סאטמאר מהר"א שליט"א

עס איז נישטא קיין שום ענין צו זינגען מי בן שיח. די גאנצע מי בן שיח, צו זינגען ביי א חופה, האט זיך אריינגעכאפט מיט אונטער 200 יאר צוריק. לכאורה ביי די חתונה פונעם רבי'ן זי"ע, האט מען נאכנישט געזינגען מי בן שיח.

די מקור פון די פיוט, איז א מדרש אויף שיר השירים:
בנוהג שבעולם עשרה בני אדם נכנסין לבית המשתה ואין אחד מהן יכול לפתוח פיו לברך ברכת חתנים, ובא אחד ופתח פיו וברך ברכת חתנים. למה הוא דומה ביניהם? כשושנה בין החוחים

אגב, רוב גרסאות ברענגען, 'אהבת רעים משוש דודים' - נישט כלה.
צו זינגען מי בן שיח שטייט שוין אין מחזור וויטרי פון די פריעדיגע ראשונים
 
ניין!

עס שטייט נישט דארט אז מען זינגט עס ביי א חופה. דער מחזור ויטרי דערמאנט עס סתם אזוי, אן קיין קשר צו חופה.
 
דער פראבלעם איז נאר אז ריבי גלייכט פונקט אים זייער שטארק און ווערט פארקויפט פאר אים, כ'ווייס נישט פארוואס....
צו לייגן אין א ריכטיגען פערפספעקטיוו דעם רבי מהר"א, איז לדוגמא קען מען נעמען א פארגלייך פון אן אנדערע הויף, ווי למשל בעלזא,
כולי עלמא מודי, סיי אויב דו ביסט א חסיד פון בעלזא רב, און סיי אויב דו ביסט א חסיד בעלזא-מכנובקא, אז דער בעלזער האט ארויף גערוקט בעלזא צו די פראנט פון חסידישן יודנטום, דער בעלזא-מכנובקא קען עס ווען נישט באווייזן. אויב וואלט ווען נאר עקזיסטירט ער, וואלט בעלז גיוועהן ווי צב"ש ביאלא, סאו דער בעלזער רב האט געשטעלט בעלז בעולם.

אזוי קען מען מדמה זיין סאטמאר, צו דו ביסט ביי מהר"א אדער מהרי"י, איז פאקטיש מהר"א דער נויז מעיקער - דער וואס שטעלט סאטמאר אויף די כבוד מקומו להעריצו, ער האט א פילינג פאר קריעיטן קאנטראווערסיעס און ארגומענטן, וואס אין די ענד ברענגט עס פאפולעריטי און עקסייטמענט פאר ביידע קהלות, עס מאכט זיך א ישמחו, און א וישחקו, עס גיט אריין א פלעיוואר, און פארמיידט א פארשלאפנקייט, עורו ישנים משינתכם און עס איז מקיץ נרדמים.
 
ער דארף דאך מאכן זיין סקעדשול. ער דארף וויסן ווילאנג די חופה העט נעמען.
עלי הכהן האט דאך געקוקט אויף חנה,
עס ווענדט ווי אזוי מען קוקט, דאס איז א דבר המסור ללב,
נאר גאט ווייסט וואס עס טהוט זיך אין הארצן פון דעם לב אהרן, ויראת מאלקיך.
 
צולייגען אין א ריכטיגען פערפספעקטיוו דעם
רבי מהר״א , איז לדוגמא קען מען נעמען א פארגלייך פון אן אנדערע הויף, ווי למשל בעלזא,
כולי עלמא מודו, סיי דו ביסט א חסיד פון רבי פון
בעלזא , און סיי דו ביסט א חסיד בעלזא-מכנובקא
אז דער בעלזער האט ארויף גירוקט בעלז צו די פראנט פון חסידישן יידנטום, דער בעלזא-מענובקא
קען עס וועהן נישט באווייזען , אויב וואלט וועהן נאר
עקזיסטירט ער, וואלט בעלז גיוועהן ווי ביאלא,
סאו , דער בעלזער רבי האט גישטעלט בעלז בעולם,
אזוי קען מען מדמה זיין סאטמאר צו דו ביסט ביי מהר״א אדער מהר״יי , איז פאקטיש דער נאויס מעיקער- דער וואס שטעלט סאטמאר אויף די כבוד
מקומו להעריצו, איז דער מהר״א, וואס האט א פילינג פאר קריעיטן קאנראווערסיעס און ארגומנטן,
וואס אין די ענד ברענגט עס פאפולעריטי און עקסייטמענט פאר ביידע קהילות ,עס מאכט זיך א ישמחו, און א וישחקו, עס גיט אריין א פלעיוואר, און פארמייד א פארשלפענקייט ,עורו ישנים משינתכם און עס איז מקיץ נרדמים ,
בעלזא איז געווען פון די פארהייליגסטע רבי'ס אין כלל ישראל, ביז דער היינטיגער רבי האט עס געלייגט אין דר'ערד

די זעלבע זאך סאטמאר מהר"א, ער ברענגט נישט קיין ברעקל כבוד פאר סאטמאר, נאר אדרבה. האלסט טאקע אז דער נויז מעיקער וואס האט א פילינג פאר קריעיטן קאנטראוועסיעס און ארגומענטן ברענגט כבוד פאר א פלאץ??
 
יאפ, ער איז אלעמאל געווען זייער גיט אין פי אר, זינט טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז ער געווארן נאך בעסער,

אסאך מאל קיקט עס מיר אויס, ווי ער איז און קאמפאטישען מיט טראמפ ווער סקען שאפן מער עטענשען ביים היימישן עולם, נאך איינער זעיט עס?
סאו וועלכע פון די צוויי באדערט דיר מער ....
 
בעלזא איז געווען פון די פארהייליגסטע רבי'ס אין כלל ישראל, ביז דער היינטיגער רבי האט עס געלייגט אין דר'ערד

די זעלבע זאך סאטמאר מהר"א, ער ברענגט נישט קיין ברעקל כבוד פאר סאטמאר, נאר אדרבה. האלסט טאקע אז דער נויז מעיקער וואס האט א פילינג פאר קריעיטן קאנטראוועסיעס און ארגומענטן ברענגט כבוד פאר א פלאץ??
יעדער איז ענטייטעלט צו זיין פריוואטע אפשאצונג,
אין מיינע אויגן איז דער היינטיגער רבי פון בעלזא אן אויסגעצייכנטער מנהיג בישראל, און די חסידים פון בעלזא קענען זיך מתפאר זיין בגדלותו. בעלזא איז א שיינע ערליכע קיבוץ, און עס איז א געמיינע אויסדרוק צו זאגן אז זיי ליגן "אין דערערד", מער ווי מכנובקא,

און אזוי קען מען נישט זאגען אז קהילת מהר"א איז אויף א נידריגערע דרגא ווי קהלת מהרי"י, און אויף די פערזענליכע גרויסקייטן פון די צוויי ברידער איז שניהם כאחד טובים, זיי האבן ביידע מעלות און אויך שוואכקייטן, והבוחר יבחר.

עפערענטלי האסטו עפעס א פרעדזשודיס אקעגן דעם עלטערן, זאל זיין אזוי.
קהלת זאגט "שניהם כאחד טובים", ווען עס וואלט געווען אביסל מער דרך ארץ און רעספעקט צווישן די צוויי ברידער, וואלטן ווען זייערע ווערטער געהאט מער געוויכט, אבער אזוי ווי בא השטן ויתיצב ביניהם, האבן זיי א פנים ווי פאליטישענס,

עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום.
 
איך האב נישט געזאגט אז בעלזא איז אינדר'ערד, נאר די כבוד וואס די בעלזער רבי'ס האבן געהאט במשך הדורות.
אזוי אויך האב איך נישט געזאגט אז קהילת סאטמאר מהר"א איז שוואכער ווי מהרי"י, נאר מהר"א'ס הנהגה ברענגט נישט קיין כבוד פאר סאטמאר בכלל, און זיכער נישט פאר סאטמאר מהר"א און זיין קהילה.
 
איך האב נישט געזאגט אז בעלזא איז אינדר'ערד, נאר די כבוד וואס די בעלזער רבי'ס האבן געהאט במשך הדורות.
אזוי אויך האב איך נישט געזאגט אז קהילת סאטמאר מהר"א איז שוואכער ווי מהרי"י, נאר מהר"א'ס הנהגה ברענגט נישט קיין כבוד פאר סאטמאר בכלל, און זיכער נישט פאר סאטמאר מהר"א און זיין קהילה.
דאס איז ריכטיג, דער רבי פון בעלזא האט געליטן בזיונות אין די מ' יארן פון אומפארגינערס וואס האבן עס מלבש גיוועהן מיט א מאסק פון קנאות (קנאה מקלקלת את השורה),
כיוצא בו איז דער מהר"א, די קריטיק איז ביסודה פון קנאה פון זיין הצלחה, זוכט מען אויס עוולות, ווי איינער דא גיט א שאלת תם צו ער קוקט אויף פרויען, ווען די כוונה איז א אינוענדאו אז ער איז ווייט פון א קדוש, משא"כ זיינער איז מער.
זיי זענען אלע אייניג קדושים, וואס דארף מען זיך צוקלאפן ועל חטא אויף יענעמס ברוסט, לפי ראות עיני דארף מען נישט אריין נישטערן אין יענעמ'ס פערסאנעל מדריגות, נאר קוקן אויף זיין הנהגה, אויב ער פארמערט אידישקייט איז ער גוט און פיין.

אין דעם אויבן אן פון כלל ישראל, ביי קהלות חסידיות כעת אלה, וועט מען געפינען די רביים פון ביידע סאטמאר, בעלזא, וויזניץ, גור ועוד. כבוד בית בעלזא במקומו מונח, נישט ווינציגער ווי די אנדערע.
חב"ד - כל הכבוד להם - איז עפעס אנדערש, זיי זענען אן עם בפני עצמו.
 
יא. ער לייקענט עס נישט. חסידים זאגן אז ער דארף וויסן וואס טוט זיך אין שטאט...
גראדע קוקט ער נישט נאר אין שטאט, נאר איבעראל, היות ער איז רשכבה"ג דארף ער זעהן אלע פרויען פון דער גאנצע וועלט
 
אין דעם אויבען אהן פון כלל ישראל ,ביי קהילות
חסידיות כעת אלה ,וועט מען געפונען די רביים פון
ביידע סאטמאר ,בעלזא ,וויזניץ,גור ועוד.
כבוד בית בעלזא במקומו מונח ,נישט ווינציגער ווי
די אנדערע ,סאטמאר ,וויזניץ וכו׳
חב״ד-כל הכבוד להם- איז עפעס אנדערש ,ער איז א עם בפני עצמו ,
דו רעדסט וואו דער עולם איז, אדער וועם מען רעספעקטירט??
איז לאמיר דיר זאגן וואס איך זע. יא, דער אויבן אן ביי כלל ישראל איז ביידע סאטמאר, וויזניץ-שראלטשע, בעלז, גור, ביידע באבוב, סקווער,
דו ווילסט וויסן וועמען מען רעספעקטירט מנהיג, CEO בלע"ז? די לעצטע וואלט געווען בעלזא, איינס פאר אים איז גור, די ערשטע איז סאטמאר לב אהרן... (איך טוה אן בלעכענע הויזן). דער בעלזער קוקט אויס אדער ווי א אויסגעקלאפטע הושענא אדער א אויסגעברענטע הבדלה לעכט! סאטמער מהר"א לעבט אריין! און ער פלאקערט מיט הוראות, און דרשות פסקים און וואס נישט,
גור האט ווייסע אויגן מיט א ווייסע בארד, און סאטמאר מהר"י האט אפאר דאללער פון "מהר"י לאנדא", איך וואלט אפי' געזאגט אז מען רעספעקטירט מער שראלטשע ווי בעלז, הגם וואס ער איז נישט די קלוגסטע, לעבט ער אבער מיטן עולם, רעדט און שמועסט, וכו',
 
עס איז זייער שווער צו שרייבן אביעקטיוולי אין דעם נושא ווען יעדער איינער האט דריי הונדערט יאר טראומה איבער דעם פון אלע זייטן.

יעדע רבי העט זיין יוניק פלעיוואר וואס ביי זיינע חסידים האט דאס א ספעציעלן חן. וויפיל איך רעד מיך איין אז איך בין ארויסגעפלאגט פונעם סיסטעם, האב איך מיך נאכאלץ אונטערגעשמייכלט פון מהר”א׳ס סעיוועירלי אוט אוו פלעיס שאלות און באמערקונגען. מיין באגלייטער, א חסיד, איז ארויס פון די כלים איבער דעם וואס דער רבי האט געדענקט מיין באבע׳ס ניקנעים פון אלס מיידל: קוק אזא גרויסער מנהיג און ער געדענקט אאאלללעעעססס!
ווען ער האט מיך געצימבלט אויב מיין זיידע ווייס אז איך בין געגאנגען אין קאלעזדש, ביי מיר איז דאס געווען נאך א שאלה פון א סאשעל-קלולעסס מענטש. ביי זיין חסיד איז דאס געווען אזא הייליגע קנאות!
וועלכער רבי איז מער רעספעקטעד? ביי וועם? וויאזוי מעסטו דאס? איך מיין אז דאס איז אלס בייעס און אגענדעס.
 
גראדע קוקט ער נישט נאר אין שטאט, נאר איבעראל, היות ער איז רשכבה"ג דארף ער זעהן אלע פרויען פון דער גאנצע וועלט
זעהט אויס אז דו פארגינסט איהם נישט די הנאה,
קוק אהער, ער קוקט דאך אלץ רב, ער דארף וויסן, איז דאך מצוות לאו ליהנות ניתנו, איז דאך די הנאה נישט קיין פראבלעם,
אבער אז איך און דו קוקן, קומט עס מיט אן אזהרה פון עוצם עיניו מראות ברע, און מען דארף נאך האבן א גילטי פילינג, סאו, דאס איז וואן אף די עדווענטזשעס פון זיין א רבי, מלך פורץ גדר
 
די רעדטס ווי דער עולם איז, אדער וועם מען רעספעקטירט??
איז לאמיר דיר זאגן,וואס איך זע, יא דער אויבן אן ביי כלל ישראל איז ביידע סאטמער וויזניץ-שראלטשע בעלז גור ביידע באבוב סקווער
די ווילסט וויסן וועמען מען רעספעקטירט מנהיג, CEO בלעז, די לעצטע וואלט געווען בעלז איינס פאר אים איז גור, די עשטע איז סאטמער לב אהרן ,....(איך טוה אן בלעכענע הויזן) די בעלזער קוקט אויס אדער ווי א אויסגקלאפטע הושענה אדער א אויסגעברענטע הבדלה לעכט! סאטמער מהר"א לעבט אריין! און ער פלאקערט מיט הוראות, און דרשות פסקים און וואס נישט,
גור האט ווייסע אויגן מיט א ווייסע בארד, און סאטמער מהר"י האט אפאר דאללער פון "מהר"י לאנדא" איך וואלט אפי' געזאגט אז מען רעספעקטירט מער שראלטשע ווי בעלז, הגם, וואס ער איז נישט די קליגסטע, לעבט ער אבער מיטן עולם, און רעדש און שמיעסט, וכו,
דאס איז אבוויעס אז דער בעלזער רבי זעהט אויס געקלאפט און פארזויערט, היינט איז דאך שוין ימי זקנה ושיבה כדרך כל הארץ, אבער ער האט אלץ געמאכט אן איינדרוק פון זויערקייט און מרירות, קען זיין אז דאס איז דער בעלזער סטייל, אז דער רבי פראדזשעקט א פאסאד פון אנגעצויגנקייט און א פאר'דאגה'ט פנים -ער איז דאך מיצר על צרת ישראל,
מכל מקום, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט זיין עביליטי פון לידערשיפ, מיט דעם וואס ער האט ארויפגעשטעלט (אדער צוריקגעשטעלט) די חסידות פון בעלזא אויף א מושג פון חובקות עולם. ווען ער האט איבערגענומען די הנהגה אין די כ' יאהרן, איז בעלז געווען א סקעלעטאן פון איר אלטע גלאריע, ובכוחו החזיר עטרה ליושנה.
 
Back
Top