ספרים און ביכער - בוך קלאב

Hunting Eichmann
פון ניעל בעיסקאמב
download.jpeg
 
איך האב לעצטענס גענדיגט ליינען The Social Animal by David Brooks ס'איז א בוק וואס עקספלארט The human experience, Love, marriage, emotions, child development, psychology, sociology, neuroscience, philosophy
אין וואס נישט.... געשריבן אין א פיקציע מעשה סטייל מיט הומאר

בראקס איז א אידיש געבוירענער באקאנט פאר זיין קאלום אין דער ניו יארק טיימס David Brooks (commentator) - Wikipedia

https://a.co/d/h11tduC

א אינטערעסאנטע שמועס צווישן בראקס אין ר' יונתן זאקס
 
נעכטן געקויפט. דאס איז א הייליגע ספר, ער ארבייט אסאך איבער די law of attractionView attachment 4796
דו קענסט עס אויך רופן די כח פון בטחון 😊

איך בין גראדע אינטרעדאָסד געווארן צו די Law of Attraction דורך די מנהלת פון טאהש (כ׳האב אפילו מיטגעטיילט אויף מיין אינסטעגראם @yiddishe_ אז איך האב אנגעקלינגען מרת קרויס לעצטנס איר צו באדאנקען דערויף!)

איך וואלט זיך נישט געקענט ארויסזעהן קיינמאל פונ׳ם סיסטעם - אָן די כח הבטחון 😊

און פאר מענטשן וואס גלייבן נישט אין גאט איז דא א ריזיגע ביכל וואס לייגט אראפ וויאזוי דו קענסט ניצן די Law of Attraction צו טוישן דיין לעבן, און ס׳זייער גוט מסביר scientifically וויאזוי דאס ארבעט (זעה די בילד פונ׳ם ביכל בייגעלייגט דא אונטער מיין קאמענט)

דיסקלעימער: כ׳האב נישט געליינט דעם ביכל.
פארוואס?

ווייל ווען איך האב געהערט דערפון, האב איך זיך שוין געהאט מחי׳ געווען מיט די וואונדערליכע רעזאלטאטן פון א קורס/פּראגראם וואס הייסט Creating Power Home - Creating Power

און דאס האט מיר געלערנט אלס וואס איך האב זיך גענויטיגט צו וויסן
to meet personally with my then music idol Celine Dion און באקומען פון איר א מתנה מיט VIP טיקעטס צו איר concert (אויב דו ווילסט הערן דיטעילס, האב איך עס דערציילט אין א ווידיאו סעריע פון עטליכע קליפס, און כ׳קען גערן שיקן די לינק צו ווער ס׳וויל נאר)

Funny אז יענע פראגראם האט עטליכע וואכן פון נאכגיין געוויסע סטעפּס צו דערגרייכן וואס דו ווילסט אין דיין לעבן, אבער איך האב ניטאמאל געהאט געדולד אויסצוהערן אלעס און נאכ׳ן דורכגיין די הקדמה אליין האב איך שוין קונא געווען גענוג צו קענען טרעפן די מוסד וואס איך האב גע׳חלומ׳ט צו האבן פאר מיינע קינדער, און אויך אויף א וואונדערליכע אופן קענען האבן די פרייהייט נאך וואס כ׳האב אזוי געלעכצט, צו לעבן רוהיג און מחנך זיין מיינע קינדער מיט מדות טובות און אהבת חכמה
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_2074.jpeg
    IMG_2074.jpeg
    656.4 KB · געזען: 36
לעצט רעדאגירט:
איך האב פאריגע וואך שבת געליינט "מיין קריג מיט הערש ראסיינער" פון חיים גראדע, די אידישע און די ענגלישע איבערזעצונג דורך רוס ווייס. איך האב נישט אזוי ליב געהאט די איבערזעצונג, אבער די בוך אליין איז געוואלדיג. די הקדמה פון רוס איז אויך זייער גוט.

ס׳איז זייער קורץ, בערך פופציג בלעטער. עס איז א שמועס צווישן צוויי שואה איבערלעבער, איינער רעליגיעז, איינער סעקולער (בעסיקלי חיים מיט זיך אליין), וואס טענהן זיך וועגן השכלה און חרדיזם נאכן קריג. ס׳איז emotional existential and philosophical

Amazon
free pdf of english translation
איך האב עס נישט געקענט טרעפן אין אידיש בחינם
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 17522723624933407906687096179619.jpg
    17522723624933407906687096179619.jpg
    4.7 MB · געזען: 32
איך האב יעצט גענדיגט ליינען Kafka on the Shore.
אז דו ביסט אין די גיסטע פאר א גוטן טריפ, ליין דעם ביכל, און Murakami'ס אנדערע ביכלעך אויך.
עס גייט אריין אין די literary fiction און magical realism זשאנערס, און עס עקספלארירט טעמעס פון identity, fate, free will און unconsciousness.
פול מיט metaphysics און חלומות.
די הויפט כאראקטער איז אן אויסגעלאשענע, פארלוירענע נשמה, פיל מיט חכמה. ער ציטירט שופנהויער, העגעל, בעטהאווען און נאך.

ווארענונג: ס'איז רעטיד "R".

אויף Amazon פאר צען דאלער
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250727-003845.png
    Screenshot_20250727-003845.png
    969 KB · געזען: 13
איך זוך רעקאמענדאציעס פון ביכער אין אידיש אויף
חסידישע רעביס
מחשבה
חסידות
פילאסאפיע
אידישע לעבן פארן קריג
אידישע היסטאריע

מחברים ווי
יהושע ראקער/ הילל צייטלין/ העשיל / חיים גראדע

די אידיש זאל זיין נאנט צו היינטיגע אידיש
 
59916.jpg

איך האלט יעצט אינמיטן די מעמואר איבער א יונגע פרוי וועלכע איז אנטלאפן פון נארט קארעא צוזאמען מיר איר מוטער במסירות נפש און שילדערט וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען און וויאזוי זי האט זיך איינגעגלידערט אין די מערב וועלט. היינט וואוינט זי אין ניו יארק סיטי
 
איך האלט יעצט אינמיטן די מעמואר איבער א יונגע פרוי וועלכע איז אנטלאפן פון נארט קארעא צוזאמען מיר איר מוטער במסירות נפש און שילדערט וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען און וויאזוי זי האט זיך איינגעגלידערט אין די מערב וועלט. היינט וואוינט זי אין ניו יארק סיטי
אדרבה, קום אריין מיט א אנאליז.
Once דאן
 
זיכער.View attachment 7839

View attachment 7840
דא איז אן אנדערע בוך, עס גייט מער אריין אין די textbook genre
עס האט אויך אסאך שטיקער היסטאריע ארום די פילם וועלט און עס ליינט זיך גאנץ אינטערסאנט, איך האב ליב ווי יעדע בלאט נעמט עס יענע decade און מאכט איין היילייט פון די הויפט מאווי אדער אינדוסטרי געשעהעניש פון יענע יאר.

כ'האב עס אמאל געטראפן אין Barnes and Nobel
 
איך בין לעצטענס אדורך די בוך
A People's History of the United States
1000439777.webp

ס'איז א קלאסישע בוך אויף אמעריקאנער היסטאריע, פון א שטארק לינקע פערספעקטיוו, קריטיקירט ביי מאנכע פארן האבן צופיל לינקע בייעס און מאכן די מאסן פאר heroes און די פירער פאר villains אויף א כמעט ביינערי סיסטעם. די אמת איז געווענליך ערגעץ אינדערמיט.

איך האב עס נאכאלץ זייער ענזשויט פשוט פאר די זאפאסן פון אינפארמאציע איבער די אמעריקאנער היסטאריע פון די לעצטע 250 יאר.
 
איך האב דעם שבת געענדיקט דאס בוך:
The Most Dangerous Man in America
1000439807.webp


זייער אינטערעסאנט פאר איינער וואס איז אינטערסירט צו ליינען איבער די 60s און 70s היפי מאוומענט, סייקעדעליקס, counter culture.
(העלפט אויך פארשטיין די סביבה און קאנטעקסט פאר שלמה קארליבאך און זיין מוזיק און השקפה, אבער פאר שלמה דארף מען א באזונדערע שנירל.)

ווי אויך איז דאס גוט צו פארשטיין איבער די היסטאריע פון סייקעדעליקס אין אמעריקע און איבער די וועלט, אין ליכט פון לעצטיגע צייטגייסט פון סייקעדעליקס און קאונטער קולטור אין די חרדישע קאמיוניטי.

(ווארענונג: זייער גראפישע שפראך ווען ס'קומט צו רעדן וועגן ס*קס.)
 
Back
Top