אויב מיינסטו מיר... איז אזוי, איך בין א חסידישער יונגערמאן פון א״י, אויפגעוואקסן און ירושלים.אבער צום ווייניגסטענס אפשר איז גוט פאר די נייערע ניקים וואס שרייבן יא, צו זיך ארויסברענגען אין קורצן וואס האט אייך געברענגט דא און וואס איז אייער אינספיראציע, אינטערעסע אד"ג...
איך נוץ די נאמען ״בן צרויה״ אויף עטליכע פלאטפורמס - וועלכע איך שרייב דארט מער אויף עברית. מיינע האביס זענען יידישע היסטאריע (איבער הויפט תקופת המקרא ביז בית שני) און וויסנשאפט.
מיינע יארן האב איך אריבערגפירט און כוללים און ישיבות אזוי ווי ס׳דארף צוזיין - ביז עטליכע יאר צוריק ווען האב איך באשליסן צו ארויס גיין צו די ארבעט וועלט (וואס ווארשיינליך איז אין ארץ ישראל נישט אזוי אנגענומען...) האב איך אויך געלעגנן אין לערנען צוזאמען מיט נאש׳ן פונעם גרויסן וועלט.
היינט פראביר איך אז מיינע זעלבסשטענדיגע דעות און אויפיהרונגען זאלן נישט שאטן פאר מיין סאשיאלע שטעלע