שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

זיי ליינען דורך די גאנצע וועבסייט אזוי זאלסטו קענען זיכען אין די וועב סייט דורך גאגעל

לדוגמא אויב לייגסטו אריין אין גאגעל

site:kraimel.community.forum באטס

גייט דיך גאגעל ברענגען איבעראל ווי מען רעדט פון באטס אויף די סייט
 
זיי ליינען דורך די גאנצע וועבסייט אזוי זאלסטו קענען זיכען אין די וועב סייט דורך גאגעל

לדוגמא אויב לייגסטו אריין אין גאגעל

site:kraimel.community.forum באטס

גייט דיך גאגעל ברענגען איבעראל ווי מען רעדט פון באטס אויף די סייט
אינטערסאנט אבער
אז ער כאפט נישט באמת אלעס
ווויל די שנירל האט ער נישט ארויף געברענגט
1754565424520.webp
 
איך וויל דא באגריסן א נייער מיטגליד, קוים אריינגעקומען און ער איז שוין באקוועם, שרייבט הערות והארות און לאזט הערן זיין מיינונג, ס'איז א מחי'!!!
@פלוני רופט ער זיך, אבער זיין חומר און זיין אינהאלט שטימט גוט מיט זיין ב'חן'טע אוואטער
מיר גלייכן דיר :love: ❤️ האב אסאך הצלחה......
 
איך וויל דא באגריסן א נייער מיטגליד, קוים אריינגעקומען און ער איז שוין באקוועם, שרייבט הערות והארות און לאזט הערן זיין מיינונג, ס'איז א מחי'!!!
@פלוני רופט ער זיך, אבער זיין חומר און זיין אינהאלט שטימט גוט מיט זיין ב'חן'טע אוואטער
מיר גלייכן דיר :love: ❤️ האב אסאך הצלחה......
א ישר כח פאר דיין פיינעל אויפנאמע.
איך בין טאקע א נייע מעמבער אבער איך האב אסאך גענישטערט און קונה געווען דא, אסאך פאר איך האב זיך א נאמען געגעבן פלוני......
 
ווי איך זעה פלעגט זיך די עולם פארשטעלן, ווען מ'איז אריינגעקומען אונעם קרעמל, אלזא לאמיר זיך פארשטעלן פארן ציבור
א גוטן לאמיר זיך באקענען איך בין 'שומו שמייעם'
איך בין א שטארקע פארלייקענער פון די אלע 'ירידת הדורות' 'עקבתא דמשיחא' –'היינטיגע נידריגע דור'
לאזונגען, איך בין ליבערשט א חסיד פון די אכשר דרא באוועגונג, איך בין פון די כופרים וואס האלטן אז
מ'קען מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ... בקיצור איך בין זייער קעגן די וואס רייסן אראפ דעהם דור.
איך בין דא אין קרעמל אויסצישרייען שומו שמיים!! אויף די פירצות וואס די 'סיסטעם' זייעט אן
(בבחינת מוציא בלאו מפיו...) מיט א פאזעטיווע ענערגיע וויל איך אוועקבלאזן די נעגעטיוועטי און גילט
מיט וואס די סיסטעם האט פארפעסטעט דעהם עולם... און אנטבלויזן דעהם דור פון די קאלאטשען ביזן
רעשוואלקע צי אנטדעקן איר אמתער שיינע גלאנץ וואס זי פארמאגט... איך קוק ארויס אויף דעהם
צאמפאל פון די 'נקמה אין היטלער' סיסטעם, און די אויפבלי פון א 'דור שכולו זכאי' וואס וועט מיט
שטאלץ מקבל זיין פני משיח צדקינו
איך גלייך זייער צי הערן און ליינען היסטאריע קורות דברי הימים אזוי אויך האב איך זייער ליב
אויטענטישע אידישקייט (פון א טראפקעלע פאר די 'מחניים' ביכער...)
{איך למשל האב מקדש געווען מיין ווייב, אזוי אויפן וועג קומענדיג פון גראסערי, זי איז געזעצן און
געוואשן איר פיס אין א שיסל וואסער אויף די גראז ארום איר הויז, אונז האבן אויפגעטוישט ליבליכע
בליקן, און דאן האב איך געגעבן א שלעפ ארויס א ציבעלע פון מיין זעקל, און געגעבן א ווארף צי איר מיט
א געשריי 'התקדש לי בזה!!',שוין! מזל טוב! , נאר איין זאך, זי הייסט גראדע נישט 'ההוא איתתא'...}
איך קוק ארויס צי געניסן פון די שיינע קרעמל דא, און אויך צי מיטטיילן מיינע רעיונות און מחשבות, על
דא ועל הא, און פארשטייט זיך ווי געשמועסט אכטונג געבן אז אינזער פינטעלע איד זאל בלייבן אידיש
(אויטענטישע...) און נישט פארשטאפט ווערן פון די מחבלים בכרמים... טינקעלע סיסטעם, שוין,לאמיר
רעדן אביסל פאזעטיוועטי....
הנה ימים באים נאום ה' אלוקים, לא רעב ללחם ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דברי השם!!!

(נ.ב. די ריכטיגע וועג צי ארויסזאגן שומו שמייעם איז מיט די ליטווישע הברה אזוי ווי גדליה שרייט מנהמת ליבו הטהור אויף שאבאבניקים, פון איהם בין
איך בעצם געווארן אינספירירט....
)
 
לעצט רעדאגירט:
@שומו שמייעם דו ברענגסט מיט דיר א גוטער ענערגיע פון פרייהייט און לויזקייט!

שכוח!!! ס'מאכט מיר שפירן מער פריי!!!
❤️💖💞
 
@שומו שמייעם א קליינע טובה, ווער נישט אפגעקילט פון די שוואכע אינגעידזשמענט..

ס'סוף וואך יעצט, אין די עולם איז נישטא געהעריג סוף וואך, ווארט נאר צי!
 
שלום עליכם @פרומער
1100 מעמבערס איז א חידוש
זאל זיין ווינטער צו זומער
זאל חכמה און מדע שפריצן אין אידיש

הללויה פאר דער @פרומער
הללויה פאר דער @אפיקורוס
הללויה פאר ווער נאר אימער
הללויה פאר @הק' כהן גדול מיטן קטורת

הללויה פאר דעם פשוט'ן @תמים
הללויה פאר דעם @אפענע קאפ
הללויה פאר די וואס טענה'ן ווי חכמים
הללויה פאר די וואס מישן קאשע אין טאפ

הללויה פאר @חוקר ודורש
הללויה פאר @גאליציאנער
הללויה פאר דער לינקע שונה ופורש
הללויה פארן רעכטן אמעריקאנער

צום ווידערזעהן ביי 1200.
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם פאר אלע חשובע נייע ניקים (אזא צוואנציג דרייסיג שטיק).

ספעציעל פאר @ריבניץ און פאר @וחי בהם פאר'ן שרייבן זייערע ערשטע מעסעזשעס.

הערצליך וועלקאמין אייך אלע!
 
ספעציעל פאר @ריבניץ און פאר @וחי בהם פאר'ן שרייבן זייערע ערשטע מעסעזשעס.
און פאר @בהמה דקה פארן שוין אריינקימען אזוי קלאר ביי זיין ערשטע מעסעדזש אין
 
וועלקאם @Mottel Wechter

דו ביסט טאקע דער מאטל וועכטער, א זוהן פון מענדל וועכטער?

1000458789.webp

מאטל בן מענדל וועכטער ביים געבן שלום פאר מהר"א אין ניו העמפשיר.
 
ווי זאל מיר זיך אהין טוהן
ס'איז געקומען דער רבי פון @לובלין
א חוזה, א רועה, א מלמד, א מורה
ער וועט אונז האפנטליך לערנען זיין תורה
 
ווי זאל מיר זיך אהין טוהן
ס'איז געקומען דער רבי פון @לובלין
א חוזה, א רועה, א מלמד, א מורה
ער וועט אונז האפנטליך לערנען זיין תורה
הימל ערד, נאכט טאג, קיין גרעניץ איז נישט געווען צום האבן, ליכטיגע שטערן, בלאסע לבנה שיין, אלעס האט ווי א דיאמאנט געבליטשקעט, אבער לעבן מיר נאך שענער ווי אלצדינג האט זי געשיינט, מיין רבקה'לע...

איר בלאנדע האר, כמעט שניי - ווייס אין די קאלטע שניי, בלויע טיפע אויגן, א צערטליכע געזיכט, אה. אזא שיינקייט!

מיר שטייען ביים טייך, צווישן א וועלדל אין די פארשטאטן פון לובלין, אירע ליכטיגע אויגן איז אומזעעבאר מחובר מיט מיינע אויגן, און דאס לעבן צוזאמען לויפט אונז דורך ווי א פילם, אלעס דערמאנט מען זיך. דאס ערשטע באגעגעניש דארט ביים עק שטאט, ווען יענטע דער שוחט'ס ווייב האט אונז כמעט געכאפט זיך פארליבן, און מיר האבן זיך דאן באהאלטן צווישן די גראזן און שמעקעדיגע היי.

די אויגן בליקן ווייטער מיט א בלויע צויבערישע קראפט, מען דערמאנט זיך דאס ערשטע קוש, ווען אירע ראזע דינע ליפן האבן זיך אנגעטראפן מיט מיינע, און א ספיריטואלע קשר איז געגרינדעט געווארן, באגלייט מיט א ווארעמע ארומנעמונג.

מיר האבן לאנג לאנג באהאלטן אונזער קשר פון פרעמדע מיילער, אפילו מיר האבן חתונה געהאט צו אנדערע ווייל אונזערע עלטערן האבן נאר געוואלט פארעהרן שרי'קא דער שדכנ'טע, וואס האט זיך געשוואוירן ביי אלע הייליגע אז איך מיט קריינטשע איז ס'בעסטע שידוך. אבער מיר פארברענגען נאך פונקט ווי די אלטע גוטע טעג, אין די באהאלטענע וועלדער און שטויביגע בוידעמעס.

אהה עפעס האסטו גערעדט פון די צדיקים פון לובלין...? טאקע געווען גרויסע מענטשן...
די בעש''ט זאגט אז פונקט ווי אין יעדן מארק זעהט מען אלע סארטן סחורה, אזוי אויך איז אין יעדן שטעטל פארהאן אלע סארט אידן.
און ווי יענער גוטער איד האט געזאגט, א שטעטל וואס האט נישט קיין רשע האט אויך נישט קיין צדיק... ווי ר' נחמן שרייבט אויך, אז כדי א שטאט זאל האבן א צדיק דארף די שטאט האבן אויך פשוט'ע אידן, אלזא...

שושני יישר כח פאר די אויפנאמע, כ'בין אלס געווען א שטענדיגע ליינער. דאנק גאט אז כ'בין איצט געווארן א חלק פון די קרעמל קהילה צו לאנגע געזונטע יארן אי''ה!
 
Back
Top