שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

כ'הייב אהן איינזעהן אז מ'דארף מיר נישט פאר מיין גרויס פיקחית.. מ'האט פשוט הנאה פון פאזעטיוועטי.
נישט יעדער דארף דיר פאר דעם, אבער עס זענען דא וואס דארפן דיר פאר דעם.

למשל נישט אלעמאל אינטערסירט מיר די טיפקייט פון די פשוטקייט וואס נעמט ארום א געטרינקענער, און איך בין נישט אינטערסירט וויאזוי עס ארבעט וועסטו זאגען אז מען איז נישט אינטערסירט? יעדער איז אינטערסירט און עפעס אנדערש.

נעם א משל פון אזא איינער ווי @מי אני וואס איך ציטער אפילו צו ליינען וואס ער שרייבט, און אפי' ווען איך ליין פארשטיי איך בערך איין שורה, מיינט דאס אז קיינער איז נישט אינטערסירט, אוי ווי מענטשען זענען אינטערסירט.
 
אבער צום ווייניגסטענס אפשר איז גוט פאר די נייערע ניקים וואס שרייבן יא, צו זיך ארויסברענגען אין קורצן וואס האט אייך געברענגט דא און וואס איז אייער אינספיראציע, אינטערעסע אד"ג...
אויב מיינסטו מיר... איז אזוי, איך בין א חסידישער יונגערמאן פון א״י, אויפגעוואקסן און ירושלים.

איך נוץ די נאמען ״בן צרויה״ אויף עטליכע פלאטפורמס - וועלכע איך שרייב דארט מער אויף עברית. מיינע האביס זענען יידישע היסטאריע (איבער הויפט תקופת המקרא ביז בית שני) און וויסנשאפט.

מיינע יארן האב איך אריבערגפירט און כוללים און ישיבות אזוי ווי ס׳דארף צוזיין - ביז עטליכע יאר צוריק ווען האב איך באשליסן צו ארויס גיין צו די ארבעט וועלט (וואס ווארשיינליך איז אין ארץ ישראל נישט אזוי אנגענומען...) האב איך אויך געלעגנן אין לערנען צוזאמען מיט נאש׳ן פונעם גרויסן וועלט.

היינט פראביר איך אז מיינע זעלבסשטענדיגע דעות און אויפיהרונגען זאלן נישט שאטן פאר מיין סאשיאלע שטעלע
 
מיינע יארן האב איך אריבערגפירט און כוללים און ישיבות אזוי ווי ס׳דארף צוזיין - ביז עטליכע יאר צוריק ווען האב איך באשליסן צו ארויס גיין צו די ארבעט וועלט (וואס ווארשיינליך איז אין ארץ ישראל נישט אזוי אנגענומען...)
די עדה האט דיר נישט אריינגעלייגט אין חרם פארן גיין ארבעטן...?
 
- פון 1939 ביזן צווייטן וועלט מלחמה... :unsure:
תקופת המקרא מיין איך נישט די צייט וואס מ׳האט צאמגעקלויבט די אלע חלקי תנ״ך (וואס דאס האט זיך ככל הנראה נישט געענדיקט ביז זמן חז״ל...)
איך מיין: די צייט וואס די מקרא דעקלערט אז זי באשרייבט.
דאס מיינט בערך 1000-2000 יאר - פארן ציילן.

למעשה, זעען מיר אז די באשלוס וועלכע ספרים זאלן זיין א חלק פונעם קאנון איז ערשט געווען נאר בזמן חז״ל - און דורך השפעה פון פאליטישע געשעהענישן.
בן סירא איז נישט אריין אונעם קאנון פאר זיינע סיבות (אויסגערעכנט אין פרק חלק סנהדרין) און אנדערע שפעטערע ספרים א שטייגער ווי ספר היובלים, חנוך און אפילו די שפעטערע גליונות פון ישו׳ס תלמידים האבן פאר פאשטענדיגע סיבות נישט געווארן א חלק פון חז״ל תנ״ך.
 
@מיימון און @קף הקלע
זעהט אויס מען האט געדארפט האבן אזא ארטיקל ווי @דער גאלדענער אדלער'ס ארטיקל ענק צו ארויסציען פון די היילן פון ר' שמעון ואלעזר צו אריינקומען מיט א געשמאקן לייק.

אזוי אויך מזל טוב @זויערע איגערקע פאר דיין ערשטע תגובה. קומסט אריין אזוי קריספי ווי "דער קראך פון די פיקל".

איך בין פשוט פרייליך ווען איך זעה פרישע נעמען הנאה האבן פון א קרעמל וואס איך אליין האב אזוי הנאה.

אין דייטשלאנד זאגט מען,

Herzlich Willkommen
 
איך האב מיך איינגעשריבן אזא קנאפע 3 חדשים צירוק, איך האב מיך יעצט דערוויסט פון די פארום בושות איך האב הנאה אז מ'נעמט אזוי שיין אויף די נייע! ס'איז באמת א געשמאקע פלאץ דא!!
 
שלום עליכם @פרידא!
דיינע אינטערוויוס ווערן דא כסדר צוגעברענגט, צו לגבי סייקעדעליקס, צו לגבי פעגי גרינפעלד אא"וו...
יעצט קענט איר זיין א חלק פונעם שמועס און הערן לויב און קריטיק גלייך.
אין מיינע אויגן זענט איר א חלק פון די עצם סאבזשעקט וואס איר שטודירט.

חזק ואמץ.
 
שלום עליכם @אפיקורוס

ס'מיר גוט, נאך דאס פעלט מיר אויס, אז די רבנים זאלן אויסגעפונען אז אן אפיקורס האט געזשוינט קרעמל.
ס'קומט א געהעריגע איסור און קול קורא.
 
שלום עליכם @אפיקורוס

ס'מיר גוט, נאך דאס פעלט מיר אויס, אז די רבנים זאלן אויסגעפונען אז אן אפיקורס האט געזשוינט קרעמל.
ס'קומט א געהעריגע איסור און קול קורא.
דער שיינט מיר צו זיין דער גרעסטער בעל מאמין אזוי ווי YY Jacobson ברענגט שוין ארויס
 
שלום עליכם @אפיקורוס

ס'מיר גוט, נאך דאס פעלט מיר אויס, אז די רבנים זאלן אויסגעפונען אז אן אפיקורס האט געזשוינט קרעמל.
ס'קומט א געהעריגע איסור און קול קורא.
איך טראכט פונקט פארקערט, די רבנים וועלן זיך פרייען צו זעהן אז זיי זענען נישט די איינציגסטע אפיקורסים אין שטאט.
 
מען דארף האבן אמונה און ביטחון
יעצט זעה איך אויף דיין פראפייל בילד אז דו ביסט דער אריגינעלער פילעזאף מיטן נאמען אפיקורס, נישט ח"ו א היינטיגער אפיקורס וואס גלייבט אין איבערנאטורליכע געטער....

קום ביטע אריין אין מחשבה פארום און דערציילט אונז מער איבער דיינע שיטות.
 
גוטע וואך צו די בערך צוויי הונדערט געסט וואס האבן אונז געזשוינט דא.

איך מיין ס'איז א רעקאָרד.

שלום-עליכם, מאכט אייך באקוועם, עפנט א ניק, און לאזט הערן אייער מיינונג.
 
גוטע וואך צו די בערך צוויי הונדערט געסט וואס האבן אונז געזשוינט דא.

איך מיין ס'איז א רעקאָרד.

שלום-עליכם, מאכט אייך באקוועם, עפנט א ניק, און לאזט הערן אייער מיינונג.
פון וואנעט נעמסטו די נומבער 200??
 
פון וואנעט נעמסטו די נומבער 200??
1000359750.png

ווען איך האב געשריבן די מעסעדש איז געווען איבער 200.
 
Back
Top