שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

העלאו און וועלקאם איך בין נישט בערל בעל עגלה פון קאווע שטיבל, פרעגטס מיר נישט ווער ער איז יא ווייל איך האב נישט קיין מושג ווער ער איז, אויב ווינדערסטו זיך פארוואס איז דארף מיך רופן נישט בערל בעל עגלה, איז צי די אלע ניקס וואס זענען געווארן געטריגערט פון מיך אין קאווע שטיבל, זאלן וויסן אז עס איז נישט מיך. און זיי זאלן זוכה זיין לאורך ימים ונשים.

אנחנו החותמים מטה מעידים ברחל ביתך הנאקעטע שהכל דלעיל שריר וקיים
מנשה סופר המכונה מנשה פליפ פלאפ
איצא גליק המכונה איצא שייגעץ

@שמעקעדיג פארוואס לייקסטו מיך נישט?
איך בין נישט געווען אויף קאווע שטיבל. איינער וויל מסביר זיין די זשאוק?
 
שלום עליכם אלע קרעמלער,

אזויווי די שול איז לעצטנס היבש פארברייטערט געווארן, און דער עולם שלעפט ספרים פון אלע זייטן, האט מען מיר אויפגענומען צו ארויסהעלפן מיט די טירחא דציבורא.

איך בין בטבע א שעמעוודיגער, איך שטאַלפּער אביסל, און רוף זיך ווייניג אן... אבער צו סארטירן ספרים בין איך אויך גוט.

ביטע מיך נישט באלמוטשען.

אזוי אויך, ווען איך האב די געווייערטע עירפאונס אין אויער, מיינט עס אז איך בין נישט אינטערסירט צו רעדן צו קיינעם. מאך מיר נישט זיי ארויסשלעפן פאר נארישע פראגעס, ווי למשל ביי וועם איך בין אן איידעם (ספוילער אלערט איך בין א גרוש).
באקום איך היינט א נאטיפיקאציע אז איך בין געווארן א רגיל. דאס הייסט איך בין שוין איינגעשטעלט פאר א יאר צייט. נישט צום גלייבן.

אז מ'רעדט שוין, מיין ווייב (יא איך האב נאכאמאל חתונה געהאט, זי איז נישט אזא שיינע, אבער זייער איבערגעגעבן און ווייט נישט די רשע'נטע וואס מיין ערשטע איז געווען) האט שוין געהאט א צווילינג פלאס. און איך האב נאכנישט באקומען א רעיז. די ארבעט ווערט נאר שווערער און די באצאלן שלעפט זיך. וויאזוי ווילט איר איך זאל קאווערן רענט?

אקעי צום ווידערזען. איך דארף לויפן פאקן. גוטע וואך
 
Back
Top