואס די האסט געטראפן אין די איינצעלנע וועקער איז נאר אן אפס קצהו וואס עס טוהט זיך אין ק"ש, גיי ליין און האב הנאה.
איך האב זיך נישט געפוילט און איך האב זיך איינגעשריבען. ליינענדיג האב איך צוביסלעך ציטירט, און אביסעל געלאזט לויפן מיינע פינגער אויף מיין קי באורד לפי מיין מחשבה און דמיון באנאזאם, און די לייקס האבן אנגעהויבן וואקסן ווי שוועמל נאך א רעיגן. די קריטיק האט אויך נישט געשפעיטיגט פון קומען, אבער פליצלינג דער שטילער איידעלער צוריק געצויגענער אינגערמאן פון שוהל איז א יש. טא, אויב אזוי, אי מלכא אנא, געגאנגען לאמיר גיסן טינט אויף די סקרין און אזוי בין איך גאר שנעל ארויף אויפן לייטער פון באקומען א שריפט שטעלער דעזיגנאציע.
עס האט מיר אבער זייער געשטערט איין זאך, די אויפירונג פונעם מנהל, איין שפארן, אויס שפארן, רויטע סטראשערייען. האב איך מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר מיר. איך בין שוין אין חדר אדורך איך דארף דאס נישט מער. שמועסענדיג מיט איינע פון די חכמי הק"ש, זאג איך איהם מיין הרגשה (וואס איז בדרך אגב א דאורייתא) און ער זאגט מיר אינטערסאנט אני משתתף במחשבותך.
און איבער גאנגען די הנהגה, מיט די טעפטאלק סאמעטאכע, אזוי שמועסענדיג פאלט מיר אליין. יָו קנאו וֲואט מיר גייען בויען א נייע. וכך עשיתי.
מיר האבן קודם פרובירט מיט א בלאג, דער עולם האט עס נישט געגליכען, עס איז נישט געווען די זעלבע ווי ק"ש. די הרגל נעשה טבע האט געמאכט שטארקע שוועריגקייטן פאר די ליינער, ציטירער, און שרייבער צו מאכן דעם טשענדזש.
האבן מיר מחליט געווען מיט אפאר ניקים א"א לפרטים כי גילוי הם, אז געענדיגט, גענוג איז גענוג, א נייע פי. עיטש. פי. סייט איט איז. מער מאדערן שענער צו געשטעלט.
והנה און אט. מיר זענען ב"ה מיט אלע גילגולים זענען מיר דא. א הערליכער ארבעט, אין די חיזוק און פיזישע ארבעט פון @מחנים איז אונז ב"ה געלונגען צו-צושטעלן די הערליכע פלאטפארמע.
באותו זמן, איז איצט די ריכטיגע צייט אפצוגעבן די ריכטיגע הכרה פאר וועם עס קומט זיך, אבער איך האב נישט באקומען קיין רשות צו מגלה זיין טפח, על כן וועל איך מכסה זיין טפחיים.
אבער שלום פאר די עולם מעגן מיר מן הסתם זיכער. דערפאר וויל איך נעמען די געלעגענהייט צו וועלקאמען אונזערע שטערנ'ס און באלייכטער. איז קודם וועל איך אנהייבן מיט ראש וראושון למקראי קודש
@יששכר כץ וואס האט זיך ארויס געשטעלט מיט זיינע געוואלדיגע שיעורים און באלייכט די אויגען פון טויזענטער פאללאוערס ארום די אידישע וועלט מיט זיינע הערליכע געדאנקען גאנג מיט זיין רייכע ווערק יהא בואו לברכה
ווי אויך האט פארנומען גאר א שיינער פלאץ אויפן אויבן-אן
@דער גאלדענער אדלער וואס ווער עס געדענקט זיינע גאלדענע פליענדע מאמרים, און אויך גאר א שטארקע שטיצער פאר די עבודת הקודש דא בלב ובנפש.
ווי קען מען אנהייבן מיט
@אלפא זיינע מאמרים איז דאך מים קרים כל נפש עייפה. דאס פארגינערישקייט מיט די לייקס איז דאך אינו דומה לו.
וואס וואלטן מיר ווען געטוהן אן
@קהל׳ס נער אין די ריכטיגע צייט א געזונטער לאך אויסבראך ליינענדיג זיין ווערק. א יעדעס ענין ארויס האבן מיט אזא לצינותא דעב''ז ממש מורא'דיג
@שעפטאל א גלעזל משקה אין די פעדער פליהט ארויף גאר גאר הויעך ממש א שטיק נשמה גיסט זיך אויס ווייל ער איז עֶט אִיט.
@שמן למאור וועט אונז קיפן סעיף פון טראללס, עס וועט הערשן ארדענונג. ווער עס וועט זיך וואגן צו טראללן דא וועט
@שמן למאור שטעלן אין פלאץ וויי טקאלן איז אויך פרייהייט פון ווארט אין די הנהלה (וואס זענען נישט קיין מנהלים אדער בעלי בתים) וועלן מיט קיין טראל נישט זיך פארען ווייל איש כל נישט בעניו יכתוב.
@בלי שם וועט האלטן דעם שבט הרואיגקייט און בארואיגען וועמען
@שמן למאור וועט כאפן ביי די מעשה.
@בלי שם אויך א איידעלע הארץ און מיינט נישט גארנישט קיינמאל קיינעם צו טשעפן ח''ו. נאר אויב איז דא חיוב איבוד איז פשוט נישטא קיין ברירה. מען קען עס נישט נעמען פערזענליך.
מיר וועלן בעז"ה במשך דעם נאכט ממשיך זיין מיטן שלום נעמען פראסעס און ארויס ברענגען די חשובות פון די ניקים וואס האבן אונז געדזשוינט צו באשיינן און באלייכטן דעם קרעמל.
אני החו"מ
@הק' לייביש שרייבער (
@קרעמל)