Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ברודער עז אין א אידישער ברודער (בראדער פראם אנאדער מאדער), אדער פאר ריעל?
פארוואס זיכסטע, וואס איז נישט גוט אזוי?אבער אין ריעל לייף בין איך באמת א מעכטיגער יונגערמאן מיט א גרויסן בייכעל וואס זיכט א דשאב
איין מינוט נאר דו ביזט דעם באוויסטן מאשקע פון אלע מעשיות מיטן פריץ אדער אן אייניקל שוין?שלום עליכם, איך האב שוין הנאה א שטיק צייט פון דעם הערליכן ווינקל, יעצט האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן כדי צו קענען קאמענטירן און לייקן.
וואס אן אייניקל? איך קוק דיר אויס ווי א קליינע אפרוח׳ל? איך בין דאך זיין עלטער-זיידע, דאס הייסט יענער מאשקע הייסט גאר נאך מיר!איין מינוט נאר דו ביזט דעם באוויסטן מאשקע פון אלע מעשיות מיטן פריץ אדער אן אייניקל שוין?
שלום וברכה.
עליכם השלום, און שכח הרב @שעפטאל פאר די שיינע אויפנאמע,עליכם השלום @הק' כהן גדול
א דאנק פארן שיינעם ווערטער שפיל
מאך זיך היימיש און באקוועם.
שלום עליכם @trying
...I'm trying to welcome you
א דאנק פארן אריינקומען און מיטטיילן דיין אינסייט אויף בחירה!
שלום עליכם @שגור
דיין אוועיטאר דערמאנט דעם פשט פון "שגור בפיו - ווי צוקער אין מויל"
א דאנק פארן עפענען דעם טאהשער שנירל
שלום עליכם @איש מבקש
אונז זענען אלע אישים מבקשים. איש מבקש את אחיו, איש מבקש את עצמו, והאיש מבקש את בוראו!
א דאנק פארן אריינקומען און מיטטיילן געפיהלן וואס אסאך גייען אריבער, חבלי לידה וחבלי משיח, הלא הם חבלים נפלו לי בנעימים, ומחבלי משיח יוצלו לרווחה!
שלום עליכם @גרשון
גרשום כי גר הייתי בארץ ועכ"ז אליעזר כי אלהי אבי בעזרי.
א דאנק פארן טעראפי פרייזן שנירל.
--
דעם שנירל איז א געשמאקע ווינקל אויף זיך אנווארימען פון די קאלטע גאס, פון דעם שפירן פארפרוירן פון פרעמדקייט ביזן שפירן די ווארימע קאוזי קענטליכקייט, אהבת חברים כבוד חברים ומעלת חברים!
שוין א שטיק צייט וואס אונז זענען ב"ה באקוועם, מ'פארגעסט אמאל אז יעדער חבר האט אנגעהויבן אביסל פרעמד מיט אפאר הודעות. אלזא פרישט מען אויף דעם שנירל צו באגריסן ברודערס וואס כ'האב זיך נאכנישט באקענט, מ'וועט הויעך אנערקענען אין זייער אנוועזנהייט (וענית ואמרת בהרמת קול שאינך כפוי טובה)
און איינוועגס האף איך אז דעם שנירל וועט ווייטער זיין א פלאץ פאר יעדע ברודער זיך צו אריינרוקן אין א באקוועמער אנערקענטער בענקל.
יעדער איד איז א וועלט און האט א וועלט צו פארקויפן!