קאווע שטיבל פלעגט פארלאנגען א שטיקל self expression ביים זיך איינשרייבן.
קרעמל לויפט בכלל נישט אויפן דרך פון קאנטראל. יעדער קען ליינען קאמענטירן אדער פשוט בלייבן שטיל.
אבער צום ווייניגסטענס אפשר איז גוט פאר די נייערע ניקים וואס שרייבן יא, צו זיך ארויסברענגען אין קורצן וואס האט אייך געברענגט דא און וואס איז אייער אינספיראציע, אינטערעסע אד"ג...
איך זיך פשוט צוריקצוברענגען די ווארעמקייט און היימישקייט וואס האט אביסל נאכגעלאזט.
(ס'איז דא ב"ה אסאך נייע שרייבער מיט פארשידנארטיגע דעות, וואס קען אמאל מאכן פארלירן די געמיינזאמער ציל צו פארברענגען אן צענזור, מיט פאַרשידענע פערספעקטיוון וואס זענען אלע וועלקאם.)
איך ווייס נישט צו איך מאך סענס...