שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

טענקס פאר די אלע וואס שפארן נישט קיין לייקס
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איינער וואס קען דאס נישט קען כאטש געבן א לייק....
אהבת ישראל....
שלום עליכם @שמועסער
כ'האף אז עס גייט זיין א ונתנו אהין-צוריק דא אויף קרעמל!
לאמיר דיר מגלה זיין די סוד פון די לייקס, ענדערש זיי מצמצם שרייב איין תוכנדיגע זאכליכע תגובה, אנשטאט 3 קורצע לייידיגע
(כדי צי ווערן א וועטעראן דארף מען האבן אן עווריטש פון 2 לייקס פער תגובה לויט די צאל תגובות מ'פארמאגט, so אויב מ'שרייבט סתם תגובות וואס באקומען נישט לייקס ווערט עס שווערער)
כ'זעה די האסט ארויפגעברענגט אלטע שנירלעך צום אויבערפלאך, ש'כח! עס איז א פרישקייט וואס נייע ניקים ברענגן מיט זיך...
טו דיך אויס דיין מאנטל, וויש אפ דיין נאז און מאך דיך באקוועם
יהי בואכם לברכה להרמת קרן התורה וחסידות
 
אזוי ווי @קליינע צדיק'ל האט געבעטן איך זאל צוריק גיין צום אלטן מנהג, פון מקבל פנים זיין די נייע ניק'ס דא אין קרעמל.
יעדער איינער סיי דער וואס איז א ה @רוצה בעילום שמו און סיי דער וואס איז געקומען מיט זיין אייגענעם אדער א פאלשן נאמען ווי @הערשי פערל אדער @חיים עוזר @שמילאוויטש מיט @בנימיןהגדול, צו @Isaac Newton מיט @shevy וואס משום מה האבן פארגעסן פונעם @זכור אהבת קדומים פון אונזער אור אלטע מוטער שפראך לשה"ק, און געשריבן זייער נאמען אויף ענגליש.
@יעי קוק'טס נאר ווער איז דא, די בעל שמחה אליין רבי @Freilech, וואס האט איז א @Good Person, און ער @טוט נוטל @הקולמות (להערה בעלמא עס איז א טעות כתיב, מ'שרייבט הקולמוס) זיין, אין מיטן כאפן א @רעד מיט'ן @ציצית קניפער.
שוין עמיר מסיים זיין אז שלא יבש ה @קוואל און מ'זאל נישט זיך דעקען מיט קיין ליילכע און אויך נישט @נאסע ליילעך, און די קרעמל זאל אייביג בליען.
שוין דאס @it's me געווען, און פון דא נעמט'ס ענק איבער און זייטס מחי'ה דאס קרעמל.
נ.ב. היות אז איך בין נישט קיין אדמין קען איך נישט זעהן אלע נייע ניק'ס, וואס זענען אריין געקומען די לעצטע צייט, זייט וואס מ'האט דאס לעצטע מאל מקבל פנים געווען, ואיתם הסליחה.
 
Back
Top