שלום עליכם
כ'בין שוין פון לאנג דא אבער אהן ברענגן מיין גאנצע זיך צום טיש.
כ'בין געווען פארנימען צו מכבד זיין און זיך בוקן צו יעדעם שטעלנדיג יענעם בעפאר זיך.
פון היינט און ווייטער ווילעך שטיין ביי מיין גראונד. אפסי ארצי. זאגן וואס איך האלט! נישט דארפן זיין באליבט ביי יעדעם!
בשעת דער ערשטער בלייבט ווייעך און ליבליך, וועט דער אני ואפסי ארצי קלעימען מיין רעכט צו האלטן און זאגן מיינונגן.
פון די עלטערע דא כאפן אפאר מן הסתם ווער די ערשטע ניק איז, אבער ס'איז בבל תאמר. עס טאר חלילה קיינמאל געזאגט ווערן. כ'בין מקפיד אויף דעם בכל התוקף.