ספרים און ביכער - בוך קלאב

איך האב געליינט לעצטנס Rise and kill first פון רונן ברגמן וואס קאווערט די היסטאריע פון טארגעט ליקווידאציעס פון מד"י, אנגעהויבן פון די צייטן פון די מחתרות.

עס איז העכסט אינטרעסאנט. כמעט יעדער פרק איז דא שאקירענדע אויפדעקונגען וואס איך האב נישט געוויסט פארדעם

1000115484.webp
 
חברה ס'קומט יום טוב, איך וויל באשטעלן פרישע ביכלעך, ווער האט פרישע ראקאמאנדאציעס?

1.
ס'איז עוועילעבל אין דיין לאקאלע לייברערי אדער אויף אמעזאן.
On Tyranny: Twenty Lessons from the Twentieth Century: Snyder, Timothy: 9780804190114: Amazon.com: Books
פדף בחינם

2.
.How fascism works, the politics of us and them
פדף בחינם
(די שרייבער איז גראדע א איד, א קינד צו האלאקאסט איבערלעבער)

***

אפשר פרובירסטו צו ליינען די צוויי ביכער איבער יום טוב?

ס'איז אינגאנצן די אנדערע זייט פון דיין פערספעקטיוו, אבער אפשר לוינט זיך זיך כאטש הערן די אנדערע זייט?

הגם איך נעם אויך נישט אן יעדעס ווארט פון זיי. אבער איך האב עס נישט מורא צו ליינען, פונקט ווי איך האב נישט מורא צו ליינען די ביכער פון בען שפירא, אפי' איך נעם נישט אן זיינע מסקנות...

אגב, די שרייבערס פון ביידע פון די ביכער האבן די יאר אויפגעגעבן זייער שטעלע אין די US, און אנגענומען פאזיציעס אין טאראנטא, די סיבה: צו אויפברענגן די קינדער אין א מער סטאבילע דעמאקראטיע.
 
לעצט רעדאגירט:
ס'איז אינגאנצן די אנדערע זייט פון דיין פערספעקטיוו, אבער אפשר לוינט זיך זיך כאטש הערן די אנדערע זייט?
איך גיי קויפן איינס, די צווייטע וועל איך קויפן א אנדערס מאל, איך קען נישט פארנעמען אזויפיל לינקע פראפאגאנדע אויפאיינמאל...

אז מ'רעדט שוין פון דעם סניידער, איך האלט אינמיטן לייענען א אנדערע ביכל פון אים וועגן די צווייטע וועלט מלחמה, דאכצעך מיר אז דו האסט עס רעקאמאנדירט דא אין קרעמל.

דו האסט געשריבן אז אסאך אקעדעמיקער קריגן זיך מיט זיין טעזע, איך האב אינזין געהאט דיר צו פרעגן וואס דו מיינסט מיט דעם, אויב דו קענסט מער עלאבארירן אויף דעם.

אגב אז מ'רעדט שוין, איך האב זיך באשטעלט די ביכל פון באראק אבאמא, ס'איז דא פאר בערך ניינציג פראצענט אראפ אויף אמאזאן, איך וועל אויך קויפן קאמאלע העריס'ס ביכל ווען ס'וועט שוין זיין צובאקומען פאר ביליג אדער יוזד.

זאלסט נישט מיינען אז איך לייען נאר פון איין זייט...
 
איך האב געליינט לעצטנס Rise and kill first פון רונן ברגמן וואס קאווערט די היסטאריע פון טארגעט ליקווידאציעס פון מד"י, אנגעהויבן פון די צייטן פון די מחתרות.

עס איז העכסט אינטרעסאנט. כמעט יעדער פרק איז דא שאקירענדע אויפדעקונגען וואס איך האב נישט געוויסט פארדעם
די ביכל פון בערגמאן האב איך שוין געלייענט, ס'איז ממש אטעם פארכאפנד.

איך רעקאמאנדיר עס אויך...
 
דו האסט געשריבן אז אסאך אקעדעמיקער קריגן זיך מיט זיין טעזע, איך האב אינזין געהאט דיר צו פרעגן וואס דו מיינסט מיט דעם, אויב דו קענסט מער עלאבארירן אויף דעם.
אויב רעדסטו פון Bloodlands...
ער לייגט צו אן שטארקע געוויכט אויף זיין פאקוס עריע (מזרח אייראפע, בעיקר פוילן און אוקריינא) ווי כאילו היטלער און סטאלין זענען אייניג אין זייער שלעכטקייט.
אגב סטאלין האט דירעקט געהארגעט מער מענטשן ווי היטלער, קען מען אבער נישט צוגלייכן... עפעס אזוי...

ווי אויך טוט ער מער ווייניגער איגנארירן די מזרח אייראפעאישע מיטארבעט, אין טייל פעלער, מיט די נאציס קעגן די אידן, און פאקוסירט בעיקר נאר אויף דרויסענדע ווי כאילו די גאנצע שלעכטס איז רוסלאנד און דייטשלאנד, און מזרח אייראָפּע איז איין גרויסע וויקטים.

ס'קען זיין ס'קומט פון זיין בייעס זייענדיג אז זיין עיקר ספעציעלטי איז אוקריינא און מזרח אייראָפּע אין די צוואנציגסטן יארהונדערט.

דא האסטו גראדע א גאנצע קאלעזש סאמעסטער פון איהם אויף די היסטאריע פון אוקריינא (היבש א הויכע לעוועל, און פארשטייט זיך זייער אנטי פוטין), וואס ער האט געגעבן אין ליכט פון די יעצטיגע מלחמה.
Timothy Snyder: The Making of Modern Ukraine
 
איך גיי קויפן איינס, די צווייטע וועל איך קויפן א אנדערס מאל, איך קען נישט פארנעמען אזויפיל לינקע פראפאגאנדע אויפאיינמאל...
איך וואלט רעקאמענדירט on tyranny
1. איך זעה דו ליינסט שוין זיינע אנדערע ביכער, במילא ענדיג שוין צו.
2. ס'איז ווייניגער געמישט מיט אנדערע פאליטיק. די אנדערע וועסטו נישט קענען ענדיגן אן ברעכן (אויב מעג איך משער זיין)... 😆

2.
.How fascism works, the politics of us and them
פדף בחינם
(די שרייבער איז גראדע א איד, א קינד צו האלאקאסט איבערלעבער)
בעיקר האב איך א פראבלעם מיט דעם וואס ער שרייבט וועגן פאשיזם, אבער מישט אריין אסאך אנדערע פאליטישע מיינונגען אלס אין איין טשאלנט.

למשל:
1. הגם איך קען פארשטיין זיין צד פארוואס ניקסאן איז געווען געפערלעך פֿאַר אמעריקע, האט עס נישט צוטון מיט פאשיסם .
2. הגם איך פארשטיי זיין קריטיק אויף וויאזוי געוויסע רעכטע האבן רעאקטירט לגבי די באקאנטע access Hollywood אין 2016, ווייס איך ווייטער נישט ווי ס'קומט אריין איבער פאשיזם. יא, א חלק פון די פעקעזש פון פאשיזם איז טאקע א שטארקע אבסעסיע מיט "די טראדיציאנאלע ראלע פון מענער און פרויען", אבער ס'מיינט נאכנישט אז ווען איינער האט די בליק איז ער פלוצלינג א פאשיסט. (ער זאגט נישט קלאר אז ער האלט זיי זענען פאשיסטן, אבער ער וואלט עס נישט געדארפט אפי' צאמשטעלן אין א בוך איבער פאשיזם)

איך ברענג נאר קליינע משלים... אבער זיין אינטערליגנדע טעזע ווי ער שטעלט צאם היטלער, סטאלין, פוטין, טראמפ, וויקטאָר אורבאן, די קאנפעדעראציע (1860 אמעריקע), און נאך, איז oversimplified אלע שלעכטס פון דער וועלט אונטער איין שירעם וואס הייסט פאשיזם... איך עגרי אז די אלע זענען שלעכט, אבער די וועלט איז גאנץ קאמפליצירט, און מ'דארף האבן אנדערע ווערטער פאר אנדערע לעוועלס פון שלעכט.

אבער זיין עיקר יסוד פון וויאזוי (פאשיסטישע)/שלעכטע פירער נוצן אויס די us vs them צו אנרייצן די מאסן אויף א געוויסע גרופע, און מאכן א נאראטיוו ווי כאילו יענע גרופע (געווענליך מער ווי איין) טוט באדראען דיין וועג פון לעבן, אפי' ס'איז נישט געבויט אויף מציאות, דאס איז 100 פראצענט אמת, און מיט דעם איז טראמפ, אורבאן, און פוטין, קלאר אייניג צו היטלער, קאנפעדעראציע, אא"וו.

שוין גענוג איבער די נושא...

@תרמב איך זעה דו ליינסט אסאך ביכער, אפשר רעקאמענדירסטו עפעס פאר מיר?🙂
 
לעצט רעדאגירט:
אויב רעדסטו פון Bloodlands...
יא, איך רעד פון דעם, ס'איז גאר אינטערסאנט

פון דיין בליק אויף דעם שרייבער זע איך אז ער איז א שטיק בייעס, יעדע ביכל זעסטו זיין בייעס, דא לטובת אוקראינע דא אנטי טראמפ וכו'
איך וואלט רעקאמענדירט on tyranny
שוין באשטעלט ס'קומט אן אקטאבער 1 פון אמאזאן

@תרמב איך זעה דו ליינסט אסאך ביכער, אפשר רעקאמענדירסטו עפעס פאר מיר?🙂
איך לייען ביכלעך, הגם נישט אזוי סאך ווי ס'קוקט אויס, זינט איך בין ביזי לייענען אסאך קרעמל און אייוועלט, טשעט און וואטסעפפ גרופעס..

ס'בלייבט מיר איבער צו לייענען ביכלעך אין בעט, איך נעם נישט אריין מיין פאון אין שלאף צימער, און שבת און יום טוב.

ס'איז דא א וועלט פון ביכלעך, ס'לוינט זיך נישט צו קויפן אן א רעקאמאנדאציע ווייל מ'קען אריינפאלן מיט באורינג סחורה, איך האב א באג אין מיין קאפ אז איך מוז ענדיגן יעדע בוק וואס איך הייב אן, סאו איך ציטער אריינצופאלן מיט עפעס באורינג, איך לייען בעיקר וואס מ'רעקאמאנדירט דא אדער אויף קאווע שטיבל, געווענטלעך וואס מ'רעקאמאנדירט דא איז גוט, סאו איך האב נישט קיין סאך וואס צוצולייגן.

איך האב לעצטנס געלייענט א ביכל פון איינער וואס איז געווען א דאקטאר אין ענגלאנד, ס'איז גאר גאר קאמיש, לכאורה קומט עס פון די אשכול.

איך האב געלייענט עטליכע ביכלעך פון נארט קארעא, די גאנצע לאנד איז גאר פאסצינירט. איך וועל דיר ברענגען וואס איך האב געשריבן אויף עפעס א פארמאכטע פארום וועגן די ביכער.

איך האב ביי מיר 3 ביכלעך פון צפון קארעא, אלע זענען אינטערסאנט, יעדע איינס פון א אנדערע אספעקט, ס'איז אינטערסאנט צו לייענען וועגן א אנדערע לאנד ווי אלעס איז אזוי מאדנע און שרעקעדיג, און איבער זייער פירער.

איינס הייסט Nothing to Envy: Ordinary Lives in North Korea, דאס איז איבער די לעבנס פון די פשוטע בירגער וויאזוי זיי האבן געלעבט אין צפון קארעא אונטער די פירערשאפט פון קום יאנג איל, די טאטע פון קים יאנג און, דאן פלעגט זיין גאר שווערע צייטן דארט אין צפון קארעא די חברה דארט האבן געהונגערט געפערליך, היינטיגע צייטן איז שוין אביסל בעסער.

1759200019977.webp

דאן האב איך געלייענט א ביכל מיטן נאמען Dear Leader: My Escape from North Korea, דאס איז די געשיכטע פון איינער וואס איז שוין אנגעקומען אין די העכערע שטייסל פון די קארעאנע עליטע ער האט זיך שוין געהאט געטראפן מיט פירער קים יאנג איל, ער באשרייבט זיין לעבן דארט און זיין אנטלויף אקציע, ס'איז היבש אינטערסאנט.

1759200033335.webp

און דאן האב איך געלייענט א ביכל איבער די לעבן און שאפן פון דעם היינטיגן גראבן פירער טראמפס חבר, קום יאנג און, די ביכל איז א געשמאקע ביכל און א גרינגע ענגליש, און אסאך זאכן קען מען נאך געדענקען ווייל ס'איז געשעהן נישט אזוי לאנג צוריק, די ביכל הייסט The Great Successor

1759200051400.webp
 
דאן האב איך געלייענט א ביכל מיטן נאמען Dear Leader: My Escape from North Korea, דאס איז די געשיכטע פון איינער וואס איז שוין אנגעקומען אין די העכערע שטייסל פון די קארעאנע עליטע ער האט זיך שוין געהאט געטראפן מיט פירער קים יאנג איל, ער באשרייבט זיין לעבן דארט און זיין אנטלויף אקציע, ס'איז היבש אינטערסאנט.
אינטערעסאנט. פון מיינע יונגע יארן (איך בין נישט אזוי אלט... לאל) געדענק איך ליינען אין 'דער שטערן' א פארזעצונג פון איינער וואס איז אנטלאפן נאכן זיין פארשקלאפט דארט אין גולאג מיט זיין מאמען מיין איך.... איז עס דאס?
 
לכאורה נישט, ווייל דא רעדט מען פון איינער וואס האט געוואוינט אין פיאנגיענג און יא געהאט עקסעס צו די סערוויסעס וואס די עליטע האבן געהאט, ער האט אפילו געהאט די זכיה זיך צו טרעפן מיט קים יאנג איל, וואס דאס איז געווען די שפיץ דערגרייכונג דארט, לכבוד דעם וואס ער האט געמאכט א פאעזיע לכבודו.

ער איז נישט געווען אין גולאג, ס'איז גאר אינטערסאנט צו לייענען די פחד וואס די אנטלאפענע האבן אין טשיינע, זיי ציטערן אז טשיינע זאל זיי נישט צוריק שיקן קיין קארעא, דאס מיינט אז נאכן אנטלויפן זענען זיי נאך אלס אין א סכנה, די ביכל איז נישט פון לעצטנס, קען זיין היינט איז שוין אנדערש.
 
אינטערעסאנט. פון מיינע יונגע יארן (איך בין נישט אזוי אלט... לאל) געדענק איך ליינען אין 'דער שטערן' א פארזעצונג פון איינער וואס איז אנטלאפן נאכן זיין פארשקלאפט דארט אין גולאג מיט זיין מאמען מיין איך.... איז עס דאס?
יענע פארזעצונג איז פון די בוך Escape from Camp 14
 
Back
Top