שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

העלא
א גוטן תש25 פאר אלע אלט ניי געזעצענע קרעמלער
ה' עליכם יחייכו
איך ווארט נישט אויף קיין כיבודים איך בין מקדים שלום

איז אזוי קודם קול ברוכים הנמצאים והבאים
דארף איך זעך 'אינטער' דוסען {דת ומדינה}
איז לאמיך צו'נעמען' די נק-'ניק' מיינע וואס איז מלא סתירות כרימון
💣
סא ס'קען פלאצן וואטש

נו מהייבט דאך אן פון 'כהן'

פלאן איך אנצמאכן דא אן 'עבודה' צו בענטשן און לייקן און האפענטליך נישט צו שעלטען אד''ג
און היות איך 'זון' זיך נאך דער גרויסע אוהב ורודף זאל אייך נישט 'אהר'ן' אויב איך גיי אין זיינע וועגן
אזוי אויך אין די פאר- געלעגנהייט וויל איך בעטן פאר די צו(קו)קער תלתא משמע נישט צו לאכן הויך
ווען איר זעט די לאך אין מיין לינקע זאק ווען איך דריי זיך אונטער דעם טלית ס'גייט מיך גאנץ פיין אן, דאך דוכ-ן איך יעדן טאג.

איז האלט איך זיך גאנץ ב'גדול'ט' וואוינענ-'דיק' אינעם 'קליינעם' הייליג-באליבט לאנד
אין היות ביי ''אונזער גדלות האדם'' פאדערט זיך צו חתמ'ענען' הק' ' קען עס יעדער טייטשן וויאזוי ער וויל.

אין יעצט צו די היסטאריע 'שנירל' [איך מאך נאכנישט חתונה]
קאווע: גלייך גאנץ שטארק - טרינק גאנץ אסאך - מאכט מיר מיד - שלאף איך אביסל [אסאך] וועקט עס מיר אויף!
שטיבל: יו דעטס דעפענטלי מי !!!
איך ווייס נאר נישט צו איך דריי זיך אין שטיבל צו בין איך א שטיבל וואס דרייט זיך!!! אין קורצן א '''הויז-בחור'' !!! .

למעשה
ווען איך בין געווען 'קליין' דארט אין דער גרוי-גרינער ברוקלין האב איך זיך געפילט 'גרויס' צו טשיטן פון צייט צו צייט
אין מיין זיידעס דעסקטאפ באזוכענדיג דעם ''קאווע שטיבל'' מיט אלע אירע אנטשויאינגען,
אבער זייט איך האב 'עולה' געווען צו 'כהן' אין ארצינו הקדושה האב איך זעך אנגעטון 'נעטפרי' ברילן האב איך נאר געקענט
'אידיש גע'וועלט'עווען' ווען עס האט זיך געמאכט, אין טאקע גאנץ לעצטענס בין איך צוגעקומען צום 'אידטיש' אויך.

איז ב''ה אז נאכן זיך דרייען אין דעם גרויסן 'קראם' {CHROME} האט ער מיר געשיקט צום 'קרעמל' וואס עס קוקט אויס גאנץ גוט
צו קענען מיטטיילן אלע אינזער קוועטשענישן פונעם באנק ביז צום אויסדריקענישן פון דאנק.

בתקוה להאוואנא {סיגאר בלע''ק}
הק' כהן גדול
 
לעצט רעדאגירט:
עליכם השלום @הק' כהן גדול
א דאנק פארן שיינעם ווערטער שפיל 😊
מאך זיך היימיש און באקוועם.

שלום עליכם @trying
...I'm trying to welcome you
א דאנק פארן אריינקומען און מיטטיילן דיין אינסייט אויף בחירה!

שלום עליכם @שגור
דיין אוועיטאר דערמאנט דעם פשט פון "שגור בפיו - ווי צוקער אין מויל"
א דאנק פארן עפענען דעם טאהשער שנירל

שלום עליכם @איש מבקש
אונז זענען אלע אישים מבקשים. איש מבקש את אחיו, איש מבקש את עצמו, והאיש מבקש את בוראו!

א דאנק פארן אריינקומען און מיטטיילן געפיהלן וואס אסאך גייען אריבער, חבלי לידה וחבלי משיח, הלא הם חבלים נפלו לי בנעימים, ומחבלי משיח יוצלו לרווחה!

שלום עליכם @גרשון
גרשום כי גר הייתי בארץ ועכ"ז אליעזר כי אלהי אבי בעזרי.
א דאנק פארן טעראפי פרייזן שנירל.
--

דעם שנירל איז א געשמאקע ווינקל אויף זיך אנווארימען פון די קאלטע גאס, פון דעם שפירן פארפרוירן פון פרעמדקייט ביזן שפירן די ווארימע קאוזי קענטליכקייט, אהבת חברים כבוד חברים ומעלת חברים!

שוין א שטיק צייט וואס אונז זענען ב"ה באקוועם, מ'פארגעסט אמאל אז יעדער חבר האט אנגעהויבן אביסל פרעמד מיט אפאר הודעות. אלזא פרישט מען אויף דעם שנירל צו באגריסן ברודערס וואס כ'האב זיך נאכנישט באקענט, מ'וועט הויעך אנערקענען אין זייער אנוועזנהייט (וענית ואמרת בהרמת קול שאינך כפוי טובה)

און איינוועגס האף איך אז דעם שנירל וועט ווייטער זיין א פלאץ פאר יעדע ברודער זיך צו אריינרוקן אין א באקוועמער אנערקענטער בענקל.

יעדער איד איז א וועלט און האט א וועלט צו פארקויפן!
 
עליכם השלום, און שכח הרב @שעפטאל פאר די שיינע אויפנאמע,
עס מאכט מיר ("צוקער") זיס אויפן הארץ, דאנקע שעהן...
 
שלום עליכם אלע נייערע ניקים.

טאקע שווער צו גלייבן אז איך בין געווען דא ניי געציילטע חדשים צוריק.

@רחם שלום עליכם
ס'איז מלשון רחמנות (ווי פינקי'ס רחם) ווייל איר זענט בטבע א דערבארימדיגער, אדער מלשון פטר רחם און איר איידענטיפייד אלס די מענטשליכע מין וואס האט געווענליך א רחם?

#איך בין נייגעריג
 
העלא, איך בין Reb Yid, און איך בעט מחילה פארן פארשפעטיגונג. איך בין נישט נאר א Reb Yid, נאר אויך א חסידישער איד, אזוי אז יעצט קענט איר אפשר בעסער פארשטיין פארוואס מיין הקדמה איז אזוי פארשפעטיגט געווארן. וועגן מיר אליין, איז נישטא אזוי פיל צו זאגן, ווייל איך טו זיך כסדר טוישן און פארענדערן. אין איך קען אפילו א מינוט ארום נישט זיין דאס וואס איך האב זיך אהער געשטעלט א מינוט צוריק. אבער די וואס לייענען מיינע פאוסט׳ס, האבן אפשר שוין מער א קלארערע בילד איבער מיר. איך האף צו זיין א גוטער איד אין דער קרעמל קהילה.
 
שלום עליכם @פארקינג כ'באמערק אז דו האסט אריינגעפארקט אזא נאנט צו 50 הודעות אין אזא קארצע צייט.

שמועה שמעתי ותשמח בטני ידידינו @צופרידן איז ענדליך אנגעקומען. מיר האבן גרויס האפענונג אז ער וועט שרייבן און מיטטיילן זיינע מחשבהלעך און געדאנקן!
(באקומען דעם ידיעה פון דיין חבר אין טעקסאס)
 
בכלל נישט, קוים אפאר אירע דארטן קענען אידיש. ס'איז בכלל נישט געאייניגט פאר א קרעמל איד.

ס'מן הסתם אן אויסנאם
 
  • שמייכל
רעאקציעס: 1yes
🎶🎵 שאו שערים ראשיכם ושאו פתחי עולם ויבא אוי ויבא אוי ויבא @אורח הכבוד

שלום עליכם פון דיין ערשטע צוויי הודעות זעה איך אז כ'וויל שוין מער!
 
Back
Top